דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע
אום כ"ו שבט ה' אלפים תצ"ב (ולמספרם Feb. 22 1732) איז געבוירן געווארן צו משפחת וואשינגטאן דער עלצטער זין זייערע, זיי האבן אים א נאמען געגעבן דזשארדזש, אוגאסטין וואשינגטאן מיט זיין בני בית מערי האבן געוואוינט אין ווירדזשיניע, זיי האבן פארמאגט גרויסע פעלדער ווי מען פלאנצט פארשידענע סארט פלאנצונגען, דזשארדזש איז געווען דער עלצטער פון 6 קינדער
ווען ער איז אלט געווען 11 יאר האט א טראגעדיע באטראפן די משפחה, די טאטע איז געשטארבן, זייענדיג דער עלצטער און די משפחה האט ער ארויסגעהאלפן די מאמע מיט די פעלדער צו קענען שפייזן די קליינע קינדערליך
הגם אין יענע צייטן האבן רוב עלטערן וואס האבן זיך געקענט ערלויבן צו דינגען פריוואטע טיטשערס נישט געשיקט אין סקול, נאר ענדרעש יא געדינגען פריוואטע טיטשערס, איז אבער אונזער דזשארדזש געווען אנדרעש און ער איז געגאנגען אין א סקול
ביי די 15 יאר בערך האט ער געענדיגט סקול, און ער האט זיך שטארק אריינגעלייגט און מאטאמאטיקס ביז ער איז געווארן א סוקסעספולע סורווייער (סורווייער איז א מין מאטאמאישע וועג פון רעכענען טעריטאריעס, ואכמ"ל), ער האט גאר שטארק מצליח געווען אין זיין פאך, ביז ער האט געהאט גענוג געלט צו קויפן אייגענע פעלדער
אום ה' אלפים תקי"א (ולמספרם 1751) האט דזשארדזש וואשינגטאן אינטערגענומען זיין ערשטע און איינציגסטע רייזע אין זיין לעבן ארויס פון אמעריקע, דאס איז געווען ווען זיין עלטערע האלבע-ברידער לארענס איז אנגעשטעקט געווארן מיט די טויטליכע טובערקלאסיס קרענק, דעמאלטס זענען זיי געפארן צו א לאנד אין די קאריביען אינזלען מיטן נאמען בארבודוס, האפנדיג אז וויבאלד די טעמפעטשור דארט איז ווארעם וועט עס אים העלפן ארויסקריכן פונעם קרענק
זייענדיג דארט אין בארבודוס, איז דזשארדזש וואשינגטאן אנגעשטעקט געווארן מיט סמאלפאקס, למעשה איז ער געווארן אויסגעהיילט דערפון אבער ער איז אייביג געבליבן מיט סימנים אויף זיין געזיכט פון די מחלה
נאך א שטיק צייט איז לארענס געשטארבן, פארשטייט זיך אז דזשארדזש האט זיך צוריק געקערט קיין אמעריקע
אום Dec. 1752 איז וואשינגטאן געשטעלט געווארן אלס קאמאנדיר פון די ווירדזשניע מיליצע גרופע, נישט האבנדיג קיין שום מיליטערישע עקספיריענס פון פארדעם. ער איז געשטיגן אין ראנג ביז ער איז געשטעלט געווארן אלס די פירער פון די גרופע
זיבן יאר שפעטער אום 1759 האט ער איבערגעלאזט די גרופע און זיך אום געקערט צו זיין וואוינארט, ווי ער איז ערוויילט געווארן צום ווירדזשניע קאנגרעס סערווירנדיג ביז 1774
די יאר וואס ער איז ערוועלט געווארן האט ער חתונה געהאט צו א רייכע אלמנה וואס האט געהאט צוויי קינדער, ער איז געווארן זייער איבערגעגעבענע שטיף-פאטער, ער אליין האט קיינמאל נישט געהאט קיין אייגענע קינדער
אין די שפעטע זעכציגער יארן האט וואשינגטאן אנגעהויבן איינזען די פראבלעם אז די בריטישע רעגירונג צווינגט ארויף טעקסעס אויף אמעריקאנע קאלאניסטן, האט ער אפגעמאכט אז ס'איז צייט זיך אפצוטיילן און גרינדן א אייגענעם לאנד
אום כ"ג אב ה' אלפים תקל"ה (ולמספרם Aug. 19 1775) האט זיך די אמעריקאנע רעוואלאציע אנגעהויבן, און דזשארדזש וואשינגטאן איז געשטעלט געווארן אלץ קאמענדער אין טשיף, די רעוואלאציע איז אנגעגאנגען ביז ו' אלול תקמ"ג, (ולמספרם Sep. 03 1783).
נאכדעם וואס די אמעריקאנע האבן געזיגט האט וואשינגטאן געזוכט צוריק צוגיין צו א רואיגע שטיל לעבן, למעשה האט מען אים נישט צורו געלאזט ביז ער האט מסכים געווען צו לויפן פאר פרעזידענט
אום Jan. 7 1789 איז דזשארדזש וואשינגטאן - זייענדיג 57 יאר אלט - ערוועלט געווארן אלץ דער ערשטער אמעריקאנער פרעזידעט מיט א שיינע אויבערהאנט אין צאל שטימען, דזשאן עדעמס וועליכער האט אנגעצויגן די צווייט מערסטע שטימען איז געווארן וויצע פרעזידעט
וואשינגטאן איז איינגעשוואירן געווארן אום Apr. 30 1789, די איינשווערונגס צערעמאניע איז פארגעקימען אין ניו יארק סיטי. (וואשינגטאן די. סי. איז נאכנישט געווען אויפגעבויט דעמאלטס)
אום 1796 נאכן דינען צוויי טערמינען האט וואשינגטאן אפגעווארפן פארלאנגן צו לויפן פאר א דריטע טערמין, וועלנדיג מאכן פלאץ פאר אנדערע
ער איז זיך צוריק געגאנגען צו זיין שטיל רואיג לעבן פון פארדעם
אום Dec. 1799 איז וואשינגטאן זייער פארקילט געווארן, די פארקילאכטס האט זיך אנטוויקלט צו א אינפעקשן אין זיין האלז, און ער איז געשטארבן די נאכט פון Dec. 14 1799, אין עלטער פון 67 יאר
דזשארדזש וואשינגטאן איז געבליבן מיטן צונאמען "פאטער פון די פאראייניגטע שטאטן" ביזן היינטיגן טאג, זיין פנים און זיין נאמען פיגורירן אופן דאלער ביל און אופן קוואדער, צענדילגע טאון'ס קאונטי'ס אין געסער טראגן זיין נאמען מיט שטאלץ
ער האט איבער געלאזט א לעגעסי וואס ווייניג אין אמעריקאנע היסטאריע קענען קאמפיטן מיט