פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אינהאלט | שפראך | אווער אלל | אריינגיין אין פיינעל?

די וואלן האבן זיך געשלאסן דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 6:35 pm

8
2%
★★
3
1%
★★★
16
4%
★★★★
24
6%
★★★★★
51
13%
1
0%
★★
2
1%
★★★
19
5%
★★★★
27
7%
★★★★★
53
13%
1
0%
★★
4
1%
★★★
18
5%
★★★★
24
6%
★★★★★
52
13%
16
4%
••
24
6%
•••
54
14%
סך הכל שטימען: 397

אוועטאר
פויליש פארווע
שר האלף
תגובות: 1181
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 6:34 pm
לאקאציע:צווישן די מילכיגע און פליישיגע סינק

פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויליש פארווע »

[align=center] [/align]

מיט די טלית בייטל אונטערן ארעם שפאצירט ר' משה אראפ די בעלגעליי גאס אויפן וועג צום בית המדרש, די גאס איז ליידיג און שטיל חוץ ר' משה איז קיינער נישט אויפ'ן גאס, אזוי האט עכ''פ ר' משה געמיינט, ער האט נישט באמערקט ווי נישט ווייט אונטער אים איז פארקירט א שווארצע מערצעדעס מיט טונקעלע פענסטערס און אינווייניג זיצן צוויי ברייט געבויטע זעקס פיסיגע באנדיטן. ווי געווענליך האט ר' משה אויסגענוצט די רואיגע שפאציר ביזן בית המדרש צו איבער טראכטן זיין סדר היום און מיט וועלכע ביזנעסלייט ער וועט זיך היינט טרעפן אינעם דיימאנט בערזע.

ווי נאר ער האט זיך אביסל דערווייטערט פון זיין הויז האט זיך די פארקירטע קאר ארויסגעריקט פון דער זייט פון דער ראוד און אנגעהויבן נאכצופארן ר' משה, האלטענדיג א גענוג א ווייטע דיסטענס אז קיינער זאל נישט באמערקן זייערע בייזוויליגע פלענער און ווען ר' משה האט זיך איינגעדרייט אויף איינע פון די זייטיגע געסלעך האט די שווארץ געקליידעטע דרייווער אראפגעדריקט די גאז פעדל פארנדיג מיט א שנעלקייט אין זיין ריכטונג. א הילכיגן קוויטש האט זיך געהערט ארויסקומען פון די רעדער ווען די קאר איז געקומען צו א האסטיגן אפשטעל ממש געציילטע אינטשעס נעבן ר' משה. ר' משה איז געשפרינגען אויף צוריק פון גרויס שאק, אבער נאך פאר ער האט זיך געקענט אריענטירן האבן שוין צוויי פעסטע הענט אים ארומגענומען שלעפענדיג צום טראנק, ער האט פרובירט זיך קעגן צו שטעלן אבער ער האט שנעל איינגעזעהן אז עס איז נישטא קיין שום מעגליכקייט ער זאל בייקומען די צוויי פעסט געבויטע חברה, זיי האבן אים פארבינדן מיט א שמאטע אויף די אויגן און מיט ברייטע דאק טעיפ האבן זיי פארקלעבט זיין מויל כדי ער זאל נישט קענען שרייען פאר הילף. איינער פון זיי האט ווילדערהייט א כאפ געטון ר' משה'ס טלית ותפילין, בערזל, טעלפאון, און זיינע אנדערע חפצים און באהאלטן ביים אונטערשטן זיץ און דאן האבן זיי אים אריינגעשליידערט אינעם טראנק.

די טיר פונעם טראנק האט זיך פארמאכט מיט א שנעלקייט, צום מזל איז אים געלונגען די לעצטע מינוט אוועקצודרייען זיינע הענט פון די עפענונג פון די טראנק, עס האט ממש געפעלט א האר אז ער זאל איבערלאזן זיינע פינגערס אינדערויסן. ווי נאר די טראנק איז געווארן הערמאטיש פארשאלסן, האט זיך די קאר גענומען שנעל פארן, ווען דערביי האבן זיי אנגעצינדן ווילדע הויכע מוזיק. ער האט געטראכט צו זיך מיט ביטערניש, וואס האט זיי אויסגעפעלט מיר צו פארקלעבן די מויל, דא אינעם פארמאכטן טראנק אין א קאר וואס די מוזיק ארבעט אויפ'ן העכסטן, וואלט סיי ווי קיינער נישט געקענט הערן מיינע געשרייערייען, און יעצט פארשווערט עס מיר סתם דאס אטעמען. די קאר איז ווילד געפארן זיך איינדרייענדיג כסדר אין איין גאס נאכן צווייטן. עס האט אים אויסגעזעהן ווי זיי פארן נאכאמאל און נאכמאל ארום די זעלבע געסער, כדי ער זאל מיינען אז ער איז ערגעץ ווייט אוועק פונדערהיים.

זיצענדיג איינגעקורטשעט אינעם קליינעם טראנק האט ער אנגעהויבן צו באגרייפן אין וואספארא שווערע לאגע ער געפינט זיך דא. ער האט געהאפט אז זיינע ארבעטער וועלן זיך וואונדערן פארוואס ער איז נישט געקומען צום ארבעט.. אבער ער האט זיך גלייך געכאפט אז ער האט פונקט נעכטן געזאגט פאר זיין סעקרעטאר אז ער וועט מעגליך נישט קענען קומען היינט אין ארבעט צוליב א דאקטאר אפוינטמענט וואס איז צום סוף נישט צושטאנד געקומען, ממילא וועט זיין נישט קומען צום ארבעט נישט אויפברענגען קיין פארדאכטן ביי זיינע איינגעשטעלטע. ווידער זיין ווייב פרובירט דאך אויך געווענדליך נישט צו רופן אין די ארבעט שעות וויסענדיג אז לעצעטענס איז ער ב''ה שטארק פארנומען מיט די קונדן און ער האט אפילו נישט די פאר מינוט צו אויפהייבן א טעלעפאון פאר איר. חוץ שפעט נאכמיטאג כאפט ער זיך אריבער אינדערהיים עפעס איבערצובייסן, וואס אויב זאל ער דארפן ווארטן ביז דעמאלטס אז עס זאל זיך אנצונדן ביי איר א רויט לעמפל, ווער ווייסט צו ער וועט נאך זיין דעמאלטס צווישן די לעבעדיגע.

זיינע מחשבות זענען געקומען צו א איבעררייס ווען די קאר איז געקומען צו א פלוצלינג'דיגע אפשטעל. מיטאמאל האט ער געשפירט די זעלבע ברייטביינערדיגע הענט כאפן אים אהן און שלעפן אים ארויס פון טראנק. ער האט שוין יעצט ניטאמאל פרובירט צו שטעלן א ווידערשטאנד. זיי האבן אים אויפגעבינדן די הענט און אראפגענומען די טעיפ פון זיין מויל, זיינע אויגן האבן זיי אבער געלאזט פארבינדן און מען האט אים אנגעהויבן אריינשלעפן אין א בילדינג, ער האט נישט געהאט קיין מושג וואו אויף די וועלט ער געפינט זיך, ער האט נאר געשפירט ווי מען פירט אים אראפ א פלייץ פון טרעפן, ביי יעדע פאר טריט איז ער כמעט אומגעפאלן נישט קענענדיג זעהן וואו ער גייט.

ווען די טרעפן האבן זיך גענדיגט האבן זיי אים אריינגעטראגן אין א צימער און אים אויפגעבינדן די אויגן. דער צימער איז געווען די בוילער רום פון די געביידע, עס איז געווען אינגאנצן שטויביג, שמוציג, אהן קיין לופט צו אטעמען, א גרויסע שווארצע פאן מיט'ן אייסיס סימבאל איז געווען אויסגעצויגן אויף די לענג פון די וואנט.

ווי נאר ער האט צוריק געפענט די אויגן האט ער זיך געזעהן שטיין פארנט פון א הויעך פעסט געבויטן מוסלעמענער יונגאטש. דערזענדיגט דער מוסלעמענער געשטאלט האט ר' משה'ס פחד דערגרייכט א פרישן רעקארד. זיין מוח האט פיבערהאפטיג אנגעהויבן ווארפן בילדער ווי זיינע קינדער זיצן און וויינען נאך זייער טאטע וואס איז קאלטבלוטיג ערמארדעט געווארן דורך איסלאמישע טעראריסטן. ער האט זיך דערמאנט אז זיין זון הערשי דארף ווערן 3 קומענדיגע וואך, און ווער ווייסט צו ער וועט אים בכלל נאך קענען זעהן מיט פיאות. ער האט געשפירט אז ער האלט עס נישט אויס.

זענדיגט זיין פארלוירנקייט האט דער מוסלעמענער מיט א צינישע שמייכל זיך אנגערופן צו אים: געב א שמייכל, וואס ביזטו פארביטערט, דו וועסט דאך זיין אויף די שפאגל נייע ווידעא וואס מיר וועלן ברייט פארשפרייטן אין די נאנטע טעג איבער די גאנצע וועלט, ווילסט דען נישט זיין פאפולער?

ר' משה האט זיך יאמערליך צוויינט און מיט א שטימע געשטיקט פון טרערן זיך איינגעבעטן, איך ווייס נישט וואס עטס ווילטס פון מיר האבן, איך האב נאך קיינמאל נישט געעקט אויף קיין ווידעא'ס גייט'ס זוכטס א צווייטן און לאזט'ס מיר אהיים גיין צו מיין ווייב אין קינדער.

די ביטערע געוויינערייען האבן אבער בכלל נישט בארירט דער בלוט דוררשטיגן מוסלעם, אנשטאט דעם האט ער אויסגעשאסן אין א הילכיגן געלעכטער ארויסלאזענדיג א גרויליגן גערוך פון זיין מויל: דו דארפט בכלל נישט קענען עקטן, מיר רעדן פון א ווידעא וואס וועט אויפשטורמען די גאנצע וועלט, און וועט הייבן די אנזען פון די כאליפאט און ווארפן א פחד אויף אלע כופרים. עס וועט זיך אנהייבן מיט די הינריכטונג פון אפאר קריסטליכע כופרים אין איראק וואס ווערן דערמארדערט דורך איינע פון אונזערע איסלאמישע שטאט סאלדאטן, אבער צו מאכן די ווידעא מער קאלירפול וואלטן מיר אויך געוואלט האבן א חסידיש'ער איד דערין, דערפאר האבן מיר דיר דא אהער געברעגט.. פארשטאנען?!

הערנעדיג דאס, האט א קאלטע שווייס באגאסן זיין קערפער, ער האט זיך אנגהויבן צו ווארפן ווי א בלעטל, זיינע ציינער זענען אים כמעט ארויסגעפאלן פון גרויס שרעק, וויסענדיג אז מען רעדט נישט פון רויבער וואס ווילן אים בארויבן אדער פאדערן א גרויסע סומע אויסלייז געלט. נאר מען רעדט דא פון מענטשן וואס האבן באוויזן צו איבערשטייגן סיי וועלכע רוצחים אין די היסטאריע מיט זייערע קאלטבלוטיגע מארדן. און שטאלצירן זיך גאר מיט זייערע גרויליגע רציחות וואס זיי פירן אדורך אין נאמען פון אייסיס.

ר' משה האט געשפירט ווי די כוחות לאזן זיך אים אויס, ער האט גענומען די קוראזש און געבעטן א גלעזל וואסער, דער מוסלעם איז שטיל געליבן פאר א מינוט זיך נישט רעכטנדיג אז ער וועט האבן די חוצפה עפעס בכלל צו בעטן, אבער ער האט מסכים געווען אים צו ברענגען. זעענדיג אז ער איז איינגעגאנגען דערויף, האט ר' משה אים געבעטן צו ער קען אים אויך מיטברענגען זיין טלית ותפילין וואס מען האט אים צוגענומען גלייך אנהייב פון די פארכאפונג. ער האט גארנישט געענטפערט און פארלאזט דער צימער.

נאך אפאר לאנגע מינוטן האט זיך די טיר ווידער געעפענט דער מוסלעם האט אים געגעבן א ווארף אריין זיין טלית בייטל צוזאמען מיט א באטל וואסער. אבער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן זיך צו רייצן מיט אים אז ער זאל טרינקן ווי שטייטער ווייל דאס וועט לכאורה זיין די לעצטע טראפן וואסער וואס גייען דורך זיין מויל.

די טיר האט זיך צוריק פארקלאפט און ר' משה האט גלייך געגעבן א קיש די טלית בייטל און אנגעהויבן אנטון די טלית, א געפיל פון העכערקייט האט אים ארום גענומען ווען ער האט גענומען די תפילין אין די הענט. און פארשטייט זיך אז ער האט געדאווענט מיט גרויס כוונה אינזין האבנדיג יעדעס ווארט.

ווען ער האט געענדיגט דאווענען האט ער אויסגעטון די טלית ותפילין און עס צוגעדריקט צו זיין הארץ און הייס צוגעזאגט אז אויב דער אויבערשטער וועט אים ארויסראטעווען פון דא וועט ער מער קיינמאל נישט רעדן מיט קיין תפילין און ער וועט זיך נישט ארויסיאגן ביים דאווענען, נאר דאווענען פון מה טובו ביז עלינו און אינזין האבן די פירוש המילות ווי ווייט מעגליך.

ווי נאר ער האט געענדיגט צוזאמלייגן די טלית האט זיך די טיר נאכאמאל געעפענט, איינע פון זיינע פארכאפער איז אריינגעקומען מיט א גרויסע קעמרע און גענומען פון אים אפאר בילדער און ווידעא'ס אונטערמורמלענדיג ווערטער אין אראביש, ר' משה האט נישט פארשטאנען וואס ער זאגט, חוץ זיינע ווילדע אלא אכבאר אויסברוכן וואס ער האט כסדר איבערגעשריגן א צופייערטער, וואס דאס האט ער שוין איינמאל פארשטאנען. ווען ער איז פערטיג געווארן אים פילמירן, האט ער אויסגעשריגן צו אים יאהוד, נאך אפאר מינוט ביזטו מיט א קאפ קערצער! דערנאך ער איז ארויס פון צימער איבערלאזענדיגט ר' משה א שאקירטער.

נאכן צו זיך קומען, האט ר' משה געכאפט נאכאמאל א בליק אויף זיין טלית בייטל און באמערקט אז אין זיין טלית בייטל איז אויך דא א ובלכתך בדרך ברכות גמרא, וואס ער האט א שטיק צייט צוריק אריינגעלייגט דארט מיט'ן פלאן צו אנהייבן לערנען כאטשיג א בלאט יעדן טאג, אבער זייענדיג אזוי פארנומען און אויסגעמאטערט נאכ'ן ארבעט האט ער פאקטיש כמעט נישט געפענט די גמרא ביז יעצט.

ער האט שנעל ארויסגעשלעפט די גמרא פונעם בייטל און געגעבען א קיש אויפ'ן דעקל און מחליט געווען אז היות ער ווייסט נישט וויפיל מינוטן עס איז אים נאך געבליבן, וועט ער כאטש פרובירן צו אריינכאפן ווי מער בלעטער גמרא ער קען, טראץ וואס זיין פחד איז געווען אין לשער האט ער פרובירט צו פארשטיין ווי מער וואס ער לערנט, און ווען ער האט נישט געקענט זיך מצמצם זיין, האט ער כאטש געזאגט די ווערטער. ווען ער איז אנגעקומען צו די גמרא אויף דף ט עמוד ב אפילו חרב חדה מונחת על צווארו..... אל ימנע עצמו מן הרחמים, האט עס אים אריינגעבלאזן א פרישע גייסט פון האפענונג און ער האט פונקט ווי ביים דאווענען אויך צוגעזאגט אז אויב דער אויבערשטער וועט אים מיט ניסים ארויסזעהן פון דא, וועט ער זעהן צו מאכן קביעת עתים לתורה יעדן צופריה און ביינאכט.

ער האט צוגעמאכט די גמרא און אנגהויבן זאגן ווידוי און דערביי באמת חרטה געהאט אויף אלעס וואס ער האט אלטס געטון ביז אהער. עס האט אים געריסן שטיקער ווען ער האט געטראכט ווי ער האט פארשפילט גרויסע חלקים פון זיין לעבן מיט נארישקייטן וואס וועלן אין אפאר מינוט מער גארנישט זיין ווערד. ער האט געטראכט אז ווען ער טוישט ווען אויף די צייט וואס ער איז געווען פארנומען צו זיך אנקוקן מיט די אלע ווידעא'ס וואס זיינע חברים פלעגן אים אלץ מזכה זיין, וואלט ער געקענט אוועק געבן מער צייט צו לערנען און צו זיין א בעסערע טאטע צו זיינע קינדער. עס האט אים ביטער געשטאכן ווען ער האט זיך געכאפט אז מיט געוויסע קינדער האט ער קוים באוויזן צו בויען א קשר זייענדיג אזוי פארנומען מייט זיין טעלעפאון.

מיטאמאל האט זיך די טיר ברייט צועפענט 5 שווארץ געקליידעטע בארבערדעלטע מוסלעמענער זענען אריינגעקומען אין צימער, די פנימ'ער זענען זיי געווען באדעקט, בלויז די אויגן האבן זיך ארויסגעשטעלט. אין שפיץ פון זיי איז געשטאנען א אינגער טעראריסט פאכענדיג מיט א גרויסן האק אין זיין האנט ווען פון זיינע רציחה'דיגע אויגן שפריצן ארויס פונקן פון שנאה. און פון אונטער אים שטייט דער זעלבער באנדיט וואס האט פריער גענומען בילדער פון אים, מיט די קעמערע אין דער האנט אנגעשטעלט צו זיין ריכטונג גרייט צו פילמירן דער גרויליגער ספעקטאל וואס גייט אט אט פארקומען. איינער פון זיי האט פארבינדן ר' משה די אויגן און אים געהייסן שטיין אינמיטן צימער. ר' משה האט געוואלט שרייען שמע ישראל אבער פון פחד זענען זיינע ליפן געווארן פארשטייפט, ער האט ער זיך פשוט נישט געקענט עפענען די מויל. נאך אפאר מינוט וואס האט אויסגעזעהן ווי אן אייביגקייט האט דער טעראריסט מיט'ן האק אינדערהאנט געגעבן א שריי אויס אלא אכבאר.

ר' משה געשפירט א זעץ און גלייך דערנאך האט ער געלאנדעט מיט קראפט אויף דער ערד שרייענדיג שמע ישראל מיט זיינע לעצטע כוחות, ער האט געשפירט א נאסקייט פליסט אראפ איבער זיין ריקן ער האט ער שנעל אנגעהויבן ריקן זיין האנט צו יענעם ריכטונג וועלענדיג אפשטעלן די פלוס, אבער די צושפאלטענעם טעפל פון די נעגל וואסער האט אים נישט געלאזט צוקומען. ער געבט זיך א קוק ארום און ער זעהט זיך ליגן אויף דער ערד אין א פאדל פון אויסגעגאגסענע נעגל וואסער און קיינער שטייט נישט ארום אים חוץ זיין דערשראקענעם ווייב וואס קוקט אים אהן מיט וואונדער און פרעגט וואס איז מיט אים געשעהן. פארוואס האט ער געשריגן שמע ישראל?.

ער איז געבליבן אזוי ליגן אפאר מינוט אויף די נאסע ערד נישט קענענדיג צוזיך קומען פון די איבערלעבעניש. ער האט געבעטן זיין ווייב צו ברענגען פרישע נעגל וואסער און אויסגעשריגן מודה אני לפניך..שהחזרת בי נשמתי הויעך אויפ'ן קול אינזינען האבנדיג יעדע ווארט, ער האט זיך געוואשן נעגל וואסער. אינדערצווישן זענען זיינע קינדער זיך שוין אויך צוזאמגעלאפן. ער האט יעדן געבעטן זיך צו זעצן אין דיינונג רום און ווארטן ביז ער וועט ענדיגן ברכת התורה און דאן וועט ער זיי אלע פארציילן וואס איז געווען פשט פון זיין שמע ישראל געשריי היינט ביים אויפשטיין.

ווען אלע זענען שוין געווען ביים טיש האט ער פארציילט זיינע קינדער די שרעקליכע חלום וואס ער האט געחלומ'ט דער נאכט, שילדערענדיג יעדן דעטאל. ר' משה האט צוגענדיגט זאגענדיג אז אפילו די גאנצע מעשה איז געווען א בלויזע חלום, פארט וויל ער ווייטער אנהאלטן די קבלות טובות וואס ער האט זיך פארגענומען די נאכט ער וועט נעמען חברותות צופרי און ביינאכט. און ער וועט טאקע היינט איבערלאזן זיין קלוגע טעלעפאון וואס ער האט לצורך פרנסה אין ארבעט. און ער וועט זיין גרייט צו שמועסן און שפילן מיט די קינדער ביז זיי גייען שלאפן און דערנאך וועט ער ארויסגיין לערנען מיט זיין נייע חברותא און דאווענען מעריב.

די גאנצע צייט וואס ער האט פארציילט זיין חלום זענען זיינע קינדער געזעצן מיט אפענע מיילער אויסהערענדיג יעדע ווארט. און גלייך ווען ער האט געענדיגט האט זיין קליינע 2 יעריגע הערשי וואס ווערט 3 קומענדיגע וואך אויסגערופן: היינט נאכט וויל איך זיין די ערשטע צו שפילן קארעלעך מיט טאטי!. ר' משה האט אים געענטפערט אי''ה, ווען א טרער פון התרגשות האט זיך אראפגעגליטשט אויף זיין באק.

פון דעמאלסט אן האט זיך ר' משה'ס לעבן געטוישט עס האט זיך אנגעהויבן ביי אים נייען לעבן פון א העכערן קוואליטעט. א לעבן פיל מיט שמחת החיים א לעבן פיל מיט סיפוק, און ווי אינטערעסאנט עס איז געווען אז אפילו ר' משה האט אראפגענומען צייט פון זיינע געשעפטן כדי צו מאכן מער צייט פאר'ן לערנען האט עס נישט געשטערט זיין פרנסה, אדרבה זיינע הכנסות האבן זיך זייט דעמאלסט גאר שטארק געהויבן.



[align=center] דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול. [/align]
לעצט פארראכטן דורך אייוועלט פארמעסט אום דינסטאג דעצעמבער 29, 2020 9:22 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
ווען איר ליינט אן ארטיקל פון פויליש קענט איר זיין רואיג אז געווענליך איז כאטש 2 פראצענט אמת.
מפתח - פויליש פארווע ארטיקלען
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פיינער שפראך דער שרייבער.

עטליכע פלעצער ווי איך האב זייער הנאה געהאט:

    דארט וואו דער מעשה ווערט פארוואנדלט פון רעאליטעט צו א בלויזער חלום "ער האט געשפירט א נאסקייט פליסט אראפ איבער זיין ריקן ער האט ער שנעל אנגעהויבן ריקן זיין האנט צו יענעם ריכטונג וועלענדיג אפשטעלן די פלוס, אבער די צושפאלטענעם טעפל פון די נעגל וואסער האט אים נישט געלאזט צוקומען". סופער!

    ווי אויך פון דעם ליין "אבער ער האט זיך גלייך געכאפט אז ער האט פונקט נעכטן געזאגט פאר זיין סעקרעטאר אז ער וועט מעגליך נישט קענען קומען היינט אין ארבעט צוליב א דאקטאר אפוינטמענט וואס איז צום סוף נישט צושטאנד געקומען", איז מיר זייער געפאלן.

אווער אלל, דער שרייבער האט גאר א גוטער שפראך, גייט גוט אריין אין די דעטאלן, ארויסברענגנדיג יעדן סארט געפיל במשך די גאנצע דראמא.

כה לחי!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1326
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

זייער שיין געשריבען און א געשמאק צו ליינען.
זייער א גיטע פוינט און זייער שיין ארויסגעברענגט.
אויפן טאן
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 6:43 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפן טאן »

אבער די "צושפאלטענעם" טעפל פון די נעגל וואסער האט אים נישט געלאזט צוקומען.
??
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע:אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

גאר דראמאטיש, א זאפטיגע שפראך, פירט גוט אריין דעם לייענער אינעם געשיכטע, מיט יעדן דעטאל!

אין א סייד פאוינט, אויב הערטעץ אין די נייעס אז כאניש איז פארכאפט ביי די אייסקרי.. כ'מיין אייסיס, זאלטעץ וויסן אז ס'איז פשוט א רעזאלטאהט פון לייענען דעם ארטיקל פארן זיך לייגן...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19688
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

זייער זייער שטארק!
די שפראך איז א געשמאקע שפראך, טאקע נישט קיין הויכע שפראך אבער זייער רייך און באטעמט.
די תוכן דארף מען דאך בכלל נישט מסביר׳ן, גאר א שטארקע נקודה, ארויס געברענגט אויף א וועג וואס ער שלעפט דיר אריין אז נאך פאר דו יאגסט אן צו כאפן אז סאיז איז א משל, ביסטו שוין אינעם נמשל... ווי פעיק האט שוין געשריבן, די אריבערגאנג פונעם חלום צום מציאות (אדער אין אנדערע ווערטער פון משל צום נמשל) איז געמאכט אזוי גוט אז אפילו מיין מלמד אין חיידער וואלט נישט געדארפט אויספירן ״די נמשל איז זייער פשוט״. איך דענק נישט איך זאל האבן אמאל געליינט א משל ונמשל וואס סזאל אריינפארן אזוי סמוד און ווערן געבלענדעד אזוי גוט.

שפראך א 5
תוכן א 20...
אווער אלל 5
אין פיינעל? נעוואדע ווער נישט אויב נישט ער!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע:אין פארברענגען...

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

שרייבער'ל, א גאר פיינע זשאב געמאכט!

סיי תוכן סיי גוט געשריבן!

אזא חלום איז א אמת'ע חלום, עס האט עפעס אויפגעטון....
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע:אין פארברענגען...

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן: גאר דראמאטיש, א זאפטיגע שפראך, פירט גוט אריין דעם לייענער אינעם געשיכטע, מיט יעדן דעטאל!

אין א סייד פאוינט, אויב הערטעץ אין די נייעס אז כאניש איז פארכאפט ביי די אייסקרי.. כ'מיין אייסיס, זאלטעץ וויסן אז ס'איז פשוט א רעזאלטאהט פון לייענען דעם ארטיקל פארן זיך לייגן...

איך האף עס וועט נישט פאסירן, ווייל דאן וועסטעך נאך אינטערנעמען אין חלום מער נישט צו ארויפקומען דא....
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

הערליך!
אוועטאר
האלצשטיין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8067
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

זייער שטארק און דראמאטיש
אוועטאר
חיים ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 3:15 am
לאקאציע:אין בעט נעבן די פאלעסיידס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ברוך »

די האסט א מוירעדיגע מעלה פין אריינציען מענטשן אין די מעשה אזש מען פילט אז מען איז ממש דארט
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2676
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

פליסיגע שפראך, פיינע תוכן, הנאה געהאט!
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

די קעפל איז מורא'דיג ציענדיג צו ליינען
זייער א פיינע שפראך

אויב מעג איך מעיר זיין א קליין הערה / הארה
די מעשה איז דראמאטיש, אבער כדי די ליינער זאל מיט פילן די דראמא דארף מען אים אריין ברענגען ער זאל זעהן די מעשה פאר די אויגן
דאס וואס מ'שרייבט נאכדעם האט אזוי פאסירט און אזוי פאסירט
גיבט אים צו שפירן וואו ער הערט יעצט א מעשה און נישט וואו ער איז דארט במציאות וואס דאס איז מער דראמאטיש
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

בלעכענער פנים האט געשריבן: פליסיגע שפראך, פיינע תוכן, הנאה געהאט!

גא"מ, (כאטש די צאמשטעל פון א שרעקעדיגע מעשה וואס ענדיגט זיך אלץ א חלום איז שוין כמה פעמים געווען דא, איזעס נאך אלץ געווען גאר דראמאטיש און אינטערעסאנט!)
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19688
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

סופרים שטיבל האט געשריבן: די מעשה איז דראמאטיש, אבער כדי די ליינער זאל מיט פילן די דראמא דארף מען אים אריין ברענגען ער זאל זעהן די מעשה פאר די אויגן
דאס וואס מ'שרייבט נאכדעם האט אזוי פאסירט און אזוי פאסירט
גיבט אים צו שפירן וואו ער הערט יעצט א מעשה און נישט וואו ער איז דארט במציאות וואס דאס איז מער דראמאטיש

אדרבה ווען ער געבט דיר צו פילן ווי דו ביסט דארט איז דאס דראמא אויפן העכסטן פארנעם
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

איינס האט געשריבן:
סופרים שטיבל האט געשריבן: די מעשה איז דראמאטיש, אבער כדי די ליינער זאל מיט פילן די דראמא דארף מען אים אריין ברענגען ער זאל זעהן די מעשה פאר די אויגן
דאס וואס מ'שרייבט נאכדעם האט אזוי פאסירט און אזוי פאסירט
גיבט אים צו שפירן וואו ער הערט יעצט א מעשה און נישט וואו ער איז דארט במציאות וואס דאס איז מער דראמאטיש

אדרבה ווען ער געבט דיר צו פילן ווי דו ביסט דארט איז דאס דראמא אויפן העכסטן פארנעם


הוא אשר דברתי, אבער די שרייבער נעמט דיר נישט אריין איך בילד נאר ער דערציילט דיר וואס מ'האט געזען
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אין איין ווארט: די דראמא איז א סאך שטערקער ווען דער מעשה ווערט אראפגעלייגט בלשון הוה, ווי ווען עס איז געשריבן בלשון עבר.

נעם א דוגמא פון עטליכע שורות:

"די טיר פונעם טראנק האט זיך פארמאכט מיט א שנעלקייט, צום מזל איז אים געלונגען די לעצטע מינוט אוועקצודרייען זיינע הענט פון די עפענונג פון די טראנק, עס האט ממש געפעלט א האר אז ער זאל איבערלאזן זיינע פינגערס אינדערויסן. ווי נאר די טראנק איז געווארן הערמאטיש פארשאלסן, האט זיך די קאר גענומען שנעל פארן, ווען דערביי האבן זיי אנגעצינדן ווילדע הויכע מוזיק".

אנשטאט, וואלט עס ווען געקענט שטיין אזוי: "דער טיר פונעם טראנק פארמאכט זיך מיט א שנעלקייט. צו זיין מזל געלונגט אים אין די לעצטע מינוט אוועקצודרייען זיינע הענט פון דעם עפענונג פון די טראנק, עס האט ממש געפעלט א האר אז ער זאל איבערלאזן זיינע פינגערס אינדערויסן. ווי נאר די טראנק ווערט הערמאטיש פארשאלסן, נעמט זיך דער קאר שנעל פארן, ווען דערביי צינדן זיי אן ווילדע הויכע מוזיק".


כאפסטע?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע:אין פארברענגען...

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

עס איז שוין א אלטע נושא וויאזוי מען זאל שרייבן.

איך האב גראדע מער ליב ווען מען שרייבט בלשון עבר, כמעט אלע נאוועל ביכער שרייבן אזוי, פוק חזי.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איך מיין אז דו ביזסט נישט גערעכט, לויט מיין זכרון.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע:אין פארברענגען...

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

פעיק ניוז האט געשריבן: איך מיין אז דו ביזסט נישט גערעכט, לויט מיין זכרון.

דיין זכרון ארבעט דאך נישט גוט, דו כאפסט דאך אויף נאר וואס עס געשעט יעצט בלשון הוה....
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גוט גוט.

איך וועל עס דאבלטשעקן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

בעצם מיר באדערט עס נישט. דער שרייבער איז גאר א גוטער שרייבער.

איין זאך יא, נעקסט טיים זאל ער עס געבן פאר א מגיה צו מתקן זיין די גראמאטיק, קאמעס און פינטלעך. ווי אויך אביסל בעסער אויסשטעלן די פאראגראפן. עס וואלט עס געגעבן א פיל בעסערן אויסקוק.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
שמו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5134
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

איך בין אזוי איבערגענומען, אזש איך האב זיך אליינ'ס פארגענומען קבלות טובות לזכותו.

דער שפראך איז רייך, און ציענדיג, און נעמט מיט דעם ליינער אויף א רייד, דער תוכן איז קנאקעדיג, און ענדיגט זיך צו, פריילעך, מיט א גוטע ענדע, און א תועלת א פועל יוצא, ממש געוואלדיג, לדעתי האט דער ארטיקל אלע מעלות.

און צו דער זייט, נישט צו לאנג אויך נישט. מה שנקרא בלשונינו קורץ און שארף.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

ריזיג שטארק!
א גוטע התחלה אנצוהייבן די פארמעסט.
איך האב עס אפגעליינט אין איין אטעם און מיטגעלעבט די געשיכטע פון מיין אפיס-דעסק.

איין קליינע הערה (אסאך שרייבערס מאכן דעם טעות) ווען צוויי פעסט-געבויעטע חברה שלעפן איינעם איז עס 4 פעסטע ארעמעס, נישט 2.
חוץ מזה האט עס נישט קיין איין מינוס.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

יעצט אנגעקומען ענדליך צו ליינען. זייער הנאה געהאט.

געשמאק געשריבן, העכסט דראמאטיש, אינהאלטספול און ברענגט גוט ארויס די פוינט.

א דאנק פארן שרייבער!
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ... דאט.קאם (com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ... וקם!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”