חיים גולד / גאלד

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פה מפיק
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 01, 2022 9:15 am

Re: חיים גולד / גאלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה מפיק »

טינט האט געשריבן: מיטוואך מארטש 01, 2023 11:05 am
חיים איז א מתנה פאר אונזער דור.

דער מענטש האט א כוח אין אריינקריכן אין נשמה אריין, און פשוט בארואיגן, לייגן זאלסט אויף די וואונדן, און צוביסלעך, צוביסלעך אויסהיילן, ביז מ'איז גרייט צוריק אנצוהייבן וואקסן.

איך האב ליב זיינע לידער מיט מיין גאנצע הארץ.

איך בין עקטושעלי געזיצן אויף זיינע זאכן פאר כמעט דריי גאנצע יאר, און ביי געזיצן מיין איך צו זאגן, געהערט כמעט יעדן טאג, און געלעבט דערמיט.
די טענער האבן מיך ארומגענומען, די ווערטער האבן מיך דערפרייט, און צוזאמען מיט די זיסע נשמה'דיג שטימע און מוזיק האבן מיר געשוועבט ווייט איבער מאטריאליסטישע נייגונגען, און אריינגעפירט אין א וועלט פון ריין געפיל, אנגעפילט מיט בענקשאפט, געמישט מיט אביסעלע חיזוק און א זעלבסט אויפפאדערונג.

ער האט מיך געהאלפן טראגן דעם לאסט, איבער אסאך שוואכערע מינוטן אין מיין לעבן, און מיר אויםגעהויבן ארויס פון די וועלט, ארויס פון די שוועריגקייטן, און געוויזן, קוק, לאמיר אנהייבן פון ניי, לאמיר פרובירן, לאמיר וואקסן.

אזויפיל מאל מיך געהאלפן טרעפן צוריק מיין קשר מיטן טאטן אויבן, און אומצאליגע מאמענטן פון געגועים צו גוטס האט ער מיך געברענגט.

איך זאג נישט ער איז פאר יעדן, איך הייס נישט קיינעם גיין לויפן הערן זיינע זאכן.

איך האלט פארקערט, מ'דארף אים נישט פאמפן פאר די ברייטע גאס, ער איז אן עקווייערד טעיסט, ווער ס'קומט אן, קומט אן.

איך גיי נישט אריין צו זיין שטימע איז די מעין סטריעם שיינקייט וואס דער עולם גלייכט,
איך קעיר אויך נישט בכלל צו די ווערטער אין די לידער גראמען,
און איך טענה נישט, אויב די ניגונים זענען דעפרעסיע אבער פרייליכקייט אין דזשענעראל,
און זיכער נישט וואספארא סארט מענטש ער איז אין זיין פריוואטן לעבן,

אלץ וואס איך זאג איז, וואס זיינע געזאנגען האבן געטון מיט מיר.

און איך וועל פאר אייביג זיין דאנקבאר.
אוי זאגסטע גוט!
יעדע ווארט פון די תגובה קומט זיך א לייק
אוועטאר
פה מפיק
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 01, 2022 9:15 am

Re: חיים גולד / גאלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה מפיק »

Bissli האט געשריבן: מיטוואך מארטש 01, 2023 11:14 am
טינט האט געשריבן: מיטוואך מארטש 01, 2023 11:08 am
Bissli האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 10:13 am
א שרייבערל האט געשריבן:
Bissli האט געשריבן:
זיין סידי 'אוסף שירי חיים גולד' האט ער אויך נאר געמאכט ביי גערשי נאך וואס ער האט געטענה’ט אז מ’קען אים נישט הערן אויפ קיין איין נארמאלע פלאץ אלעס צוזאמען.
וואס איז אוסף שירי חיים גולד? איך ווייס נאר פון זיין סידי 'בין יום ובין לילה'
ער האט אמאל ארויסגעגעבן נאך א סידי?
א קאלעקשאן פון אלע זיינע סינגלס
איז נישט בין יום ובין לילה אויך א קאלעקציע פון סינגעלס?
יא. אוסף שירי איז א שפעטערדיגע ווערזשען מיט אלע ניגונים.
די קאלעקשאן ליגט ביי מיר אויבן אין ספאטיפיי... א שטיק נשמה!
אוועטאר
פה מפיק
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 01, 2022 9:15 am

Re: חיים גולד / גאלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה מפיק »

טינט האט געשריבן: מיטוואך מארטש 01, 2023 11:16 am
Bissli האט געשריבן: מיטוואך מארטש 01, 2023 11:14 am
טינט האט געשריבן: מיטוואך מארטש 01, 2023 11:08 am
Bissli האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 10:13 am
א שרייבערל האט געשריבן:
וואס איז אוסף שירי חיים גולד? איך ווייס נאר פון זיין סידי 'בין יום ובין לילה'
ער האט אמאל ארויסגעגעבן נאך א סידי?
א קאלעקשאן פון אלע זיינע סינגלס
איז נישט בין יום ובין לילה אויך א קאלעקציע פון סינגעלס?
יא. אוסף שירי איז א שפעטערדיגע ווערזשען מיט אלע ניגונים.

קען עמיצער אהערשיקן א לינקעלע?
https://open.spotify.com/album/4KQp6yIA ... IoD2Jbqy4A
אוועטאר
פארדרייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 06, 2023 2:18 am
לאקאציע:El Paso Taxes

Re: חיים גולד / גאלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדרייט »

איך ווער נישט פארשעמט אפילו איך ווייס נישט בכלל איך פארשטיי נישט.... פלאץ פאר די נשמה לעכטיקייט... און ווי נאר איך פאל אלס ביסטו מיט מיר אוי אוי אוי.... אויף די גאסן פון שטעטל ביים רבי'ן שפאצירן געגאנגען די הארץ האט געפילט כ'האב געזינגען צו מיר וואס איך טראכט....


פון חיים גולדס ניגונים איז נישט שייך ווערן באארד בלע''ז ווען מ'איז און די מאאד קען מען עס הערן אויף ריפיעט און ווען מ'איז נישט איז עס בכלל נישט אינטערעסאנט.
מִזֶּה אֵלֶּה וּמִזֶּה אֵלֶּה בְּנֵי אֵיתָנַי וְרַבָּנַי. כֻּלָּם צָעֲקוּ וַתַּעַל שַׁוְעָתָם אֶל ה'. יָ-הּ לְקוֹל רִנּוּן כְּבוֹא שָׁאַל לִפְנָי. וּמֶה קוֹל הַצֹּאן הַזֶּה בְּאָזְנָי
אוועטאר
משפטים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 08, 2023 11:20 am

Re: חיים גולד / גאלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משפטים »

כהאב אפגעטייפט זיינע ניגונים, אויב איינער איז אינטערעסירט...
מיין טאגליכע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:12 pm
ער האט מיך איינגעבאבילט שטיתים און אויףגעבאבילט שטיתים
אוועטאר
זילבענע לייכטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2022 2:48 pm
לאקאציע:אין זילבער סטאר
פארבינד זיך:

Re: חיים גולד / גאלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבענע לייכטער »

משפטים האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 1:16 am
כהאב אפגעטייפט זיינע ניגונים, אויב איינער איז אינטערעסירט...
קודם לייג עס ארויף!
קענסט מיטלייגען ריקארדינגס
אוועטאר
משפטים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 08, 2023 11:20 am

Re: חיים גולד / גאלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משפטים »

-פשוט געזינגען-


אמאל איז געווען א פשוטע איד געוואוינט האט ער,
אין א הייזקע א קליינע,
אין א דערפל א שיינע,
נישט ווייט פון די בערג,
דארט נעבן אים,
איז א וואסער געלאפן,
שיין אין באקוועם,
וואסער צו טרינקען,
באגיסן די ביימער,
זיך וואשן נישט דעם,

אין געזינגען האט ער,
לידער פאר ווער,
באשאפן האט אים,
לידער פון בענקשאפט,
אין געפילן וואס זענען אריבער אויף אים,
אזוי פלעגט ער זינגען, ווינטער איז זומער,
אינטערן בוים,
צווישן הימל אין ערד צווישן וואסער אין בערג אינדערהיים אין אין פעלד
צווישן הימל אין ערד צווישן וואסער אין בערג אינדערהיים אין אין פעלד

אין ווען ער האט געזיכט,
איז געווארט פאר די ליכט,
זיך צו פרייען מיט זיך,
דארט ווי ער איז,
פלעגט ער זינגען צו זיך,
א ליד פון טיפעניש,
ביז דערמאנט האט ער זיך,
אין די שטערנס מיט נאך,
מיט נאך אסאך באקאנטע,
נאנטע אין ווייטע,
שעף אין די פעלדער,
חיות אין וועלדער,
וואסער אין מער אין מער,
אין געזינגען מיט אים...

א בא בא בא...
טא טא טא טא...
לא לא לא לא לא...
מיין טאגליכע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:12 pm
ער האט מיך איינגעבאבילט שטיתים און אויףגעבאבילט שטיתים
אוועטאר
פה מפיק
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 01, 2022 9:15 am

Re: חיים גולד / גאלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה מפיק »

אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5227
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: חיים גולד / גאלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

ארויס היינט א פרישע סינגל, ניגון נשמה.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

ומי שהיה אצלי על ראש השנה, ראוי לו לשמוח כל השנה!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5227
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: חיים גולד / גאלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

Screenshot_20240313-132435_Chrome.jpg
Screenshot_20240313-132435_Chrome.jpg (92.67 KiB) געזען 410 מאל

https://drive.google.com/file/d/12ZudHp ... p=drivesdk



מילים:
שיר נשמה
שיר עולם הבא
שיר געגועים
שמחה מבורכת

שיר מתנה
שיר המתנה
לאור הזריחה
ליום שמגיע

כל נשימה
כל נשמה
כל נשימה
נשמה חדשה

בלא נודע
לדעת לא לדעת
על כל נשימה
חיים במתנה

נשימה, נשמה, מתנה, המתנה,
מזמור לתודה

שתיקה, נשימה, נשמה חדשה
מזמור לשמחה

נשימה, נשמה
מזמור לתודה, מזמור לשמחה

נפשי חמדה בצל ידיך (תהילים)

מילים, לחן, והפקה: חיים גולד
הוקלט ונערך ב edgware studios
ייעוץ, קלידים, קולות, מיקס ומאסטר וליווי מוזיקלי: גרשי שוורץ (edgware studios)
קולות נוספים: מוישי קאופמן, שמעון זילברשטיין
כלי נשיפה: נחמן צוקר
גיטרות: נחמן דריייער
כלי הקשה: שמעון זילברשטיין
מוזיקה אלקטרונית נוספת: אבי לייטנר
הקלטת קלידים וקולות נוספים: שמואל אהרון Saab Production
גרפיקה: מוטי נאה
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

ומי שהיה אצלי על ראש השנה, ראוי לו לשמוח כל השנה!
אוועטאר
על פי פשטות
שר האלף
תגובות: 1331
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: חיים גולד / גאלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

ווי נאר איך שטיי, טאטע ביזט מיט מיר, אוי אוי אוי אוי.
און ווי נאר איך פאל אויך ביזט מיט מיר אוי אוי אוי אוי...


די ווערטער רעדט צום מח!
די מעדעטאציע קלאנגען רעדט צום גוף!
זיין טיפע ווארעמע קול רעדט צום נשמה!
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
דעת גדול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 9:38 pm
לאקאציע:טיעף און וואלד... אויף אן אקציע...

Re: חיים גולד / גאלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת גדול »

משפטים האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 12:27 pm
-פשוט געזינגען-


אמאל איז געווען א פשוטע איד געוואוינט האט ער,
אין א הייזקע א קליינע,
אין א דערפל א שיינע,
נישט ווייט פון די בערג,
דארט נעבן אים,
איז א וואסער געלאפן,
שיין אין באקוועם,
וואסער צו טרינקען,
באגיסן די ביימער,
זיך וואשן נישט דעם,

אין געזינגען האט ער,
לידער פאר ווער,
באשאפן האט אים,
לידער פון בענקשאפט,
אין געפילן וואס זענען אריבער אויף אים,
אזוי פלעגט ער זינגען, ווינטער איז זומער,
אינטערן בוים,
צווישן הימל אין ערד צווישן וואסער אין בערג אינדערהיים אין אין פעלד
צווישן הימל אין ערד צווישן וואסער אין בערג אינדערהיים אין אין פעלד

אין ווען ער האט געזיכט,
איז געווארט פאר די ליכט,
זיך צו פרייען מיט זיך,
דארט ווי ער איז,
פלעגט ער זינגען צו זיך,
א ליד פון טיפעניש,
ביז דערמאנט האט ער זיך,
אין די שטערנס מיט נאך,
מיט נאך אסאך באקאנטע,
נאנטע אין ווייטע,
שעף אין די פעלדער,
חיות אין וועלדער,
וואסער אין מער אין מער,
אין געזינגען מיט אים...

א בא בא בא...
טא טא טא טא...
לא לא לא לא לא...
איך זיך די ווערטער פון מי שהיינו מיט אברומי לונגער
שמחה=שמייכל=רואיג=פאזעטיוו=צו גאט און צו לייט

איש תם. יושב אוהלים...
עובדיה2
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2014 4:59 am

Re: חיים גולד / גאלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובדיה2 »

דא האט איר די ווערטער פון מי שהיינו מיט אברומי לונגער

מילים:
געדענקסט, ראש השנה ביי נאכט
א טיר זיך געעפענט
געפילט ווי די טיר מער וועט קיין מאהל נישט ווערן פארמאכט
און שוין קומט ד׳טאג עס וועט לייכטן בייטאג און ביי נאכט

אויף די גאסן פון שטעטל ביים רעב'ן שפאצירן געגאנגען
די הארץ האט געפילט כ׳האב געזונגען צו מיך וואס איך טראכט
מחשבות אויף ווערטער געווארן כ׳האב גערעדט אזוי שטאט

ביסט דאך אייביג מיט מיר
ווי נאר איך בין
דיר וויל איך אלעס פארציילן
סודות ביי האלטן פון מיר
א טיר נאך א טיר

און שפעטער ביי נאכט
זיך שלאפן געלייגט
ווערטער גערעדט שטילער הייט
די וועלט איז א שקר
איך בין אובער אמת׳דיג דיינס

גייענדיג ווייטער די וועג
פארבירט נאך צו זינגען
די הארץ איז פארמאכט
יעצט איך זיץ אויף א באנק און איך ווארט
ווי גוט איך זאל זוכן און זינגען דער ניגון פון היינט

דער ליד וואס איך זינג איז א ליד נישט קיין באקאנטער
מען מוז אבער זינגען אפילו מען וייסט נישט ווי אזוי
דאס איז די וועג פאר א ניגון א נייעם אזוי

עס וועט קומען ד׳טאג
מיר גייען פארשטיין
פאר וואס זענען אונז דא גיווען
אונז האבן געזוכט נאר צו לעבן די וועגן פון עהם

און נאך א מאהל איך זינג
צו דיר היינט א ליד
נאך א מאהל פאר תשובה איך ווארט
זוכן, איז טרעפן און זוך די אמונה פון היינט
כדי אריין צו כאפן טוהן נאר גוטס, עובדיה!
צו באקומען גלייך צום אימייל נייע שיינע סינגלס שרייבט זיך איין דא [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”