נייעס און אפדעיט'ס פון די היימישע הייוועי'ס, ניו יארק און ניו זשערסי
א נייע רעמפ איז געענדיגט געווארן וואס וועט פארגרינגערן און פארשנעלערן די טרעפיק מיט איבער 3 מניט, פון די RFK בריק צו די דשארדש וואשינגטאן בריק (אויך באקאנט אלץ GW בריק) ווען מגייט דורך די הארלעם ריווער דרייווHRD) HRD איז א המשך פון די FDR צו און פון די GW אויפן לענג פון מאנהעטן, א חלק הייסט הארלעם ריווער דרייוו און א אנדערע חלק הייסט FDR)
ביז היינט ווען פלעגט אראפ גיין די RFK בריק צו די GWbבריק ווען מהאט געוואלט גיין דורך די HRD האט מען געדארפט דורך פארן 2 לאקאלע גאסן אין מאנהעטן מיט א רויט לייט 2 וואס האט גענומען נערוון און צייט
מיט די נייע רעמפ נאך די RFK בריק נאך די קליינע בריק(ווי ספלעגט זיין טאל בודקעלך)רעכטס איז דא א נייע exit רעמפ אויף די רעכטע זייט וואס וועט אייך נעמען גראד צום HRD ווי איר וועט זיך טרעפן אויף די לינקע ליניע פון די הארלעם ריווער
נישט פארמישן מיט א exit אביסל פריער וואס טראגט צו די קליינע אינזעל ראנדלעס איילענד, פאלגט נאך די סיין HRD הארט ביפאר די אלטע וועג צו די לאקאלע מאנהעטן גאסן
די רויטע איז די אלטע וועג מיט 1 אדער 2 רויט לייטס, די בלויע איז די נייע וועג
די נייע רעמפ וואס פארשנעלערט מיט 3 מניט