א מענטש קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכוניםכי אין השלימות בלתי לה' לבדויתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף) די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
נאכן וויינען א לאנגע צייט האב איך אבער באשלאסן אז זאל זיין וואס זאל זיין, איך וועל ווייזן אז איך קען יא. אז דאס איז געוועהן דעם רצון פונעם גרויסן בורא, וועל איך דאס אויספירן! און איך וועל ווייזן פאר מיין געטרייע מאמע פון גן עדן. אז יא איך קען און איך וועל ווייטער אנגיין.
דאס איז די איינציגסט וועג אדורך צו גיין די שווערסטע מצבים אין לעבן, נעם אן די גזירת הבורא און גיי אן מיטן לעבן....
כה לחי!
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך... איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
פאטאקי האטעס גענאגלט! די פוינט פון דעם ארטיקל דארף מען אפשר זוכן, אבער די מייסטערווערק פון אזוי שטארק אריינלייגן דעם געפיל אין די שורות, און אריינגעבן אינעם לייענער ווי כאילו ער לעבט עס אדורך, דאס איז דער עיקור קינסט!
tesla האט געשריבן:
יא האסט מיך צריק געברעינגט. צי יענע שרעקלעכע טאג, איך בין געזיצן אין ישיבה קטנה אין גיט געשמיסט אויף די גמרא, אינמיטן וואקט דערעך א בחור אין קיקט מיר אן מיט אזא מאדנעם פאקס, די ביסט דא?!? גייט נישט דורך קיין צוויי מניט די משגיח רופט מיר אריין אין זיין אפיס, געט מיר א בענקל, אין מעלט מיר איין מיט א טריקענע שטימע, דיין מאמע איז מער נישט דא. ס'האט זיך מיר נישט געוואלט גלייבן, מיין הארץ האט עס נישט פארנומען, מיין קאפ אין מיין הארץ זענען ווי פארשטיינירט געווארן,אין דאן איז מען געגאנגען צי די לווי', איך האב געזען די ארון, כ'בין אראפגעפאלן אויף די פלאר אין געשאסן אין א יאמערליכן געוויין. אין דא האב איך מיר אויפגעווקט. איך בין געבליבן ליגן געפרוירען אין בעט, איבער א האלבע שעה, אין דאן בינעך געגאנגען צי מאמע אין געזעין אז זי לעבט. ברוך ה'. איך געדענק נאך ביז היינט, א קנאפע 10 יאר שפעיטער, די פילונג'ס פין יענע מניט, ס'איז געוועין 100 מאל מער פיינפול ווי די ערגסטע פילונג וואס איך האב סיי ווען אימער געהאט, איך קען מיר נאר פארשטעלן אז אין ריל איז עס טויזענטער אדער מיליאנ'ן מאל ערגער,
געהאט עפעס זייער וויכטיג אין כסדר געדארפט ענטפערן פאר מענטשן אין אינצעווישן געליינט די ארטיקל כאניש געוויסט אין וואס איך גיי אריין... יעצט נאכן ענדיגן האב איך געכאפט אזא גליטש אין מאוד ממש נישט פאסיג פאר מוצ“ש
tesla האט געשריבן:
יא האסט מיך צריק געברעינגט. צי יענע שרעקלעכע טאג, איך בין געזיצן אין ישיבה קטנה אין גיט געשמיסט אויף די גמרא, אינמיטן וואקט דערעך א בחור אין קיקט מיר אן מיט אזא מאדנעם פאקס, די ביסט דא?!? גייט נישט דורך קיין צוויי מניט די משגיח רופט מיר אריין אין זיין אפיס, געט מיר א בענקל, אין מעלט מיר איין מיט א טריקענע שטימע, דיין מאמע איז מער נישט דא. ס'האט זיך מיר נישט געוואלט גלייבן, מיין הארץ האט עס נישט פארנומען, מיין קאפ אין מיין הארץ זענען ווי פארשטיינירט געווארן,אין דאן איז מען געגאנגען צי די לווי', איך האב געזען די ארון, כ'בין אראפגעפאלן אויף די פלאר אין געשאסן אין א יאמערליכן געוויין. אין דא האב איך מיר אויפגעווקט. איך בין געבליבן ליגן געפרוירען אין בעט, איבער א האלבע שעה, אין דאן בינעך געגאנגען צי מאמע אין געזעין אז זי לעבט. ברוך ה'. איך געדענק נאך ביז היינט, א קנאפע 10 יאר שפעיטער, די פילונג'ס פין יענע מניט, ס'איז געוועין 100 מאל מער פיינפול ווי די ערגסטע פילונג וואס איך האב סיי ווען אימער געהאט, איך קען מיר נאר פארשטעלן אז אין ריל איז עס טויזענטער אדער מיליאנ'ן מאל ערגער,
tesla האט געשריבן:
יא האסט מיך צריק געברעינגט. צי יענע שרעקלעכע טאג, איך בין געזיצן אין ישיבה קטנה אין גיט געשמיסט אויף די גמרא, אינמיטן וואקט דערעך א בחור אין קיקט מיר אן מיט אזא מאדנעם פאקס, די ביסט דא?!? גייט נישט דורך קיין צוויי מניט די משגיח רופט מיר אריין אין זיין אפיס, געט מיר א בענקל, אין מעלט מיר איין מיט א טריקענע שטימע, דיין מאמע איז מער נישט דא. ס'האט זיך מיר נישט געוואלט גלייבן, מיין הארץ האט עס נישט פארנומען, מיין קאפ אין מיין הארץ זענען ווי פארשטיינירט געווארן,אין דאן איז מען געגאנגען צי די לווי', איך האב געזען די ארון, כ'בין אראפגעפאלן אויף די פלאר אין געשאסן אין א יאמערליכן געוויין. אין דא האב איך מיר אויפגעווקט. איך בין געבליבן ליגן געפרוירען אין בעט, איבער א האלבע שעה, אין דאן בינעך געגאנגען צי מאמע אין געזעין אז זי לעבט. ברוך ה'. איך געדענק נאך ביז היינט, א קנאפע 10 יאר שפעיטער, די פילונג'ס פין יענע מניט, ס'איז געוועין 100 מאל מער פיינפול ווי די ערגסטע פילונג וואס איך האב סיי ווען אימער געהאט, איך קען מיר נאר פארשטעלן אז אין ריל איז עס טויזענטער אדער מיליאנ'ן מאל ערגער,
איך קען מיר פראבירן פארצישטעלן אז עס איז געווען שרעקעידג ווייל ביי די 8 האב איך ליידער געהאט א חבר אין די זעלבע פעקל אין מיט די מוח פין א 8 יעריג קינד האט זיך געפארעמט אז ווער ווייסט ווער איז נעקסט ח“ו אין היות עס איז שוין אדורך אזויפיל יאר פין דעמאלטס אין איך בין ס“ה געווען א 8 יעריגס געדענק איך נישט קיין דעטאלן פין חלומות אבער איך געדענק אז עס איז געווען שרעקעדיג איז איך קען פראבירן צו פארשטיין אבער זאגן אז איך פארשטיי? 100% אז נישט
ליינענדיג איז מיר א שוידער און ציטער אדורך די ביינער, דער שרייבער האט דא געטון עפעס וואס איך האב נאכקיינמאל בייגעוואינט, מיר אריינגעלייגט אינעם מצב און געפילט ווי איך שטיי ממש דארט בשעת מעשה און זעה ווי ס׳שפילט זיך אפ און פיל מיט יעדע פיל פונעם יתומ׳ל.
בענין די תוכן, האב איך יא געזעהן א שטארקע מעסעדזש, יתכן ער וואלט געדארפט פאברייטערן, און אשטיקל שאד ווייל ווען די אייזן איז הייס האקט מען..., אבער די מעסעדזש זאגט זיך זייער קלאר, איינמאל דו ביסט מחליט יא איך בין דער רחמנות קענסטו דורך גיין יעגן מצב און מצליח זיין, א מעסעדזש וואס כמעט יעדער (אויב נישט יעדער) קען דאס נוצן אין זיין לעבן.
נאך א זאך וואס איז מיר ארויפגעשווימען ביים ענדע פון ארטיקל, אז רובם ככולם פון די מצבים וואס לייגן אריין א קינד (און אויך א ערוואקעסענעם) אין קאטעגאריע פון ׳א רחמנות׳ איז פאבריצירטע רחמנות׳ן. קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס אין די וועלט איז א יתום א רחמנות? איך רעד נישט די חלק פון אז ס׳פעלט איהם איינער פון די עלטערן און ס׳פעהלט איהם באמת ליבשאפט ואוזן קשבת, נאר למשל ווען א נייער אינגל קומט אן צו א חיידער און מ׳ווערט געוואר אז ער איז א יתום אטאטמאטיש נאך פאר וואס ווען, פאר מ׳יאגט אן צו זיך באקענען מיט איהם ווערט ער פארוואנדלט אין א רחמנות, א זאך וואס מאכט איהם שווערער שפעטער זיך צו ספראווענען מיט זיין מצב.
און טאקע די עצה צו דעם איז מחליט צו זיין ׳יא איך בין דער רחמנות׳ און אזוי קריכט מען ארויס פון דעם.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
יעצט די עצם מעשה איז לכאורה נישט אמת. (מיט דעם הנחה האב איך עס געליינט ממילא האט עס מיר נישט גערירט צום הארצן...) ווען ס'ווען יא אמת, וואלט דער טאטע געדארפט רופן זאגן דעם מנהל נאך איידער דער מנהל מיט'ן מלמד זעען אז עפעס גייט פאר מיט'ן קינד...
אבער דער שרייבער האט עפעס א כוח הדמיון וואונדערבאר!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
יעצט די עצם מעשה איז לכאורה נישט אמת. (מיט דעם הנחה האב איך עס געליינט ממילא האט עס מיר נישט גערירט צום הארצן...) ווען ס'ווען יא אמת, וואלט דער טאטע געדארפט רופן זאגן דעם מנהל נאך איידער דער מנהל מיט'ן מלמד זעען אז עפעס גייט פאר מיט'ן קינד...
אבער דער שרייבער האט עפעס א כוח הדמיון וואונדערבאר!
דאס אידאך די שרייבער'ס טאלאנט, טראצדעם וואס אינערלעך ווייסט מען אז די מעשה איז פיקטיוו בארירט עס נאכאלס די געפילן, און פון די תגובות קוקט אויס אז אסאך טרערן זענען שוין פארגאסן געווארן אויף דעם ארטיקל
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
נו ווען העלן מיר וויסן אויף 100% אז די מעשה איז געבאקן ווייל איך בין נאר זיכער אויף 95% אז די מעשה איז שקר ווייל מיט יארן צעריק ווען מיין חבר איז דאס אדורך געגאנגען האב איך נישט געוויסט עד לאחר המעשה אין היינט איז ער (אין דעמאלטס שוין אויך) זייער א גרויסע מוצלח
איך האלט ס'איז נישט אמת די מעשה (ס'נאר א פלאס) איך האב נישט געוויינט אויך נישט טרערן,(לויט קלאצקאפ בין איך די רחמנות שוין) און איך האלט די שרייבער האט א גרעסערע קונץ טאקע ווייל ס'איז נישט אמת. יעצט די קריטיק חלק, איז אזוי. אממ פאר די 1 פראצענט שאנס אז ס'איז יא אמת וויל איך עס נישט שרייבן.