בלאט 17פון 17

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:15 pm
דורך המברך יתברך
שכוח @גרשון (געהאט א געלעגנהייט צו כאפן א בליק?, נע, ס'איז ערב יו"ט יעצט...).
@א ברעקעלע שכל , ווילאנג ר' גרשון קומט צוריק, יו"ט ערליך פלעגט ניצן "מיין" אנשטאט "מער". פארוואס? ווייס איך נישט.

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 5:41 pm
דורך גרשון
שטאָרצעם/שטאָרצאָם

שטיין גראד און פעסט. אין פיגורטיוון זין, עקשנות'דיג, נישט אפטרעטנדיג.
download.png
download.png (59.17 KiB) געזען 1032 מאל
download (1).png
download (1).png (49.95 KiB) געזען 1032 מאל

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 5:49 pm
דורך קאמעץ בארד
גרשון האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 5:41 pm
שטאָרצעם/שטאָרצאָם

שטיין גראד און פעסט. אין פיגורטיוון זין, עקשנות'דיג, נישט אפטרעטנדיג.

download.pngdownload (1).png
די באנוצטע "ארויסשטארצן" איז די זעלבע ווארט?

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 6:50 pm
דורך הארי פלארי
שטורץ איז פון דארט?

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 7:02 pm
דורך קוואל וואסער
א שייכות מיט בלוט שטורץ ח"ו (סטראוק, עניוריזם)? דארף דאך זיין פארקערט, ווייל אין אזא פאל חלילה מיינט עס האט זיך נישט געהאלטן נאר געפלאצט.

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 7:06 pm
דורך קנאפער ידען
קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 7:02 pm
א שייכות מיט בלוט שטורץ ח"ו (סטראוק, עניוריזם)? דארף דאך זיין פארקערט, ווייל אין אזא פאל חלילה מיינט עס האט זיך נישט געהאלטן נאר געפלאצט.
עס איז נישט געפלאצט נאר פארמאכט/פארשטאפט.

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 7:58 pm
דורך גרשון
איך ווייס נישט די עטימאלאגיע. איך האב מיך פשוט אנגעשטויסן מיט דעם ווארט, אבער איך האב נישט געטראפן פון וואו ס'קומט.

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 4:06 pm
דורך מושכל ראשון
איינער ווייסט פון א בוק ווטס מען קען לייענען אדער געוויסע לעקציע’ס צו הערן וויאזוי יך אויסצולערנען שרייבן?

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 4:11 pm
דורך קנאפער ידען
מושכל ראשון האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 4:06 pm
איינער ווייסט פון א בוק ווטס מען קען לייענען אדער געוויסע לעקציע’ס צו הערן וויאזוי יך אויסצולערנען שרייבן?
אלץ שרייבער (בוך שרייבער) אדער פשוט די כללים פון ספעלינג, גרעמער, און וואקאבולאר?

אפשר "אידיש ווערטער אוצר" פון מרת. ראטה:
https://zbermanbooks.com/%D7%90%D7%99%D ... 7%A6%D7%A8

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 4:13 pm
דורך מושכל ראשון
קנאפער ידען האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 4:11 pm
מושכל ראשון האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 4:06 pm
איינער ווייסט פון א בוק ווטס מען קען לייענען אדער געוויסע לעקציע’ס צו הערן וויאזוי יך אויסצולערנען שרייבן?
אלץ שרייבער (בוך שרייבער) אדער פשוט די כללים פון ספעלינג, גרעמער, און וואקאבולאר?

אפשר "אידיש ווערטער אוצר" פון מרת. ראטה:
https://zbermanbooks.com/%D7%90%D7%99%D ... 7%A6%D7%A8
ביידע, אבער בעיקר פשוט די כללים

שכויח

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 4:23 pm
דורך שפילקעס
מושכל ראשון האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 4:13 pm
קנאפער ידען האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 4:11 pm
מושכל ראשון האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 4:06 pm
איינער ווייסט פון א בוק ווטס מען קען לייענען אדער געוויסע לעקציע’ס צו הערן וויאזוי יך אויסצולערנען שרייבן?
אלץ שרייבער (בוך שרייבער) אדער פשוט די כללים פון ספעלינג, גרעמער, און וואקאבולאר?

אפשר "אידיש ווערטער אוצר" פון מרת. ראטה:
https://zbermanbooks.com/%D7%90%D7%99%D ... 7%A6%D7%A8
ביידע, אבער בעיקר פשוט די כללים

שכויח
די בוך איז זייער גוט פאר ביידע.

מער מיוסד אויף היינטיגע מושגים און כללים, נישט געשטעלט במיוחד אויף ארגינעלע אידיש.

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 4:26 pm
דורך שפילקעס
לענ''ד, קענען שרייבן קומט פון אסאך ליינען און פרעקטיס אויף למעשה, נישט אזוי ווייט פון זיך לערנען כללים.

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 5:12 pm
דורך קנאפער ידען
שפילקעס האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 4:26 pm
לענ''ד, קענען שרייבן קומט פון אסאך ליינען און פרעקטיס אויף למעשה, נישט אזוי ווייט פון זיך לערנען כללים.
אויך. אבער מ'מוז כאטש עטוואס קוקן די כללים צו וויסן וואס צו אויפכאפן.

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 9:05 pm
דורך מושכל ראשון
שכויח גדול פאר ענק אלע!

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 11:48 pm
דורך א שטענדיג צעמישטער
גרשון האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 3:59 pm
די אור-אלטע תקופה (געווענליך פריער ווי דער מיטלאלטער) איז אין ענגליש antiquity.

אין אידיש און אין דייטש איז עס אַלטערטום(-טום איז א סופיקס ווי אין אידנטום, קריסטנטום, רייכטום, אייגנטום, אא"וו. אין ענגליש איז עס -dom, ווי freedom און kingdom). אין אדיעקטיוון פארעם: אַלטערטימליך.
און antiquities (ווי אין די נאמען פון יאזעפוס'נס בוך) איז אלטערטימער.


אין באכנער'ס ווערטערבוך ברענגט ער אן אנדערע אפציע: אלטצייטאון אלץ שילדערונג'ס ווארט אלטצייטיש
און סידא וואס שרייבן אוראלט עגיפטןוכדו' (און איך וואלט ערפינדן אור-אלטער/ אור-עלעטר, על משקל מיטל-אלטר)

איז דא א סיבה די גלייכסט בעסער "אלטערטום"?

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 10:42 pm
דורך גרשון
סלע המחלוקת= א זאך אונטער א שטענדיגן פארצויגענעם שטרייט. דער אידיאם מיינט ווארשיינליך כאילו ס'זאל זיין א שטיין וואס דארט רייסט מען זיך און מ'טענה'ט זיך.

download (4).png
download (4).png (37.44 KiB) געזען 616 מאל
אין ענגליש רופט זיך עס bone of contention ("ביין פון קריגעריי"). דאס דייטעט אן אויף אן איינצלנע ביינדל און צוויי הונגעריגע הינט, ווען ס'איז נישט כדאי צו זיין אנוועזנד.

נאך א ווארט? אה, אין טייל שפראכן איז דער משל אויף אן עפל. אין דייטש, למשל, זאגט מען "צאנקאפּפל". דאס ציט דעם מקור צו פארצייטישע גריכישע מיטאלאגיע, וועלן מיר עס לאזן פאר די מתיוונים.

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 10:58 pm
דורך היסטאריש
גרשון האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 10:42 pm
סלע המחלוקת= א זאך אונטער א שטענדיגן פארצויגענעם שטרייט. דער אידיאם מיינט ווארשיינליך כאילו ס'זאל זיין א שטיין וואס דארט רייסט מען זיך און מ'טענה'ט זיך.


download (4).png

אין ענגליש רופט זיך עס bone of contention ("ביין פון קריגעריי"). דאס דייטעט אן אויף אן איינצלנע ביינדל און צוויי הונגעריגע הינט, ווען ס'איז נישט כדאי צו זיין אנוועזנד.

נאך א ווארט? אה, אין טייל שפראכן איז דער משל אויף אן עפל. אין דייטש, למשל, זאגט מען "צאנקאפּפל". דאס ציט דעם מקור צו פארצייטישע גריכישע מיטאלאגיע, וועלן מיר עס לאזן פאר די מתיוונים.
ש'כח.

גרשון האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 10:42 pm
דאס ציט דעם מקור צו פארצייטישע גריכישע מיטאלאגיע, וועלן מיר עס לאזן פאר די מתיוונים.

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 3:23 pm
דורך א שטענדיג צעמישטער

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 3:17 pm
דורך גרשון
אויסלאַגערן= outsource

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 3:52 pm
דורך גרשון
ּ פּראַקטיקום, סטאַזשירונג= internship (ווען א סטודענט ארבעט אויף א פלאץ צו באקומען ערפארונג).

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 4:30 pm
דורך אנאנים
איז ׳ליידנשאפטליך׳ דאס ריכטיגע ווארט פאר passionate/מלא רגש
ליידנשאפט - passion
?

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 6:18 pm
דורך היסטאריש
אנאנים האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 4:30 pm
איז ׳ליידנשאפטליך׳ דאס ריכטיגע ווארט פאר passionate/מלא רגש
ליידנשאפט - passion
?
ריכטיג יא, אבער נישט באניצט אין היימישן אידיש.

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 6:26 pm
דורך גרשון
אנאנים האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 4:30 pm
איז ׳ליידנשאפטליך׳ דאס ריכטיגע ווארט פאר passionate/מלא רגש
ליידנשאפט - passion
?
יא, ס'איז אידיש.

ס'איז טאקע נישט אזוי באנוצט, ווי היסטאריש זאגט, און מ'קען אלץ טרעפן עפעס אנשטאט. אבער צו טייטשן גענוי איז ליידנשאפטליך.

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: