בלאט 2פון 2

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 10:53 pm
דורך וואס טוט זיך
זייער שיין. די לעצטע חלק ווי ער בלייבט מיט די קבלות טובות איז זייער גוט.

נאר די שפראך און די גראמאטיק וואלט ווען געקענט זיין אביסל בעסער.

3 פאר שפראך, 4 פאר אינהאלט, 3 אוועראלל.
דעם לעצטן חלק איבערן פיינעל פארמעסט כאפ איך נאכנישט פונקטליך וואס די שאלה איז, העמיר צוריקקומען וואטן איינמאל כ'בין קלאר אין דעם.

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 11:18 pm
דורך איינס
וואס טוט זיך האט געשריבן: דעם לעצטן חלק איבערן פיינעל פארמעסט כאפ איך נאכנישט פונקטליך וואס די שאלה איז, העמיר צוריקקומען וואטן איינמאל כ'בין קלאר אין דעם.

ניט שייך צו צוריקקומען...

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 11:25 pm
דורך וואס טוט זיך
געמיינט צו זאגן אז כ'גיי צוריקקומען וואטן אויף אלע.


עני וועי, א דרייער פארן פיינעל.

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 25, 2020 3:09 am
דורך א שרייבערל
כ'העל דיר זאגן דעם ריינעם אמת אנפאנגענדיג דעם ארטיקל איז מיר ארויפגעקומען א מחשבה צי גיין צום נעקסטען ארטיקל ווייל דעי דראמא פון צוויי געבויעטע יונגען פארכאפן איינעם איז ביי מיר שוין אויסגעוועפטע פחד נאכן לייענען אסאך דראמא ביכער. גלייך איז מיר אבער ארונטער געקומען א צווייטע מחשבה אז ס'קען דאך נישט זיין אז דאס געווענליכע מעשה זאל בייפאלען פאר א שרייבער אריינצושיקען פאר א פארמעסט, און קיין טעות האב איך נישט געמאכט האסט מיר ב"ה נישט אנטוישט מיט דעם פרישען חסידיש-איסלאמישער קרבן חידוש, און דערנאך אויפכאפענדיג זיך ציזאמען מיט דעם יוד'ס נעגל וואסער טראכטענדיג ווי עס האלטן 'מיינע' קבלות.

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 25, 2020 6:44 am
דורך געלעגער
זייער גוט געשריבן. די ענדע איז געווען פערדיקטעבל אבער הנאה געהאט האב איך

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 9:20 pm
דורך שמארטיקל
זייער הנאה געהאט פון דעם ארטיקל. עס איז אויסנאם פיין אראפגעלייגט מיט דראמא, און ווי אסאך האבן שוין געשריבן, ער נעמט אריין די ליינער אין די מעשה נישט לאזענדיג איהם אוועקגיין ביזן ענדיגן די גאנצע.

יישר כח!

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 10:14 pm
דורך אלופי אדום
זייער גוטע שפראך,

כבין נישט אזוי אנטציקט פונעם נושא, כהאב אביסל געפילט ווי עס איז אויסגעדראשענע אילוזיעס
אבער מטן שפראך האלט ער זייער געשפאנט

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 10:51 pm
דורך פעיק ניוז
חבקוק האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן: איך מיין אז דו ביזסט נישט גערעכט, לויט מיין זכרון.

דיין זכרון ארבעט דאך נישט גוט, דו כאפסט דאך אויף נאר וואס עס געשעט יעצט בלשון הוה....

איבערגעקוקט עטליכע ביכער. און יאפ, חבקוק איז גערעכט!

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 10:58 pm
דורך מומחה יוחס
זייער שיין אין מאסיוו, מעכטיג אין רייך
פין די בעסטער ארטיקעלעך אויף די פארמעסט דערווייל

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 29, 2020 4:47 pm
דורך פאטאקי08
*****
*****
*****
***

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 6:13 am
דורך אוראייניקל
שיין אראפגעלייגט, מיט א מקום בעסער צו שרייבן.

וואלט געווען בעסער, און מער נוגע צום ליינער, ווען ער ברענגט ווען ארויס, אז אזוי דאנקבאר דארף מען זיך שפירן צו הקב"ה א יעדן טאג ביים "מודה אני.. שהחזרת בי נשמתי"..

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 3:09 am
דורך כ'וויל
הערליך שיין ס'ליינט זיך ווי כאילו איינער פארציילט א מעשה (נאר די נמשל איז גאנס טיפיקיל)

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 10:15 am
דורך נאר מיט שמחה
יעצט אנגעקומען עס צו ליינען..

אנהייב האט מיר נישט געכאפט גענוג די שפראך, אבער כ'ווייס נישט פ"וו דער האט מיר מצליח געווען אריינצושלעפן אין די מעשה, כ'האב פשוט געציטערט... ס'געשריבן זייער קלאר און דראמאטיש.

די געדאנק מיטן נמשל איז טאקע גאנץ טיפיקל, אבער מ'דארף עס הערן און נאכאמאל הערן ביז מ'וועט עס דערהערן!

א ריזיגן דאנק פארן שיינעם ארטיקל, און פארן התעוררות.

מיר ווארטן אויף נאך.

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

געשריבן: זונטאג יאנואר 03, 2021 3:59 am
דורך דער יעניגער
איזה יופי!
פי. עס. איים סארי פאר ביאינג לעיט

געשריבן: מיטוואך יאנואר 06, 2021 11:12 pm
דורך קנאפער ידען
שיינע ארבעט!

דער מעשה איז דראמאטיש אראפגעלייגט מיט א שיינע שפראך, און ווי אנדערע האבן שוין ארויסגעברענגט שלעפט עס אריין דעם ליינער מיט דער סוספענס ווי מען שטייט דארט איצטער.

אויב מ'מעג זאגן קריטיק... דער ענדע כאטש באלערנד האט מיר געסאונדט עפעס געיאגט און שטומפיג (נד"נ), נאך אסאך שיין געצויגענע מעשה קומט דער ענדע אויך אביסל מער באריכות. אפשר טאקע ווי אור אייניקל האט געזאגט.

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

געשריבן: דינסטאג יאנואר 12, 2021 10:37 pm
דורך אסדר לסעודתא
זייער דראמאטיש באשריבן, תוכנ'דיגע אויספיר.

דער שרייבער האט א געשמאקן פעדער און א הויכן כוח הדמיון.

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

געשריבן: זונטאג יאנואר 17, 2021 4:52 pm
דורך סטאוו יא פיטא
שיינער ארטיקל מלא תוכן, גאר א שטארקע משל פון והחי יתן אל לבו וואס קען רילעיטן צי יעדן איינעם.
אינהאלט א גרינגע 5
שפראך 4, ס'איז ציענד און בא'טעמ'ט צי ליינען אבער ס'פעלט דראמא אין שפירן ווי מ'לעבט עס מיט. ספעציעל ביי אזא סארט ארטיקל איז די געלונגנקייט געוואנדן אין ווי דראמאטיש און לעבעדיג ס'איז געשריבן. דער ארטיקל ליינט זיך ווי א זאך וואס איז שוין פארביי.
די לעצטע חלק איז אויסנאם פיין, דאס איבערפארציילן די חלום און די קבלת טובות האט לעבעדיגע קאלירן און דאס מאכט דעם ארטיקל א 5 אוועראלל.

כה לחי.

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

געשריבן: דינסטאג יאנואר 19, 2021 5:09 pm
דורך מחשב
גוטער שרייבער! געשמאק און דראמאטיש!

ער האט עס געשריבן זייער פשוט. כדבר איש אל רעהו. אזוי ווי איך וואלט ווען פארציילט די מעשה ביי מלוה מלכה. למעשה האט ער מיר גוט אריינגעשלעפט אין די מעשה, כאטש איך האב שוין גראד אנפאנג געפילט אז עס גייט זיך ענדיגן מיט א חלום...

די נושא איז נישט יוניק. ווען ער קומט ווען אויף מיט עפעס א חידוש וואלט געווען בעסער.

אין טאטעל איז עס א פיינער ארטיקל!

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

געשריבן: מיטוואך יאנואר 20, 2021 6:02 pm
דורך פויליש פארווע
יישר כח פאר אלע וואס האבן אראפגענומען צייט צו קאמענטירן, צי עס איז געווען א קאפלימענט אדער עפעס וואס איך קען פארבעסערן.... איך וועל בעז''ה אסאך ארויסנעמען פון דעם וויאזוי צו פארבעסערן מיין שריפט.

עקסטער וויל איך באדאנקען @ איינס פאר'ן מיר שטיפן צו שרייבן דעם ארטיקל און פארן אהערשטעלן אזא פערפעסניאלע ארבעט וואס נאר ער קען באווייזן!

[align=center]מיט פיל דאנק
פויליש פארווע[/align]

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:54 pm
דורך האסטו וועסטו
אז די ביסט גיט ביסטו גיט

אפשר א לאנגע מעשה?

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #1 - פארכאפט ביי איסלאמישע טעראריסטן!

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:37 am
דורך פויליש פארווע
האסטו וועסטו האט געשריבן: אז די ביסט גיט ביסטו גיט

אפשר א לאנגע מעשה?

יש''כ פאר'ן קאמפלימענט
נישט קיין שלעכטע געדאנק, איך דארף נאר טרעפן די צייט.

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: