רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א
רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן זצ״ל
דומ״ץ וראב״ד קהל יטב לב ד׳סאטמאר[/align]
איז געבוירן בשנת תרפ״ח, צו זיין טאטען הרה״ח ר׳ יעקב צבי בן הגה״ק רבי ישראל חיים פריעדמאן זצ״ל, אבדק״ק ראחוב - בעל ״ליקוטי מהרי״ח״ - און צו זיין מאמען מרת בילא בת הגה״צ רבי מנשה גאלדבערגער זצ״ל, אב״ד סטראפקאוו.
נאכן קריג דא אין אמעריקא האט ער געלערנט אין די בארימטע ישיבה ״ביהמ״ד עליון״ אין מאנסי און געווען א תלמיד פון הגאון רבי ראובן גרוזבסקי זצ״ל.
דער רב איז געווארן אן איידעם ביי הרה״ח בנש״ק ר׳ אהרן ט״ב ז״ל.
דער ״דיין״ ווי ער איז גערופן געווען בלשון חיבה ביי די מיטעלע יארגאנג דור, איז געווען בארימט מיט זיין גרויסן כח התורה, מיט זיין געוואלדיגע למדנות אין שקדנות.
ער איז געווען מיראי הוראה ווי ער האט זיך אפגעבען מיט טויזענטער שואלים בהלכה, בהשקפה, ובעצה ותושיה. און אלעס געפירט און משיב געווען מיט זיין געוואלדיגן שכל הישר און חכמה.
זיין עבודת הקודש און באהאלטענער ברען איז געווען פון די זאכן וואס יעדער האט געוויסט צו פארציילן, און זיכער די וואס האבן נאר אמאל געהאט די זכיה מיטצוהאלטן א שבת א יו״ט אדער סתם א תפילה בימי החול במחיצתו פונעם דיין.
א ״בואו בשלום״ איז געווען א ספעקטאלישער סענזאציע פון דביקות און פייער פארן אויבערשטען. ווי ער פלעגט ברענען מיט פארפלאמטע געפילן וואס האט זיך אנגעזהן אויף זיין לעכטיגע צורה לאנגע מינוטן שוועבענדיג אין די ספערן פון קדושת שבת קודש.
ווער רעד נאך פון די הייליגע טעג, דאן האט עס געברענט ווי א ברענעדיגער פאקל ממש אן אש להבה.
דער ״דיין״ איז געווען גאר נערץ ונקדש אין די סאטמארע קרייזן - און אויך אין די קרייזן ארויס פון סאטמאר איבעראל איבער די היימישע גאס, האט געשם׳ט זיין גרויסער נאמען.
אויסער זיין גדלות בתורה בעבודה וביראה איז ער געווען בארימט מיט זיין אויסערגעווענדליכע איידעלן און אצילותדיגער כאראקטער וואס האט געצויגן א געוויסע הערצה און ברעספעקט.
זיין ריינער הארץ האט זיך אפגעשפיגעלט און זיין גאנצן הלוך ילך. נאר צו זעהן צורת קדשו, אדער זיין פשוטן גיין אויף די גאס האט געשיינט און געשריגן ריינקייט און אריסטאקראטיע.
ע״פ רוב איז זיין עבודה געווען גאר איינגעהאלטן פון אויסערליכע תניעות אדער באמערקונגען, אבער אין געוויסע זמנים איז געווען ווען די עבודה האט זיך פשוט ארויסגעריסן פון אירע איינגעהאלטענע קעמערלעך... און מען האט געקענט צוקוקן אן אמתע עבודה פון אן ערליכער איד.
דער ״דיין״ איז געווען ממש א גוזמא פון א שפל ברך, זיין התבטלות פאר יעדן קליינעם תלמיד חכם איז ווערד א בוך פאר זיך, און בכלליות זיין ענווה און פשטות און צוגעלאזנקייט צו יעדן יונגערמאן אדער בחור׳ל.
ביי די בארימטע שיעורים האט געהערשט א רוחניתדיגער אוויר, ווי חשובע אידן ובתוכם תלמיד חכמים פלעגן זיין ממקשיבי השיעור, און צומאל פלעגט דער ריתחא דאורייתא ווערן ווי א קעסל.
צוזעהנדיג דעם דיין בעתן אריינגיין און ארויסגיין צום/פון שיעור האט א גוט אויג געקענט באמערקן ווי ער שטעלט זיך אפ מיט א ליבשאפט פאר יעדן אלטן איד זיך פאראינטערסירנדיג אין זיין מצב, און געגעבן א גוט ווארט, א דבר חיזוק א שמייכל.
די לעצטערע צענדליג יארן האבן זיך א מספר אידן וואס זענען געווען צוגעבינדן צום דיין געפענט אן אייגענעם ביהמ״ד וואס איז גערופן געווארן ״דעם דיינ׳ס שול״ ווי ער האט געפירט זיין עבודת הקודש מיט א פלאם פייער.
דער רב האט זוכה געווען צו א שיבה טובה.
ונסתלק ביום כ״א כסליו תשפ״א
- אטעטשמענטס
-
- 5F8983B3-E2E7-4E2F-923F-8236216049D1.jpeg (87.82 KiB) געזען 3673 מאל