מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

בלבבי
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 23, 2023 12:26 am

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלבבי »

Haklal האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 3:35 am
בלבבי האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 3:33 am
נשמת כל חי האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 3:18 am
געווען לעילא ולעילא.
די לעכטיגע דרשות ביים קידוש...
זיך דערהייבן מיט איבער אן אלף אידן ביי של''ש זיך גרייטענדיג פאר קבלות התורה... יחד יחד יחד לבבי ליראה שמך... ורוח נכון חדש חדש בקרבי... ריבונו של עולם העלף מיר העלף מיר....
לאמיר האפן אז ס'קומט יעצט אויך ארויס א קונטרס
איך גלייב נישט עס גייט ארויסקימען א קונטרס אבער לאמיר כאטש מאכן א גוגל דרייוו ווי דער עולם זאל קענען שרייבן
אהער מיטן לינק
די קונטרס פון יענע שבת איז ארויסגעקומען פון הבינני אדער פון די חבריא דא וואס האבן געשריבן
די מכון האט עס ארויסגעגעבן
קענסט נאך קויפן די קונטרס אויף אמאזאן איך בין זיך נאך אלס מחיה דערמיט
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1572
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

שמחהלע האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 1:13 am
שלש סעודות במדבר הכנה לקבלת התורה מאנסי תשפד

https://www.dropbox.com/scl/fi/vyzamzdu ... dl5z7&dl=0
צוטיילט די ניגונים אין די שמועסן.

https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing
אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע:נישט ביים קאמפיוטער

תגובה דורך tech yid »

שמחהלע האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 8:26 am
שמחהלע האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 1:13 am
שלש סעודות במדבר הכנה לקבלת התורה מאנסי תשפד

https://www.dropbox.com/scl/fi/vyzamzdu ... dl5z7&dl=0
צוטיילט די ניגונים אין די שמועסן.

https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing
ווילסט צולייגן א גוגל דאק אין די פאלדער אז מ׳זאל קענען אנהייבן שרייבן די דרשות?
הק׳ טעקעלע
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1187
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

בס״ד

מיר האבן ב״ה געהאט די זכי׳ מיטצוהאלטן שבת קודש אין מאנסי,

אין איין ווארט.. ״אין מילים״..!

אנגעהויבן פון די תפילות, הונדרעטער אידן קאכן א דאווענען מיט א ברען! פון אלע ערליי סארטן און פון יעדער קרייז, אה! די באטע, די מגיד שיעור מיט א נייער דערהער אויף ״לא תעשה כל מלאכה״ קאכט אריין אין א ר׳ צדוק.. אוי האט עס געפאדערט, דערנאך א שטארקער נקודה פארוואס מען האט געקענט ליינען די לוחות אויף ביידע וועגן, א קשר צווישן בין אדם לחבירו און בין אדם למקום זייער קלאר און פראקטיש.. הרב שטיינער קאנטראלירט די מאסן מיט די ניגונים ס׳פלאקערט א רחם.. א מנוחה ושמחה, א פשוטער מעין עולם הבא! געענדיגט ארום 2:00.

שחרית.. נאך אזא נאכט האט זיך עס דערקענט אויף די דאווענען.. פאר׳ן ליינען האט די מגי״ש געזאגט א דרשה מיט טיפע נקודות.. א נייע דערהער אויף ״מודים״ ואין להאריך ווייל כ׳בין אויך נאכנישט אינגאנצן קלאר..

קידוש איז דאך - ווי באקאנט פאר די הבניני חבורה - פון די געשמאקסטע חלקים פון שבת, די מגי״ש איז אין א שטיקל מער אויפגעלאזטע שטימונג.. די מגיד שיעור מיט א פלפול אויף הבא לטהר מסייעין אותו, צוביסלעך אויפגעבויט מיט אזא קלארקייט אויף די מגיד שיעור׳ס שטייגער.. די עולם עסט אויף יעדער ווארט וואס קומט ארויס פון די מגי״ש מויל.. הרב שטיינער מאכט קלאר פאר די מאסן אז ביי קידוש ווענד די דרשה לויט ווי שטארק מען זינגט (די עולם פאלט פאר דעם, ס׳האט געדינערט א זאל..) געענדיגט 3:00..

רעווא דרעווין, א געפאקטער זאל מיט - לויט מיין שאצונג - ארום 1,500 אידן, כ׳האב פשוט נישט קיין ווערטער מסביר צו זיין די אווירא אונעם זאל.. א מין התרוממות וואס איז שווער צו באשרייבן! איר קענט זיך פארשטעלן ווען אזא ציבור זינגט אינאיינעם אבינו אב הרחמן, לב טהור, אחת שאלתי, מען האט געקענט צוגיין ביים ניגון פון רבי ר׳ הערש.. והאר עיננו בתורתך!! די מגי״ש האט ארום גערעדט איבער פארוואס ״ס׳הייסט יום המיוחס, כפה אליהם הר כגיגית מיט א נייער דערהער. דערנאך האט די מגי״ש געשריגן ״אלע מניעות פונעם יצר הרע ביי לימוד התורה איז בלויז אחוזת עניים!!״ מען האט געקענט הערן א פליג! ארום 11:30 האב איך ארויס פון זאל.. שפעטער האב איך געהערט אז מען האט געענדיגט ארום 1:00.. ס׳האט מיר געשטערט אבער מ׳דארף דאך זיין א שמח בחלקו אויך ביי רחניות..

כ׳האב געטראכט אזוי..
הונדרעטער אידן נעמען זיך צוזאם.. נישט פאר כבוד, נישט פאר געלט, נישט פאר די עסן וואס מען טיילט (ווייל ס׳איז פשוט נישט געווען..) ״כי אם לשמוע את דבר השם!״.. די באשעפער האט א הייליגער פאלק!
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
קליינע גרויסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 14, 2023 8:31 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע גרויסער »

משה יצחקי האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 10:52 am

קודם כל, א ייש''כ פאר די הערליכע תגובה. זייער זייער שטארק ארויסגעברענגט!

איך וויל זיך נאר באציען צו די לעצטע נקודה וועגן די עסן. איך בין געווען מסופק צו איך זאל מגיב זיין, וויבאלד דער 'הבינני אשכול' איז גאר אן איידעלער אשכול, מען טענה'ט זיך נישט, און אודאי און אודאי פליקט מען זיך נישט אריין ח''ו אזוי ווי אין אנדערע אשכולות. ממילא וועל איך בלויז מגיב זיין בנעימות, און ח'''ו עס זאל נישט ווערן קיין ויכיח פון דעם. איך געב שוין רשות פאר סיי ווער צו האלטן לגמרי אנדערש.

איך בין געווען ביים שבת, און חוץ פון די חלק הרוחני וואס איז דאך פשוט אז מים רבים לא יכלו לכבות, בין איך שטארק נתפעל געווארן ווי שיין עס איז צוגעשטעלט געווארן פארן ציבור. לדוגמא ביים באטע, וואס די עסקנים דארפן ווען בכלל נישט צושטעלן עסן, עס דארף ווען 'גארנישט' זיין (אזוי ווי ביי אנדערע משפיעים)! איז אבער געווען פרוכט מיט טשאקלעד! אינדערפרי נאכן דאווענען וואלטן זיי גארנישט געדארפט צושטעלן! (איך בין שוין געווען ביי משפיעים וואס מען ענדיגט 2ע דאווענען און מען גייט פשוט אהיים הינגעריג ותו לא) דערווייל שטעלן זיי צו קעיק, הערינג, אייער קיכל, 3 סארט קיגלעך וכו'

יעצט, אודאי ביי א ציבור פון 1000-1500 יודן גייט אייביג פאסירן אז געוויסע גייען בלייבן הינגעריג, פשוט וויבאלד ס'איז נישט קיין שבת וואס קומט פאר יעדע וואך און ס'איז ממש נישט מעגליך זיך אויסצורעכענען פונקטלעך פון פאראויס. אבער בדרך כלל האבן זיי ממש הערליך צוגעשטעלט לפנים משורת הדין.

עס איז א דבר פשוט אז די געטרייע עסקנים ליינען דעם אשכול, און עס פעלט נישט אויס זיך אפצורעדן וויבאלד עס איז געווען יודן וואס זענען געבליבן הינגעריג, בו בזמן וואס מען האט אלעס פראבירט צוצושטעלן פונעם שענסטן און בעסטן, און רוב עולם איז אהיים זאט.

מ'קען אפשר מעורר זיין אז קומעדיגע מאל זאל מען זיכער מאכן אז דעי 5 פראצענט גייט אויך אהיים זאט, און עס איז טאקע וויכטיג. אבער געבן א בילד כאילו 'יעדער האט געהינגערט' איז נישט ריכטיג לפענ''ד.

גייט נאך זיין א שיעור ביפאר שבועות אין אמעריקע?
ישיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:18 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיש »

Screenshot_20240609_005047_Xodo.jpg
Screenshot_20240609_005047_Xodo.jpg (385.01 KiB) געזען 1494 מאל
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1187
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

קליינע גרויסער האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 11:30 am
משה יצחקי האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 10:52 am

כ׳האב געטראכט אזוי..
הונדרעטער אידן נעמען זיך צוזאם.. נישט פאר כבוד, נישט פאר געלט, נישט פאר די עסן וואס מען טיילט (ווייל ס׳איז פשוט נישט געווען..) ״כי אם לשמוע את דבר השם!״.. די באשעפער האט א הייליגער פאלק!
קודם כל, א ייש''כ פאר די הערליכע תגובה. זייער זייער שטארק ארויסגעברענגט!

איך וויל זיך נאר באציען צו די לעצטע נקודה וועגן די עסן. איך בין געווען מסופק צו איך זאל מגיב זיין, וויבאלד דער 'הבינני אשכול' איז גאר אן איידעלער אשכול, מען טענה'ט זיך נישט, און אודאי און אודאי פליקט מען זיך נישט אריין ח''ו אזוי ווי אין אנדערע אשכולות. ממילא וועל איך בלויז מגיב זיין בנעימות, און ח'''ו עס זאל נישט ווערן קיין ויכיח פון דעם. איך געב שוין רשות פאר סיי ווער צו האלטן לגמרי אנדערש.

איך בין געווען ביים שבת, און חוץ פון די חלק הרוחני וואס איז דאך פשוט אז מים רבים לא יכלו לכבות, בין איך שטארק נתפעל געווארן ווי שיין עס איז צוגעשטעלט געווארן פארן ציבור. לדוגמא ביים באטע, וואס די עסקנים דארפן ווען בכלל נישט צושטעלן עסן, עס דארף ווען 'גארנישט' זיין (אזוי ווי ביי אנדערע משפיעים)! איז אבער געווען פרוכט מיט טשאקלעד! אינדערפרי נאכן דאווענען וואלטן זיי גארנישט געדארפט צושטעלן! (איך בין שוין געווען ביי משפיעים וואס מען ענדיגט 2ע דאווענען און מען גייט פשוט אהיים הינגעריג ותו לא) דערווייל שטעלן זיי צו קעיק, הערינג, אייער קיכל, 3 סארט קיגלעך וכו'

יעצט, אודאי ביי א ציבור פון 1000-1500 יודן גייט אייביג פאסירן אז געוויסע גייען בלייבן הינגעריג, פשוט וויבאלד ס'איז נישט קיין שבת וואס קומט פאר יעדע וואך און ס'איז ממש נישט מעגליך זיך אויסצורעכענען פונקטלעך פון פאראויס. אבער בדרך כלל האבן זיי ממש הערליך צוגעשטעלט לפנים משורת הדין.

עס איז א דבר פשוט אז די געטרייע עסקנים ליינען דעם אשכול, און עס פעלט נישט אויס זיך אפצורעדן וויבאלד עס איז געווען יודן וואס זענען געבליבן הינגעריג, בו בזמן וואס מען האט אלעס פראבירט צוצושטעלן פונעם שענסטן און בעסטן, און רוב עולם איז אהיים זאט.

מ'קען אפשר מעורר זיין אז קומעדיגע מאל זאל מען זיכער מאכן אז דעי 5 פראצענט גייט אויך אהיים זאט, און עס איז טאקע וויכטיג. אבער געבן א בילד כאילו 'יעדער האט געהינגערט' איז נישט ריכטיג לפענ''ד.
ריכטיג ס׳איז געווען נערמאל צוגעשטעלט און ביסט 100% גערעכט אז ס׳איז א אמת׳ע שיינע זאך מצד די מכון הבינני, איך האב געמיינט צו זאגן אז ס׳איז נישט געווען עפעס א ספעציעלע פרעס אז איינער זאל האבן געקומען פאר דעם.

שכח פאר׳ן מעורר זיין.
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע:נישט ביים קאמפיוטער

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tech yid »

הק׳ טעקעלע
עם ישראל חי וקים
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 2:47 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם ישראל חי וקים »

Haklal האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 3:33 am
בלבבי האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 3:32 am
מיכל הירש האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 3:26 am
שמחהלע האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 1:13 am
שלש סעודות במדבר הכנה לקבלת התורה מאנסי תשפד

https://www.dropbox.com/scl/fi/vyzamzdu ... dl5z7&dl=0
ישר כח!
איז דא א רעקארדינג פון ליל שישי אין מאנסי?
געזען דארט אז מהאט עס געהעריג פראפעשינאל אפגעכאפט, איך טראכט אז סגייט ארויפגיין פאר די ליל שישי (שני) בעפאר שבועות
וואס איז געקומען די וואך פרייטאג
עס איז געשטאנען ליל שישי במדבר
וואס ס'איז געקומען דאנערשטיג נאכט איז באמת געזאגט געווארן ליל רביעי במדבר אין גבעת זאב.
אוועטאר
בטלן
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2011 2:24 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטלן »

קליינע גרויסער האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 11:30 am
מ'קען אפשר מעורר זיין אז קומעדיגע מאל זאל מען זיכער מאכן אז דעי 5 פראצענט גייט אויך אהיים זאט, און עס איז טאקע וויכטיג. אבער געבן א בילד כאילו 'יעדער האט געהינגערט' איז נישט ריכטיג לפענ''ד.
לדעתי איז געווען פונקט געניג עסן, דאס טוישן די אויסשטעל פון אזא גרויסע זאל, מיט אזוי פיל מענטשן דערין פאלאנגט זיך סאך א גרעסערע סטעף - און במילא האט געדויערט אביסל צייט יעדער זאל זיך קענען מסדר זיין.
אולי, וואלט מען געדארפט מאכן אז יעדער בלייבט ביי די פלעצער נאכן דאווענען און די מגיש זאל רעדן אינדערמיט פונעם זאל, דארט ווי ער האט גערעדט פארן ליינען.

אבער קיינער איז נישט אהיים הונגעריג.
אידן אין אמעריקע:(ווי אויך אידן אין מאנסי...) דרייווט מיט א רוהיגקייט וועט אייך גיט זיין!
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3367
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

רבנונו של עולם - איך קען דיר נישט גענוג דאנקען אויף דעם דערהויבענעם שבת וואס איך האב נארוואס מיטגעלעבט!
די גאנצע שבת, מרישא ועד גמירא, א חטיבה אחת פון קירבת אלוקים, פון לעכטיגקייט אן קיין גבולים.
אינמיטן שלש סעודות, ערגעץ צווישן והנה אלוקים נצב און דער אהבה רבה ניגון, ערגעץ פליענדיג צווישן דעם מאמר פון יום המיוחס און דער מאמר פון דעם יצר'ס טאקטיקן צו טון אלעס חוץ לערנען, האב איך פשוט געזוכט דעם קנעפל אפצושטעלן דעם זייגער (וועלכע זייגער??), באשעפער פליז... הלוואי זאל די יעצטיגע מציאות זיך קיינמאל נישט ענדיגן...
עסקני הבינני, יישר כח אלף פעמים! מען לעכצט שוין אויפ'ן נעקסטן שבת, ביטע ווי שנעלער! (נישט געווען גענוג עסן? כ'אנישט קיין אנונג וואס עטס רעדסט...)
הנותן לשכוי בינה...
קרייזשיכט
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 23, 2023 10:11 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייזשיכט »

נו ווען איז וויליאמסבורג זוכה??
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4153
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

תרנגול האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 2:47 pm
רבנונו של עולם - איך קען דיר נישט גענוג דאנקען אויף דעם דערהויבענעם שבת וואס איך האב נארוואס מיטגעלעבט!
די גאנצע שבת, מרישא ועד גמירא, א חטיבה אחת פון קירבת אלוקים, פון לעכטיגקייט אן קיין גבולים.
אינמיטן שלש סעודות, ערגעץ צווישן והנה אלוקים נצב און דער אהבה רבה ניגון, ערגעץ פליענדיג צווישן דעם מאמר פון יום המיוחס און דער מאמר פון דעם יצר'ס טאקטיקן צו טון אלעס חוץ לערנען, האב איך פשוט געזוכט דעם קנעפל אפצושטעלן דעם זייגער (וועלכע זייגער??), באשעפער פליז... הלוואי זאל די יעצטיגע מציאות זיך קיינמאל נישט ענדיגן...
עסקני הבינני, יישר כח אלף פעמים! מען לעכצט שוין אויפ'ן נעקסטן שבת, ביטע ווי שנעלער! (נישט געווען גענוג עסן? כ'אנישט קיין אנונג וואס עטס רעדסט...)
ווי תרנגול האט געשריבן
עס איז מיר זייער שווער ארויסצוברענגען די געפילן אויף פאפיר, מען איז ממש דערהויבן, מען פילט ווי אין אן אנדערע פלאנעט, ווי דער מגי"ש האט ארויסגעברענגט ביי קבלת שבת אז לכוע בשבת נתנה תורה, מען מוז האבן שבת צו וויסן וואס רוחניות האט צו אפפערן אז נישט איז עס בבחינת א קנין אויף א דשב"ל וואס פעלט אין גמירות דעת
א מענטש דארף כסדר האבן שטארקע רוחניותדיקע הרגשים, דעס העלפט ווען ער איז אין די גשמיותדיקע וועלט בעת נסיון

עניוועי איין שטיק רוחניות און קרבת אלקים
והבא לטהר מסייעין אותו מיט אלע פירושים
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3295
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

באקומען די שבועות קונטרס פון אמאזאן, כ'האב הנאה אז די דעקל איז matte, כ'האף דער עולם וועט אויך הנאה האבן פון די טויש
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת
~ מעלות

we protest!
אוועטאר
זינגי
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 5:07 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגי »

ווי גייט זיין צו באקומען דו דרשה פון דירשו?
האדם לא נברא אלא לשבר את הטבע
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1572
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

זינגי האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 4:21 pm
ווי גייט זיין צו באקומען דו דרשה פון דירשו?
Dirshu Siyum Live
https://torahanytime.com/live-events/bc ... 3a6cc4f8fd
בלבבי
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 23, 2023 12:26 am

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלבבי »

שמחהלע האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 4:58 pm
זינגי האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 4:21 pm
ווי גייט זיין צו באקומען דו דרשה פון דירשו?
Dirshu Siyum Live
https://torahanytime.com/live-events/bc ... 3a6cc4f8fd
בערך וויפיל אזייגער דארף די מגיד שיעור צו רעדן?
אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע:נישט ביים קאמפיוטער

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tech yid »

קרייזשיכט האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 3:34 pm
נו ווען איז וויליאמסבורג זוכה??
וויליאמסבורג האט געהאט פאר די הייליגע טעג
הק׳ טעקעלע
אלי'
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 16, 2024 12:32 am

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' »

נשמת כל חי האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 12:06 am
איינער ווייסט פון א אכסניא פאר איין אינגערמאן פאר די וואך שבת אין מאנסי אין די ווילחאוויץ געגענט? אישי איז גוט
יישר כח.
יישר כחך
אלי'
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 16, 2024 12:32 am

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' »

Haklal האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 3:33 am
בלבבי האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 3:32 am
מיכל הירש האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 3:26 am
שמחהלע האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 1:13 am
שלש סעודות במדבר הכנה לקבלת התורה מאנסי תשפד

https://www.dropbox.com/scl/fi/vyzamzdu ... dl5z7&dl=0
ישר כח!
איז דא א רעקארדינג פון ליל שישי אין מאנסי?
געזען דארט אז מהאט עס געהעריג פראפעשינאל אפגעכאפט, איך טראכט אז סגייט ארויפגיין פאר די ליל שישי (שני) בעפאר שבועות
וואס איז געקומען די וואך פרייטאג
עס איז געשטאנען ליל שישי במדבר
אויפגעכאפט באמת ליל רביעי לכבוד ליל שישי.
ירחמיאל
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 3:25 am

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירחמיאל »

איינער מיט א ריקארדינ''ג פון די שיעור און נייטרא חדר?

ייש''כ למפרע
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1617
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

די מגיד שיעור האט יעצט אנגפאנגן צו רעדן
אוועטאר
שיפעל
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 09, 2023 8:36 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיפעל »

מנחם נחום האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 10:29 pm
די מגיד שיעור האט יעצט אנגפאנגן צו רעדן
ווי קען מען עס מיטהאלטן? תורה עניטיים מאכט פראבלעמען
וועןרענטל
שר חמש מאות
תגובות: 809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 12, 2019 3:40 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועןרענטל »

ר' לייבוש ליש מיט די קולות "הבינני"... נישט הבינני סטייל

ווי אויך די (ליגענט) אז די מגיד שיעור איז געקימען ספעציעל פאר דעם
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”