Re: דריידל - היסטאריע
איז וואס, גייט אידישקייט אונטער? גייט די מנהג אונטער?
ביותר אז דא ע״כ איז די דריידל שפיל געווען פארן נגה״ש, מ׳האט דאך געשפילט דריידל פארן נס, סאו אפילו אויב ס׳קומט טאקע במקור פון די חשמונאים איז זיכער אז אויפן דריידל איז געשטאנען נגה״ש פאר דעם און זיי האבן נאר צוגעלייגט דעם רמז פון נס גדול היה שם (אדער איז געשטאנען אנדערע אותיות באותו מכוון און די חשמונאים האבן געטושט און די דייטשן האבן גענומען צו זייערע אותיות דעם מכוון)
נאכאלטץ איז דא א וועג ווי אזוי משרייבט דאס אראפ, שרייבן בלשון המשתמע וואס שפעט אפ האט קיין פלאץ ובעיקר דעם שטיטמענט שכתב פלוני
אפילו די גוים בימים ההם האבן משיג געווען דעם ענין פון נ ג ה ש,
פון וועם פונקטליך מאכסטו חויזעק דא? פון חתם סופר? פון בני יששכר? אדער נאר פון די היינטיגע מחברים?
לאכן און אפשפעטן מכל היקר והקדוש קומט פון א שוואכקייט נישט פון א שטארקייט. נראה אז זיין גאנצע אידישקייט איז געשטאנען אויף נגה״ש און איינמאל סאיז נאר דייטשע אויתיות איז נעבעך אלעס צאמגעפאלן.
אונזער תורה יהדות און מנהגים איז געבויעט אויף סאך שטערקערע יסודות ווי א דריידל מיט זיינע אויתיות.
ווען איך זעה אזא תגובה ליין איך צווישן די שורות ״מצאתי מקום צו שפעטן און מזאל מיר נישט קענען אפפרעגן״...
די חלק פון נישט אראפ שרייבן איז נישט צו א גרויסע קשיא.
ווען האט מען ממציא געווען אז מדארף זיך פארשטעלן פורים? דאס קומט אפשר פון האלאווין?
ווער האט ממציא געווען חנוכה געלט? דאס קומט פון קראצמעך?
שוין איינמאל געשריבן אז א בויך סברא אויב סשטומט זייער שיין, איז דאס כלל נישט קיין ראיה סזאל זיין אמת.