בלאט 1פון 1

תקופה דערמאנונג!

געשריבן: מיטוואך יאנואר 06, 2021 10:06 am
דורך נא_שכל
תקופת טבת געפאלט אויס היינט, מיטוואך שמות, אום 10:30צופרי.

נאך דא עטליכע מינוט צו באהאלטן די משקים מגולים, אדער לייגן כלי ברזל, כל אחד כמנהגו.

Re: תקופה דערמאנונג!

געשריבן: מיטוואך יאנואר 06, 2021 10:10 am
דורך Programming
א געסיעלטע באטל וואסער איז א פראבלעם?

Re: תקופה דערמאנונג!

געשריבן: מיטוואך יאנואר 06, 2021 10:12 am
דורך Programming
וויפיל מינוט איז די תקופה? לכאורה זאל מען האלטן ביז נאך 10:32 ווען עס איז די תקופה לויט חצות פון היינט

Re: תקופה דערמאנונג!

געשריבן: מיטוואך יאנואר 06, 2021 10:16 am
דורך ריעל עסטעיט
וואס איז די מעשה וואס טאר מען נישט טאן דעמאלט און ווילאנג האלט עס אן?

Re: תקופה דערמאנונג!

געשריבן: מיטוואך יאנואר 06, 2021 10:17 am
דורך נא_שכל
Programming האט געשריבן: א געסיעלטע באטל וואסער איז א פראבלעם?

לכאורה נישט, ס'איז נישט שייך די טעמים פון צחצוחי דם.

לעצטענס האב איך געזען אז ס'דא וואס זענען מחמיר נישט צו טרינקן וואסער חצי שעה מלפניה ולאחריה. וואס איז די פשט פון דעם?

Re: תקופה דערמאנונג!

געשריבן: מיטוואך יאנואר 06, 2021 10:23 am
דורך נא_שכל
ריעל עסטעיט האט געשריבן: וואס איז די מעשה וואס טאר מען נישט טאן דעמאלט און ווילאנג האלט עס אן?

וז"ל הרמ"א (יו"ד סי' קטז ס"ה):
ומנהג פשוט שלא לשתות מים בשעת התקופה, וכן כתבו הקדמונים, ואין לשנות (אבודרהם ומרדכי ס"פ כל שעה רוקח סימן ער"ה ומהרי"ל ומנהגים).
[בדרך אגב, השייך לזמנינו]
עוד כתבו שיש לברוח מן העיר כשדבר בעיר, ויש לצאת מן העיר בתחלת הדבר, ולא בסופו (תשובת מהרי"ל סי' ל"ה /מ"א/).

וכל אלו הדברים הם משום סכנה, ושומר נפשו ירחק מהם ואסור לסמוך אנס או לסכן נפשו בכל כיוצא בזה. (ועיין בחושן משפט סימן תכ"ז).


וז"ל הש"ך (שם ס"ק ו')

שלא לשתות מים כו'. וכתב במנהגים ובמהרי"ל הלכות מי לישות המצות דאם יש ברזל במים כל זמן התקופות דאז אין רשות למזיק, וכן נוהגים העולם להניח ברזל על כל המשקים ומאכלים, ועל מאכלים ומשקים מבושלים או כבושים ומלוחים אין מניחין שום דבר, כי אומרים שאין לחוש במבושל וכבוש ומלוח משום תקופה.
ואולי יצא להם כן ממ"ש הרמב"ם פי"א מהל' רוצח ושמירת נפש דין ט' מי כבשים ומי שלקות אין בהם משום גילוי ארס הנחש והוא מהירושלמי פ"ח דתרומות וא"כ ס"ל דה"ה דאין בכה"ג משום ארס התקופות (ועיין בזוהר פרשת יתרו עמוד קמ"ג ענין התקופה). וטוב להחמיר בזה להניח ברזל עליו:

Re: תקופה דערמאנונג!

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 1:48 am
דורך אכט
דאנערשטאג צענע אינדערפרי

Re: תקופה דערמאנונג!

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 12:41 pm
דורך הערינג מיט ברוינפען
וועלכע מיטוואך? מארגען? דן מיינסט מסתמא תקופת תשרי.

איז מען מקפיד אויף די אלע זאכען אויך אין אנדערע תקןפות אויסער תקופת טבת?

Re: תקופה דערמאנונג!

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:04 pm
דורך אכט
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן: וועלכע מיטוואך? מארגען? דן מיינסט מסתמא תקופת תשרי.

איז מען מקפיד אויף די אלע זאכען אויך אין אנדערע תקןפות אויסער תקופת טבת?

תקופת תשרי איז דאנערשטאג 10 אינדערפרי, און עפ"י פשטות השו"ע גייט עס אן ביי אלע תקופות

נא_שכל האט געשריבן: וז"ל הרמ"א (יו"ד סי' קטז ס"ה):
ומנהג פשוט שלא לשתות מים בשעת התקופה, וכן כתבו הקדמונים, ואין לשנות (אבודרהם ומרדכי ס"פ כל שעה רוקח סימן ער"ה ומהרי"ל ומנהגים).
[בדרך אגב, השייך לזמנינו]
עוד כתבו שיש לברוח מן העיר כשדבר בעיר, ויש לצאת מן העיר בתחלת הדבר, ולא בסופו (תשובת מהרי"ל סי' ל"ה /מ"א/).

וכל אלו הדברים הם משום סכנה, ושומר נפשו ירחק מהם ואסור לסמוך אנס או לסכן נפשו בכל כיוצא בזה. (ועיין בחושן משפט סימן תכ"ז).


וז"ל הש"ך (שם ס"ק ו')

שלא לשתות מים כו'. וכתב במנהגים ובמהרי"ל הלכות מי לישות המצות דאם יש ברזל במים כל זמן התקופות דאז אין רשות למזיק, וכן נוהגים העולם להניח ברזל על כל המשקים ומאכלים, ועל מאכלים ומשקים מבושלים או כבושים ומלוחים אין מניחין שום דבר, כי אומרים שאין לחוש במבושל וכבוש ומלוח משום תקופה.
ואולי יצא להם כן ממ"ש הרמב"ם פי"א מהל' רוצח ושמירת נפש דין ט' מי כבשים ומי שלקות אין בהם משום גילוי ארס הנחש והוא מהירושלמי פ"ח דתרומות וא"כ ס"ל דה"ה דאין בכה"ג משום ארס התקופות (ועיין בזוהר פרשת יתרו עמוד קמ"ג ענין התקופה). וטוב להחמיר בזה להניח ברזל עליו:

Re: תקופה דערמאנונג!

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 1:59 pm
דורך יעדער
תקופת טבת 4:30

Re: תקופה דערמאנונג!

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 2:26 pm
דורך נאכמיטאג
יעדער האט געשריבן: תקופת טבת 4:30


ישר כח

איך האב געהערט אז עס שאדט נישט פאר ווער עס האט גענימען די באסטער

Re: תקופה דערמאנונג!

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 05, 2023 10:56 pm
דורך יעדער
ליל שבת קודש 10:30

Re: תקופה דערמאנונג!

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 11:42 pm
דורך מאטל שניידער
היינט נאכט 4:30

(ברויך מען צודעקן די נעגל וואסער?)

Re: תקופה דערמאנונג!

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 11:44 pm
דורך אָנליין
מאטל שניידער האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 11:42 pm
היינט נאכט 4:30

(ברויך מען צודעקן די נעגל וואסער?)
וואס פשט מ'איז נאר מקפיד אויף תקופת טבת?

Re: תקופה דערמאנונג!

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 11:48 pm
דורך איש ציון
וואס איז געבליבן ווען איז די תקופה

דא אין ארץ ישראל איז שוין נאך 4:30, וואס ברויך איך טון מיט אלעס וואס איז נישט געווען מיט אייזן?
(למשל עסן וואס ליגט אין קאנטענערס נישט אין בעקעלך אדער זילבער פאפיר)

דרך אגב האב איך אמאל געהערט אז עס איז דא וואס טענה'נען אז וואס ליגט אין פרידשזידער הייסט ווי באדעקט מיט אייזן

Re: תקופה דערמאנונג!

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 11:49 pm
דורך איש ציון
אָנליין האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 11:44 pm
מאטל שניידער האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 11:42 pm
היינט נאכט 4:30

(ברויך מען צודעקן די נעגל וואסער?)
וואס פשט מ'איז נאר מקפיד אויף תקופת טבת?
אפשר ווייל דעמאלט איז דא א סימן אז עס איז ניטל...

Re: תקופה דערמאנונג!

געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 12:44 am
דורך pop
איש ציון האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 11:48 pm
וואס איז געבליבן ווען איז די תקופה

דא אין ארץ ישראל איז שוין נאך 4:30, וואס ברויך איך טון מיט אלעס וואס איז נישט געווען מיט אייזן?
(למשל עסן וואס ליגט אין קאנטענערס נישט אין בעקעלך אדער זילבער פאפיר)

דרך אגב האב איך אמאל געהערט אז עס איז דא וואס טענה'נען אז וואס ליגט אין פרידשזידער הייסט ווי באדעקט מיט אייזן
פארמאכט איז פונקט אזוי גוט, בדיעבד איז מען מקיל אין הלכות פסח איז עס א גאנצע ענין וועגן מים שלנו

Re: תקופה דערמאנונג!

געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 6:22 pm
דורך הלבלר בקולמסו
אכט האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:04 pm
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
וועלכע מיטוואך? מארגען? דן מיינסט מסתמא תקופת תשרי.

איז מען מקפיד אויף די אלע זאכען אויך אין אנדערע תקןפות אויסער תקופת טבת?
תקופת תשרי איז דאנערשטאג 10 אינדערפרי, און עפ"י פשטות השו"ע גייט עס אן ביי אלע תקופות
וואס איז טאקע פשט אז דער וועלט איז נאר מקפיד אויף תקופה טבת?
איך האב נישט געפונען איינער זאל רעדן דערפון.

אפשר איז עס צוליב תרי תמיהות מדכרי אינשי?

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: