Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר
@א ברעקעלע שכל , ווילאנג ר' גרשון קומט צוריק, יו"ט ערליך פלעגט ניצן "מיין" אנשטאט "מער". פארוואס? ווייס איך נישט.
די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער
עס איז נישט געפלאצט נאר פארמאכט/פארשטאפט.קוואל וואסער האט געשריבן: ↑ דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 7:02 pmא שייכות מיט בלוט שטורץ ח"ו (סטראוק, עניוריזם)? דארף דאך זיין פארקערט, ווייל אין אזא פאל חלילה מיינט עס האט זיך נישט געהאלטן נאר געפלאצט.
אלץ שרייבער (בוך שרייבער) אדער פשוט די כללים פון ספעלינג, גרעמער, און וואקאבולאר?מושכל ראשון האט געשריבן: ↑ מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 4:06 pmאיינער ווייסט פון א בוק ווטס מען קען לייענען אדער געוויסע לעקציע’ס צו הערן וויאזוי יך אויסצולערנען שרייבן?
ביידע, אבער בעיקר פשוט די כלליםקנאפער ידען האט געשריבן: ↑ מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 4:11 pmאלץ שרייבער (בוך שרייבער) אדער פשוט די כללים פון ספעלינג, גרעמער, און וואקאבולאר?מושכל ראשון האט געשריבן: ↑ מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 4:06 pmאיינער ווייסט פון א בוק ווטס מען קען לייענען אדער געוויסע לעקציע’ס צו הערן וויאזוי יך אויסצולערנען שרייבן?
אפשר "אידיש ווערטער אוצר" פון מרת. ראטה:
https://zbermanbooks.com/%D7%90%D7%99%D ... 7%A6%D7%A8
די בוך איז זייער גוט פאר ביידע.מושכל ראשון האט געשריבן: ↑ מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 4:13 pmביידע, אבער בעיקר פשוט די כלליםקנאפער ידען האט געשריבן: ↑ מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 4:11 pmאלץ שרייבער (בוך שרייבער) אדער פשוט די כללים פון ספעלינג, גרעמער, און וואקאבולאר?מושכל ראשון האט געשריבן: ↑ מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 4:06 pmאיינער ווייסט פון א בוק ווטס מען קען לייענען אדער געוויסע לעקציע’ס צו הערן וויאזוי יך אויסצולערנען שרייבן?
אפשר "אידיש ווערטער אוצר" פון מרת. ראטה:
https://zbermanbooks.com/%D7%90%D7%99%D ... 7%A6%D7%A8
שכויח
אויך. אבער מ'מוז כאטש עטוואס קוקן די כללים צו וויסן וואס צו אויפכאפן.
און antiquities (ווי אין די נאמען פון יאזעפוס'נס בוך) איז אלטערטימער.גרשון האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 30, 2023 3:59 pmדי אור-אלטע תקופה (געווענליך פריער ווי דער מיטלאלטער) איז אין ענגליש antiquity.
אין אידיש און אין דייטש איז עס אַלטערטום(-טום איז א סופיקס ווי אין אידנטום, קריסטנטום, רייכטום, אייגנטום, אא"וו. אין ענגליש איז עס -dom, ווי freedom און kingdom). אין אדיעקטיוון פארעם: אַלטערטימליך.
ש'כח.גרשון האט געשריבן: ↑ מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 10:42 pmסלע המחלוקת= א זאך אונטער א שטענדיגן פארצויגענעם שטרייט. דער אידיאם מיינט ווארשיינליך כאילו ס'זאל זיין א שטיין וואס דארט רייסט מען זיך און מ'טענה'ט זיך.
download (4).png
אין ענגליש רופט זיך עס bone of contention ("ביין פון קריגעריי"). דאס דייטעט אן אויף אן איינצלנע ביינדל און צוויי הונגעריגע הינט, ווען ס'איז נישט כדאי צו זיין אנוועזנד.
נאך א ווארט? אה, אין טייל שפראכן איז דער משל אויף אן עפל. אין דייטש, למשל, זאגט מען "צאנקאפּפל". דאס ציט דעם מקור צו פארצייטישע גריכישע מיטאלאגיע, וועלן מיר עס לאזן פאר די מתיוונים.
ריכטיג יא, אבער נישט באניצט אין היימישן אידיש.
יא, ס'איז אידיש.
א ברעקעלע שכל האט געשריבן: ↑ מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 1:53 pm@גרשון
ש'כוח
יום טוב ערליך נוצט אפט דאס ווארט "מיין" צום ביישפיל אינעם ר' עקיבא ליד "ווייכע וואסער לעכערט א שטיין און מיין הארץ איז פלייש נישט מיין"
וואס באדייט דאס?
און אז ר' גרשון איז נאכאלץ נישט צוריקגעקומען, וועל איך זיך דערוואגן צו ענטפערן:המברך יתברך האט געשריבן: ↑ מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:15 pm@א ברעקעלע שכל , ווילאנג ר' גרשון קומט צוריק, יו"ט ערליך פלעגט ניצן "מיין" אנשטאט "מער". פארוואס? ווייס איך נישט.