יעדער ווארט אז דער שטורעם זאל אנקומען, די אויגן אין די מיילער זענען ברייט צועפנט בשעת ווען מען האלט קוים איין דעם אטעם, די נייעס אגענטורן האלטן געשפאנט מיט פרישע שפעקולאציעס און אנאליזן יעדע פאר מינוט, און אין די לופט שפירט זיך קלאר אז אין יעדע ליאדע מינוט איז אומשטאנד אויסצוברעכן דער שטורעם.
מיטאמאל הערט מען א רודעריי, קודם א שטילע, דערנאך ווערט עס העכער, און נאך העכער, ביז מען קען שוין קלאר אנדייטן אז דאס זענען קולות פון הילכיגע אפלאדירונגען, אפווארטנדיג דעם איבערראשונג וואס האט זיך ענדליך באוויזן.
בשם די עסקנים בעהט מען זייער אז יעדער זאל זיך האלטן צו די פארארדענונגען פון די אינסטאנצן און נישט גורם זיין קיין עגמת נפש!
בחורים ארויף אויף די פארענטשעס! אברכים אינדערמיט, עלטערע אידן אויף די בענק פון פארנט!!! יעדער פאטשט!!!
מוזיק! אנהייבן מיטן אינטרא!!!
טארא-טאראאאםםם...!!! ראטאראטאטאאאםם!!!
ת'הא ש'נת א'ייוועלט פ'ארמעסטן!!!!
דער אייוועלט שרייבעריי פארמעסט פון ווינטער תשפ"א איז דא!!!
אצינד געבן מיר איבער דאס ווארט פארן יושב ראש זז"ג וועלכער וועט עפענען דעם מעמד;
טייערע חברים און ידידים.
פותחין בכבוד האכסניה, ברוך השם אז מיר האבן די זכיה צו געהערן צו אזא הייליגע געמיינדע פון אידן וועלכע האבן אויסגעקליבן צו שעפן זייער חיות דא אינעם היימישן געוועלבל, און נישט ארויסגיין פאשען בשדות אחרים, זאל דער אויבערשטער טאקע באצאלן שכרם הטוב פאר די אלע וואס זענען עומד על המשמר צו האלטן געשמאק די לופט דא בגשמיות וברוחניות.
אקעי אקעי, שרייט נישט אזוי איך קום צום ווארט, פאוואליע פאוואליע….
תכלית גערעדט.
א פרישער גייסט שוועבט לעצטנס דא אין אונזער וועלטל, די בענקלעך אין קרעטשמע זענען אפגעשטויבט געווארן, טישן און בענקלעך וועלכע זענען געלעגן צאמגעלייגט אין די קרעטשמע קאמערן זענען צוריק ארויסגעברענגט געווארן פאר די נייע באזוכער און אקטיווע סארווירער, אלטע וויינען ווערן כסדר ארויסגעשלעפט פון די טיפע קעלערן, און איבער אלעם דער נייער אויסוואל פון משקאות וואס דא טוציך אפ…
דאס קען יעדער אייוועלט באזוכער זאגן מיט א פולן מויל, אז אין די לעצטע צייט ווערט אלץ ברייטער און ברייטער דער אויסוואל, און פון אלע זייטן יאווען זיך פרישע שעפערישע שרייבערס, תוכנ'דיגע און געשמאקע. א פלוס פון ידיעות, הומאר, טאלאנט, און נאך, פארפלייצט אונזער וועלטל, מיטשלעפנדיג אלע אירע איינוואוינערס מיטן שטראם, און אהערשטעלנדיג א מים שאין להם סוף אויפן געוועב על טהרת הקודש.
תלי"ת, דעם פארגאנגענעם זומער שנת תש"פ איז אפגעהאלטן געווארן א פארמעסט צווישן די אייוועלט שפאלטנס, אין וועלכע מערערע שרייבער האבן אנטייל גענומען, און אהערגעשטעלט סחורה פונעם העכסטן קאליבער. דער פארמעסט האט גאר גוט אויסגענומען ביים היימישן ציבור דא, און די פארלאנגען אויף א פרישער פארמעסט האבן נישט אויפגעהערט צו פליסן.