נאכט וויזיע / נייט שיפט
מ'מעג דא נאר אריינסיינען נאך חצות הלילה.
- מ'קען מיקל זיין אויף וועלכע שיטה מ'וויל, שעות זמניות, שעות שוות, שש שעות אחר צאה"כ, אבער לויט עפעס א שיטה מוז שוין זיין חצות.
- פארשטייט זיך, אז מ'טאר אין דעם אשכול נישט ארויפצווינגען דיין שיטת החצות אויף א צווייטן בשופו"א.
למשל אויב ביי חבקוק פון שטאט ג. אישוין חצות ווייל ער רעכנט שעות שוות, און ביי אורי פון שטאט ז. איז נאך נישט חצות, קעניש קומען חבקוק פון שטאט ג. און צווינגען אורי פון שטאט ז. צו שרייבן אין דעם אשכול ווייל ביי חבקוק פון שטאט ג. אישוין חצות, ניין, היות ביי אורי פון שטאט ז. אינאכניש חצות, קענעם חבקוק פון שטאט ג. נישט באצווינגען צו שרייבן דא אינעם אשכול.
אזוי אויך אויב למשל ביי ארי פון שטאט ק. א שטעטעלע אין ווייטן מזרח אייראפע העט שוין זיין חצות - לויט וועלכע שיטה ער זאל נישט רעכענען - און ביי משה פון שטאט וו. א שטעטעלע אין לאס אנחעלעס איז קוים חצות היום געוועזן, וועט ארי פון שטאט ק. א שטעטעלע אין ווייטן מזרח אייראפע נישט קענען באצווינגען משה פון שטאט וו. א שטעטעלע אין לאס אנחעלעס צו שרייבן אין דעם אשכול. ווייל פרידאם איז דא דאס סאמע וויכטיגסטע טייל פון די גאנצע נאכט וויזיע איידיע.
מ'טאר דא נישט שרייבן פון א האלבע שעה פאר'ן עלות השחר
- אפילו מיט נאר איין מינוט. ד.ה. ניין און צוואנציג מינוט פארן עלות השחר, טאר מען שוין דא נישט שרייבן אפילו אן אות אחת.
- די זמן עלות השחר וואס מיר רעדן דא אז מ'טאר דא נישט שרייבן פון אן האלבע שעה פארדעם, איז פון צוויי און זיבעציג מינוט פאר'ן נץ החמה. און דאסיז יעדער איש על מחנהו ואיש על לאקאציו.
בתקווה להלבנה.