בלאט 16פון 17

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 1:56 pm
דורך הלבלר בקולמסו
גרשון האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 12:53 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 12:40 pm
אגב @גרשון, געאמאטריקע האט עפעס מיט געאָלאָגיע?
https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 4#p2629254
וואס איז די חילוק פון געאמאטריע, געאגראפיע און געאלאגיע?

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 4:01 pm
דורך גרשון
געאָגראַפיעגיבט זיך אפ מיט די זאכן וואס זענען אויףדער ערד. אין פשוט'ע ווערטער: צו מאלן מאפעס. דאס נעמט אריין ימ'ען, טייכן, מדבריות, שטעט, בערג, פעלדער, אא"וו. געאָ|גראַפיעבאדייט אראפשרייבן די ערד.

געאָלאָגיע, ווידעראום, איז שטודירן די ערד זעלבסט. פון וואספארא מאטעריאלן דער פלאנעט איז געמאכט, און וועלכע ערד איז פאסיג אויף וואס. די גמרא זאגט אז דאס פאלק חוי, פון די זיבן כנעני'שע פעלקער, האט געהייסן אזוי, וויבאלד זיי האבן געקענט שמעקן די ערד ווי א שלאנג ("חויא") צו וויסן וועלכע ערד איז פאסיג איינצופלאנצן דערין וואס.

געאָמעטריעאיז עפעס אנדערש אינגאנצן. דאס איז א צווייג פון מאטעמאטיק, געווידמעט צו פארשטיין קאמפליצירטע פארמען און שטריכן. די גמרא אין עירובין און אין סוכה, וואו מ'לערנט פון עיגול בתוך מרובע, איז געאָמעטריע. אזוי אויך אין ערבי פסחים ווען די גמרא רעכנט אויס די גרויס פון ארבעים סאה און רביעית. ווי איך שרייב אין דער געלינקטער תגובה, דער בוכשטעבליכער באדייט פון געאָ|מעטריעאיז מעסטן ערד. ווארשיינליך האט מען דאס בעיקר געניצט אמאל אויף מדידת קרקעות. אבער היינט האט עס גארנישט מיט דעם באזונדער.

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 7:12 pm
דורך גרשון
וויראָלאָגיע(virology) = דאס שטודירן ווירוסן.

סעראָלאָגיע(serology) = דאס שטודירן דעם סערום (דער פליסיגער חלק פונעם בלוט).

עטאָלאָגיע(ethology) = א צווייג פון זאָאָלאגיע וואס גיבט זיך אפ מיט'ן שטודירן די אויפפירונג פון באשעפענישן.

מיקסאָלאָגיע(mixology) = די חכמה פון מישן קאקטעילס און משקאות.

מיקאָלאָגיע(mycology) = דאס שטודירן פונגוסן.

פּענאָלאָגיע(penology) = דאס שטודירן פארברעכן, עונשים, און זיך אפגעבן מיט תפיסות (מלשון penalty).

געמאָלאָגיע(gemology) = דאס שטודירן טייערע שטיינדלעך.

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 7:23 pm
דורך הלבלר בקולמסו
איר דערמאנט מיר, אז הרב ביללער פלעגט האבן א שטיק צייט א קאלום וואו ער איז דורכעגלאפן פארשידענע נעמען פון חכמות לויט די רייע פון א"ב, און מסביר געווען די באדייט דערפון. און דערנאך געברענגט מקורות פון חז"ל ווי מען זעט זיי זענען באהאוונט אין די חכמות.

איך מיין עס האט זיך אפגעשטעלט אינדערמיטץ

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 8:46 pm
דורך יחליצך
גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 7:12 pm

פּענאָלאָגיע(penology) = דאס שטודירן פארברעכן, עונשים, און זיך אפגעבן מיט תפיסות (מלשון punishment).
ענדערש פון לשון penalty
גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 4:01 pm
געאָמעטריעאיז עפעס אנדערש אינגאנצן. דאס איז א צווייג פון מאטעמאטיק, געווידמעט צו פארשטיין קאמפליצירטע פארמען און שטריכן. די גמרא אין עירובין און אין סוכה, וואו מ'לערנט פון עיגול בתוך מרובע, איז געאָמעטריע. אזוי אויך אין ערבי פסחים ווען די גמרא רעכנט אויס די גרויס פון ארבעים סאה און רביעית. ווי איך שרייב אין דער געלינקטער תגובה, דער בוכשטעבליכער באדייט פון געאָ|מעטריעאיז מעסטן ערד. ווארשיינליך האט מען דאס בעיקר געניצט אמאל אויף מדידת קרקעות. אבער היינט האט עס גארנישט מיט דעם באזונדער.
פון זעלבן שורש ווי גימטריא
גרשון האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 21, 2023 3:22 pm
מיטאָלאָגיע(mythology) = לערנען איבער אלטע מיטאָסן, אדער א זאמלונג פון מיטאָסן פון א געוויסן פאלק אד"ג.
וואס מיינט מיטאסן?
(די חכמה פון נעאלאגיע?...)

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 8:56 pm
דורך גרשון
יחליצך האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 8:46 pm
ענדערש פון לשון penalty
ריכטיג. פארראכטן.

גימטריא
מיטאָס

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:14 pm
דורך גרשון
נאָסאָלאָגיע(nosology) = דאס קלאסיפיצירן אדער אפלערנען וויסנשאפטליך פארשידענע קרענק.

ענאָלאָגיע(US: enology, UK: oenology) = דאס שטודירן וויין.

אַקסיאָלאָגיע(axiology) = דאס שטודירן ווירדן און עטיק.

פּעדאָלאָגיע(pedology) = דאס שטודירן זאמד.

אַגראָלאָגיע(agrology) = דער צווייג פון פּעדאָלאָגיע אנבאלאנגט פלאנצונגען (אגריקולטור). דאס ווארט איז בעיקר באניצט אין קאנאדע.

האָראָלאָגיע(horology) = דאס שטודירן און מעסטן צייט.

צעטאָלאָגיע(cetology) = דער צווייג פון זאָאָלאגיע וואס גיבט זיך אפ מיט וואלפישן און דעלפינען.

פּאָסאָלאָגיע(posology) = דער צווייג פון מעדיצין וואס גיבט זיך אפ מיט צופאסן ריכטיגע דאזעס.

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: פרייטאג פעברואר 24, 2023 4:02 pm
דורך גרשון
פּאָמאָלאָגיע(pomology) = דאס שטודירן פלאנצן פרוכט.

טאָקאָלאָגיע(tocology, sometimes tokology) = דער צווייג פון מעדיצין איבער געבוירן קינדער.

פעטאָלאָגיע(fetology) = דער צווייג פון מעדיצין איבער עוברים.

אַנטילאָגיע(antilogy) = ווען איינער האט צוויי שיטות וואס זעען אויס סתירה'דיג.

זימאָלאָגיע(zymology) = דאס שטודירן פערמענטאַציע (יערן ברויט, אויפשפילן וויין, אא"וו).

נאָמאָלאָגיע(nomology) = דאס שטודירן געזעצן, סיי לעגאלע געזעצן און סיי וואס איז א חק על פי שכל.

מיסאָלאָגיע(misology) = ווען מ'האט עפעס פיינט פאר א סיבה ( לאָגיע= הסבר).

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: זונטאג פעברואר 26, 2023 4:36 pm
דורך א ברעקעלע שכל
אקטועליזירטע PDF
לאגיע.pdf
(161.46 KiB) געווארן דאונלאודעד 63 מאל

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 10:27 pm
דורך המברך יתברך
יישר כח און זייער אינטערעסאנט. די שאלה איז צי די אלע "לאגיעס" העלפן פאר'ן פשוט'ן לייענער, אדער זיי שטערן בלויז, און די לייענער וואלטן מער הנאה געהאט פון א פאלקסישע אויסדרוק וואס ווערט גרינגער פארשטאנען? איך האב אמאל געהערט אז די לייטאנישע שפראך איז געמאכט (אדער: אדאפטירט) געווארן ספעציעל מיט'ן ציל אז די געלערנטע קלאס זאל האבן אן אייגנארטיגן שפראך, וואס דאס פאלק פארשטייט נישט.

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 3:59 pm
דורך גרשון
די אור-אלטע תקופה (געווענליך פריער ווי דער מיטלאלטער) איז אין ענגליש antiquity.

אין אידיש און אין דייטש איז עס אַלטערטום(-טום איז א סופיקס ווי אין אידנטום, קריסטנטום, רייכטום, אייגנטום, אא"וו. אין ענגליש איז עס -dom, ווי freedom און kingdom). אין אדיעקטיוון פארעם: אַלטערטימליך.

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 7:26 am
דורך הארי פלארי
מיטאלאגיע?

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 3:41 pm
דורך היסטאריש
הארי פלארי האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 7:26 am
מיטאלאגיע?
פארוואס קוקן נישט מענטשן אויב איינער האט שוין געשריבן איבער דעם? (און אזא שאלה קומט עכט אינעם ' וואס באדייט די ווארט? ' אשכול.)

זע דא פון @גרשון.

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 2:30 am
דורך הארי פלארי
היסטאריש האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 3:41 pm
הארי פלארי האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 7:26 am
מיטאלאגיע?
פארוואס קוקן נישט מענטשן אויב איינער האט שוין געשריבן איבער דעם? (און אזא שאלה קומט עכט אינעם ' וואס באדייט די ווארט? ' אשכול.)

זע דא פון @גרשון.
געסוירטש אויף אייוועלט מיטאלאגיע, נישט באקומען די נויטיגע רעזולטאטן.

ואתכם הסליחה.

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 12:44 pm
דורך גרשון
א ווארט מיט נקודות קומט נישט ארויף ווען מ'זוכט אן נקודות.

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 1:30 pm
דורך המברך יתברך
גרשון האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 12:44 pm
א ווארט מיט נקודות קומט נישט ארויף ווען מ'זוכט אן נקודות.
און לאמיר זיך נישט נארן, אז בין כך ובין כך איז אונזער SEARCH אפציע נישט אמבעסטן.

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 1:45 pm
דורך היסטאריש
גרשון האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 12:44 pm
א ווארט מיט נקודות קומט נישט ארויף ווען מ'זוכט אן נקודות.
גערעכט, אויסערדעם וואס דו האסט נישט געשריבן דארטן 'מיטאלאגיע' נאר 'מיטאלאגיש', איז עפעס רעכט האט ער יא.

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 6:42 pm
דורך היסטאריש
גרשון האט געשריבן: זונטאג יאנואר 17, 2021 4:23 pm
סופערלאטיוו(superlative) = ביים סאמע שפיץ.

דאס ווארט איז באניצט אין גראמאטיק ווען מ'רעדט פון אדיעקטיוון אדער אדווערבן וואס זענען אינגאנצן ביים עק: גרעסטע, קלענסטע, העכסטע, נידריגסטע, בעסטע, ערגסטע, אא"וו.
אינטערעסאנט.

קענסט שרייבן איבער נאך אומבאקאנטע ווערטער וואס מען נוצט אין גראמאטיק?

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2023 8:33 pm
דורך שטריקלעוויטש
וואס באדייט די ווארט: פאנדזשעלוי?

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2023 8:41 pm
דורך צו געזונט
שטריקלעוויטש האט געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2023 8:33 pm
וואס באדייט די ווארט: פאנדזשעלוי?
אין אונגאריש PONGYOLA

א סארט GOWN אדער ROBE

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:55 am
דורך המברך יתברך
גרשון האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 8:04 pm
פּאַכט= ארויסנעמען א lease אויף א שטיקל באדן (אזוי ווי אונזערע זיידעס אין פוילן-אוקריינע מיט די פריצים; חכירות בלשון הגמרא).
פּאַכטער= דער מענטש וואס דינגט ארויס דעם פעלד.

(מ'קען אסאך טרעפן דאס ווארט אין אלטע ביכער. מיר האבן נישט עכט אן אנדער ווארט היינט פאר lease.)
פּאַקט, אלס א "דיעל", ווי מ'פלעגט שרייבן אין "דער איד" שטאמט פון פאכט? (פארוואס פעלט אויס צו נוצן דאס זעלבע ווארט ווי ווען איינער פאקט פעקלעך?).

און לגבי דאס פאלגענדע?
גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 4:13 pm
פאַקטער= א מעקלער, א סרסר (broker).

אין לשון-רבים איז עס פאַקטוירים, אזוי ווי דאקטוירים און נאראנים.

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 10:45 am
דורך א ברעקעלע שכל
גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 4:13 pm
פאַקטער= א מעקלער, א סרסר (broker).

אין לשון-רבים איז עס פאַקטוירים, אזוי ווי דאקטוירים און נאראנים.
ביסטו סארקאסטיש? א "ם" פאר לשון רבים איז לשה"ק, נישט אידיש...???

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 10:50 am
דורך קאמיקאזי
א ברעקעלע שכל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 10:45 am
גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 4:13 pm
פאַקטער= א מעקלער, א סרסר (broker).

אין לשון-רבים איז עס פאַקטוירים, אזוי ווי דאקטוירים און נאראנים.
ביסטו סארקאסטיש? א "ם" פאר לשון רבים איז לשה"ק, נישט אידיש...???
דאקטוירים יוכיחו...... כ'ווייס טאקע נישט וואס איז פשט ..פארוואס האב איך נישט טאכטוירים??
וואלט מער געפאסט צו זאגן דעקטער אבער אזוי זאגט מען

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 1:32 pm
דורך גרשון
המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:55 am
קען זיין די ווערטער שטאמען פון איין מקור, אבער למעשה זענען זיי שוין אנדערע ווערטער, יעדעס איינע מיט אביסל אן אנדערע משמעות.

"פּאַקט" איז אויך דא אין ענגליש. באקאנט איז דער ריבענטראפ-מאלאטאוו פאקט, וואו דייטשלאנד און רוסלאנד האבן זיך צעטיילט איבער פוילן, און דער ווארשעווער פאקט, די סאוויעטישע גירסא פון נאטא.

@א ברעקעלע שכל איך ברענג דאך צוויי אנדערע דוגמאות. היסטאריקער האבן אנטדעקט אז אידן די לעצטע טויזנט יאר האבן זיך באניצט אסאך מיט לשון קודש, ממילא איז עס נישט אזא וואונדער אז מ'האט געניצט א לשון-קודש'דיגן סופיקס פאר דייטשע ווערטער.

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 1:53 pm
דורך א ברעקעלע שכל
@גרשון
ש'כוח
יום טוב ערליך נוצט אפט דאס ווארט "מיין" צום ביישפיל אינעם ר' עקיבא ליד "ווייכע וואסער לעכערט א שטיין און מיין הארץ איז פלייש נישט מיין"

וואס באדייט דאס?

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: