ח"י אייר -ל"ג בעומר
איין טעם איז ווייל אין ל"ג בעומר האבן אויפגעהערט צו שטארבען די תלמידים פון רבי עקיבא. נאך א טעם ווייל אין דעם טאג איז נפטר געווארן דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי זי"ע און ער האט אנגעזאגט פאר זיין פטירה אז מ'זאל האלטן א יום טוב אין זיין יומא דהילולא.
סתם ר' שמעון אין די משנה מיינט רבי שמעון בן יוחאי.
רבי שמעון בן יוחאי האט מחבר געוועהן דעם ספר זוהר הקדוש.
אויך פירט מען זיך אנצוצינדען פיהל ליכט אין זיין יאהרצייט ווייל ער האט לעכטיג געמאכט די וועלט מיט זיין ספר הזוהר און מיט אלע סודות התורה וואס ער האט מגלה געוועהן פאר זיינע תלמידים.
מ'פירט זיך "ל"ג בעומר" צו שיסען מיט א פייל-און-בויגען ווייל דאס איז א רמז צו דעם וואס אלע יארן וואס רבי שמעון האט געלעבט איז נישט געוועהן א "קשת" אין הימל וואס דאס איז א סימן טוב כידוע, ווייל זיין זכות האט מגין געוועהן אויף זיין דור.
דער הייליגער בני יששכר זי"ע שרייבט אז ער האט געהערט פון אנשי אמת אז די שמחה אויף דעם ציון פון רשב"י אין "ל"ג בעומר" איז ממש שלא כטבע.