אייוועלט נייעס פון טאג

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
אוי ווי איך קען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 07, 2023 11:53 am

Re: אייוועלט נייעס פון טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוי ווי איך קען »

שוין לאנג נישט דא געווען... האמיר איבערצוגעבן עטליכע אפדעיטס.

דער ערשטער.. דער מהפיכה דרייט וועלטן! יאפ אזוי ווי די ליינסט! סדרייט וועלטן! איך האב שוין געשריבן א לענגערע תגובה דא איבער אלעס וואס רעדט ארום איבערן מהפיכה.. אויב גייט איר אריין ביטע לאזט איבער א לייק מיט א קאמענט...

יעצט... אייוועלטהאט שוין אויפגעטריבן צווישן עולם איבער צוואנציג טויזענט דאלער!!!ביז דערווייל זענען אלעס הבטחות, מווארט אז די קאמפיין זאל גיין לייוו אזוי וועט זיין לינק'ס.

צווישן די טעג וואס די עסקנים האבן פיבערהאפטיג געארבעט מיטן קאמפיין זיכער צו מאכן אז דערעולם קיפט זיך אן ווארעם.. איז אריין געקומען א איבערראשענדע בריוו! פון איינע פון די חשובע נדבנים.. וואס ער האט באקומען פון זיינס א ברידער וואס מיטשעט זיך ליידער! איך גיי דא לייגן די לינק... אבער פאר איר גייט אריין גרייט אייך טישוס און מאכט זיכער אז איר זענט נישט אין קיין פאבליק פלאץ.

מיין ברודער'ס בריוו צום 'מהפכה'.

נאכן דורכליינען דעם בריוו האט איר נאר איין אשכול ווי איר דארפט באזיכן! עכט ווייס איך אז איר וואלט אליין געגאנגען עס אויפזיכן אבער איך וועל אייך עס צו שטעלן אויף א גאלדענע טאץ..

אויפטרייבן סכומים - מהפכה!!! - געריטשד 20,000!

נאכן זיך אנריפן ווארעם.. קען מען גיין ווייטער!

א פרישע פיטשער אויף אייוועלט!!

ווי צוגעזאגט דורכן איבערגעגעבענע סייט אדמין הרב וויכי! אז אויב וועט מען דערגרייכן צוואנציג טויזענט דאלער וועט מען ארויף לייגן א פרישע פיטשער אויף אייוועלט.. און אומר ועשה נאך קארגע פאר שעה איז א נייע פיטשער געזיצן אויף אייוועלט!

אייוועלט רעוואלוציע - פיעטשער נאמבער 1

קלעפס קוואט!

גייט טשעקט עס אויס און לאטס מיר וויסן וויאזוי סאיז געווען!




ווי שוין געמאלדן אין אנדערע אשכולות אז פנים חדשות בא לכאן! וויכטיג מאכער האט זיך געטוישט אוועטאר!! ווי זיין אלטע צוקראכטע קארעלע האט ער באקומען א מעכטיגע נייע קאר מיט ריזיגע בליצער'ס [סאונד מעכטיג, הא?] סא יא.. איי דזשאסט וואנט טא לעט יאו קנאו...

אויב זיכט איר פאר אים זאלט איר וויסן וואס צו זיכן..
דיין נדבה איז מאור דען וועלקאם!
אויפטרייבן סכומים - מהפכה!!!
#רעוואלוציע איט איז!!
אוועטאר
אוי ווי איך קען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 07, 2023 11:53 am

Re: אייוועלט נייעס פון טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוי ווי איך קען »

enjoy האט געשריבן: דינסטאג אפריל 25, 2023 8:58 am
enjoy האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 7:59 pm
א פרישע אור האט ארויסגעוואקסן אויף אייוועלט.. לאמיר האפן אז די עולם וועט הנאה האבן און אז ער וועט באקומען גענוע שטיצע אנצוגיין ווייטער.

קרעטשמע פראיעקט - ליקוט פון ארטיקלען צו פרינטן אויף שבת

ער נעמט צוזאם שיינע ארטיקלן פון די וואך פון אלע זייטן א שטייגער ווי תורה'דיג קרעטשמע'דיג און פאלטיק.

ליינס און האטס הנאה! נישט פארגעסן צו איבערלאזן א לייק וואס זאל געבן די מוט פאר די ארויסגעבער ווייטער אנצוגיין..
לאמיר נאר צו לייגן, @קרעטשמע פאריעקט האט סאך גרעסערע פלענער ווי דעם, אבער.............

אייוועלט איז נאכנישט גרייט דערפאר!

וועסטו פרעגן פארוואס...

איינע פון די גרעסטע אויב נישט די גרעסטע פראבלעם דא אויף אייוועלט איז, א זאך וואס הייסט מיטן נאמען "הכרת הטוב"! יא ווען איינער שרייבט א ארטיקל א חודש, איינס און א גוטס.. וועט ער באקומען א שיינע מספר לייקס, אבער לאמיר זאגן איינער גייט אנהייבן שרייבן יעדן טאג אן ארטיקל, וויפיל לייקס טראכט איר וועט ער באקומען ביים צווייטע וואך?... א פיפטל פון וויפיל ער האט באקומען ביים ערשטן וואך!!! פארוואס??? ווייל מענטשן ווערן צוגעוואוינט.. און ממיינט סקומט זיך זיי שוין.

איינע פון די גרעסטע סיבות פארוואס די שרייבער האט זיך פארשפארט איז טאקע געווען וועגן דעם.. נאכן שפארן ווען מהאט געעפענט א אנקעטע אויב די עולם וויל סזאל ווייטער ארויסקומען, איז פליצללינג די גאנצע עולם אנגעקומען ווי אין א כאר... רבי איד איר גלייכט א פאריעקט, א ארטיקל?! געבט א לייק רעדט אייך נישט אן אז וועגן יענער שרייבט יעדן טאג אין איר האט שוין געגעבן די ערשטע טאג, פעלט שוין נישט אויס צו לייקן יעדן טאג.

ניין!!! יעדע לייק עקסטער איז א שטופ פאראויס!!

(די זעלבע מיט מיר ווען איך שרייב דא)

לאמיר זען אויב דער דורכשניטליכער אייוועלטער איז שוין גרייט פאר עפעס מעכטיג!
סאיז מיר שווער צו רעדן יעדע טייפ קומט מיר אן שווער!! אבער וואס זאל איך טוהן אז איך נישט קיין ברירה!!

נאך דריי וואכן וואס דער איבערגעגעבענע @קרעטשמע פאריעקט האט אריין געלייגט כוחות ארויס צו געבן יעדע וואך א ליקוט פון די ארטיקלן פונעם וואך, קוקט אויס אז סאיז געקומען צו אן ענדע!

סאיז ווייטאגליך צו זען ווי ער האט זיך געבעטן ביים עולם אויב ווילט איר אז דאס זאל ווייטער ארויס קומען געט מיר ביטע א לייק.. באט גארנישט!... נישט איז נישט סאיז נישט גרינג ארויס צו קומען אויבווייסט מען נישט אויב דער עולם גלייכט עס..

לאמיר האפן אז איך רעדט מיר אן און עכט גייט ער נאך יא ארויס קומען..

פארלוסט!!
דיין נדבה איז מאור דען וועלקאם!
אויפטרייבן סכומים - מהפכה!!!
#רעוואלוציע איט איז!!
אוועטאר
אוי ווי איך קען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 07, 2023 11:53 am

Re: אייוועלט נייעס פון טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוי ווי איך קען »

האט איר זיך שוין משתתף געווען אינעם רעוואלוציע???

האט איר די לינק!

https://www.dryveup.com/tzedek/132
דיין נדבה איז מאור דען וועלקאם!
אויפטרייבן סכומים - מהפכה!!!
#רעוואלוציע איט איז!!
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6696
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: אייוועלט נייעס פון טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

דער עולם שלאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטט!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

וואס איז מיט ענק! היינט איז די לעצטע טאג פון די גרויסע רעוואלוציע!

אונז גיימיר היינט גרייכן איבער הונדערט טויזענט דאלער!

אייוועלט גייט ווייזן פאר די וועלט ווער אונז זעמיר!! לאמיר ארויס העלפן אונזערע ברידער וואס ווארטן פאר א ישועה!!

שליסט אייך יעצט אן אינעם קאמפיין און ווארפט אריין אייער נדבה!!

https://www.dryveup.com/tzedek/132
אייוועלט איז קליגער ווי די קענסט באשטיין.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6696
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: אייוועלט נייעס פון טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

גוט מארגן!

לאנג טיים נאו סי... אסאך זאכן האבן זיך אפגעשפילט במשך הזמן, וועלמיר פראבירן זיך צוצוזאמנעמען.

ערשטענס סזענען צוגעקומען א פרישע 3! פיטשער'ס צו אייוועלט זינט אונזער לעצטע באריכט. און אי"ה מאור טא קאם.

אייוועלט רעוואלוציע - פיעטשער נאמבער 2! צאמלייגן פארום'ס! א וויכטיגע פיטשער וואס פאר מיר למשל קומט עס זייער צוניץ, סאיז דא גענוג סעקשאנס וואס איך בין נישט אינטערעסירט צו האבן א גאנצן טאג אין פראנט פון מיינע אויגן... מהאמיר צאמגעלייגט דעי חברה, און מזעמיר זיי נישט פאר די אויגן...

אייוועלט רעוואלוציע - פיעטשער נאמבער 3 איז געווען מענשענן!! איך מיין אז היינט איז עס שוין ברייט באקאנט (ווער האטעך געבעטן זיך צו דערמאנען אזוי שפעט?...) איינע פון די פיטשער'ס וואס דער עולם האט זייער ארויסגעקוקט, און וויס קוקט אויס ניצט עס דער עולם מיט הנאה!

אייוועלט רעוואלוציע - פיעטשער נאמבער 4 די וויכטיגסטע פיטשער! תקנות... ווער דארף דען נישט קיין תקנות?... אן קיין תקנות איז דער מקום נישט פארהאן. די מנהלים האבן אריין געלייגט איבערמידליכע כוחות אז די תקנות זאלן זיין דאס מערסטע קלאר שייך! אסאך כוחות זענען אריין געלייגט געווארן אז די תקנות זאלן זיין אויף א גרינגע און לייכטע שפראך, אז אפילו איינער וואס וויל זיך איינרעדן אז ער קען נישט קיין אידיש קען עס פארשטיין...

אי"ה דער 5 פיטשער קומט איינס און א גוטס!!!! רבותי סאיז דא אויף וואס צו ווארטן!




אייוועלט האט באוויזן!!!!!!!!!!!!!

איך וועל זאגן דעם אמת(?) איך האב ביז יעצט נישט געשריבן וועגן איך (האב נישט געהאט קיין געדילט...) בין נאכנישט געווען דאהי.. דאס הצלחה פונעם קאמפיין האט מיר ממש באנימען! @וויכטיג מאכער האט מיר אינספייערט! אייוועלט האט געוויזן אז זיי פירן די וועלט! אבער נישט סתם, נאר מיט א שטארקייט!

דאס וועט אריין גיין אין די היסטאריע פון אייוועלט אלס איינע פון די גרעסטע אויפטוהונגען! דאס בילל, קען מען א נאמען געבן "אייוועלט .... ..... ...." וואטעווער די וויליסט עס ריפן ווייטער, אויב דער בילל גייט א דורך! וועט איר קלאר קענען זאגן, איך האב עס דורך געפירט!!! יא דו...

שטייטצעך אז דער פעדער איז ארעם צו געבן א שכח פאר די אלע ניקס וואס האבן ארויס געהאלפן מיט דעי הייליגע מהפיכה! אבער דער באשעפער וועט זיי זיכער באצאלן מיט אלעס גוטס!!




יעצט צום פוינט... (אלעס ביז דא איז נאר געווען אנצוקומען דא...)

דער אינפערסטרוקטשער טיעם! אין שפיץ פונעם יושב ראש @ציגאנער האבן אהערגעשטעלט א הערליכע ארבעט...

רעוואלוציע: פארגעשריטענע אקטיווע אשכולות!

איך בין זיכער אז איר האט שוין אמאל געפילט ווי די פלאצט... איך האב אזוי סאך אימגעליינטע אשכולות, איך האב אבער נישט קיין צייט פאר אלעם... די פראבלעם איז אבער נישט דאס, דער פראבלעם ווערט ווען רוב פון דעי אשכולות ביסטו אפילו נישט אינטערעסירט אריין צו וואקן, אלס דיר אויס וואלט דער אשכול אפילו נישט געדארפט זיין אויף אייוועלט...

אט איז דער לעזונג דא, א ווינדערליכע שיעט איז אהער געשטעלט געווארן מיטן הילף פון אפאר חשובע ניקים אינעם אינפערסטרוקטשער טיעם! @הלבלר בקולמסו @יאפין @ציגאנער @shimon7323 און נאך, וואס דורכן שיעט קענט איר מאכן א שארטקאט וואס זאל אייך פירן נאר צו די אקטיווע אשכולות פון פארום'ס וואס די וויליסט זען!

לאמיר וויסן וויאזוי סאיז געווען...

גוט שבת!
אייוועלט איז קליגער ווי די קענסט באשטיין.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6696
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: אייוועלט נייעס פון טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

שלום עליכם..

אסאך וואסער איז געפלאסן זייט אונז האב מיר לעצטע מאל באריכטעט נייעס דא... און אסאך ניקס זענען געפלויגן זינט דאן...

אין די פרישע סעריע פון"אייוועלט אלבום'ס" איז פארגאנגענע וואך מאנטאג ערשינען א נייע אלבום! וואס איז ארויס געגעבן געווארן דורך טאלאנטפולע אינגעלייט וואס האבן אריין געלייגט שעות מיט ארבעט אהער צו שטעלן טאקע א "מונה'דיגע" ארבעט! יאפ אזוי ווי איר ליינט פון צווישן די אייוועלט היכל הנגינה שפאלטענס איז ארויס גערינען א הערליכע אלבום וואס קלייבט צוזאם עטליכע הערליכע ניגנים פון מונה!

איך בין נישט דער וואס גייט רעדן דערפון זינט איך פארשטיי גאנץ קנאפ צו מיוזיק.. וועל מיר לינקן דעם אשכול, הערט און האט הנאה!

אייוועלט פרעזענטירט: 'מונה׳דיג' מניגוני ר' משה מרדכי [מונה] ראזענבלום
אייוועלט איז קליגער ווי די קענסט באשטיין.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6696
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: אייוועלט נייעס פון טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

און אנדערע אייוועלט נייעס...

ווייס איך נישט וויפיל האבן מיטגעהאלטן אבער די פארגאנגענע מוצאי שבת... דריי זונטאג פארטאגס... איז אונזער געטרייע @וויכטיג מאכער געווען פארנומען מיטן צו לייגן פרישע פארום'ס פאר אייוועלט, דאס איז געווען בהמשך מיטן פאריעקט פונעם אינפערסטרוקטער טיעם אנגעפירט דורכן בארימטן @ציגאנער .

זאכן האבן אבער נישט געאנגען ווי געפלאנט און מיט אמאל האבן זיך אשכולות גענומען פארן פארום'ס האבן גענומען שווימען... סאיז דריי אויף דער נאכט מוצאי שבת! וואס טוט מען דא?... וואס גייט דא פאר?...

אונזער וויכי האט זיך תיקף גענומען צו דער ארבעט... ווי סהאט אים אפגעווארט א ים מיט ארבעט! וואס האט געדוירט שעות אויף שעות! נישט נאר דאס ער האט געדארפט איבער מאכן עטליכע פארום'ס פון אלף!! אריבער ריקן אשכולות אאוו.

געמיינט האט מען אז דאס ערגסטע איז פארריבער אבער זונטאג און די צופרי שעה'ן האט מען געזעהן אז מאיז ווייט פון פארטיג... דא איז שוין אריין געקומען די דיוועלעפער טיעם ווי זיי האבן אריין געארבעט צו פיקסן א באג וואס האט געזיצן אויף סייט, למעשה איז ב"ה געלונגן פאר די טיעםן נאך ביטער שווערע ארבעט צו מסדר זיין די באג..
אייוועלט איז קליגער ווי די קענסט באשטיין.
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7271
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: אייוועלט נייעס פון טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

און וואס איז געווארן מיט די נייע פארום'ס ס'איז למעשה ארויף?
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6696
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: אייוועלט נייעס פון טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

חידוש נפלא האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 7:51 pm
און וואס איז געווארן מיט די נייע פארום'ס ס'איז למעשה ארויף?
ניין
אייוועלט איז קליגער ווי די קענסט באשטיין.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6696
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: אייוועלט נייעס פון טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

און אנדערע אינטערעסאנטע אנטוויקלונגען אויף אייוועלט, האט די הנהלה באשלאסן צו פארשפארן דעם שטארק פאפולערן אשכול "נייעס פון רבי'שע הויפן" דאס שפארונג איז געקומען נאכדעם וואס געוויסע ניקים האבן געמיינט אז זיי זענען גענוג גרויס צו איינטייל נעמען אין געוויסע שמועסן אבער ווי סהאט זיך ארויס געשטעלט זענען זיי נאך בכלל נישט ערוואקסן, אויס צו טוהן דעם קינדערישע שיך...

דו הנהלה האט גענומען די שריט נאכן ווארענען אז דאס אשכול איז נאר פאר פראבע אבער ווי עס קוקט אויס האט דער עולם געוואלט אז סזאל און גאנצן פארשפארט ווערן...

ווי פארשטענדליך האט דאס אינגאנצן נישט געשמעקט געוויסע.. ווי סהאט אויך גרום געווען אז געוויסע זאלן האבן טענות אויף די הנהלה, אבער די הנהלה האט זיך געהאלטן שטארק מיט די תקנות.

ווי סהאלט יעצט איז מען נאכנישט ארויסעגוקמען אין די עפענטליכקייט וואס די באשלוס מיט דעם אשכול איז..

-----

אין די לעצטע טעג איז ערשינען אויף די ערשטע זייטן פון אייוועלט א פרישע אשכול וואס איז געווארן צוגעקלעבט צו אלע פארום'ס מיטן נאמען אפדעיטעד: קלארשטעלונג איבער די פירערשאפט פון אייוועלט

ווי וויכי האט קלארגעשטעלט ווער סאיז די פירערשאפט פון אייוועלט, דאס איז געקומען געציילטע טעג נאכדעם וואס די אויבדערמאנטע פאסירונג איז פארגעקומען. ווי געוויסע האבן פארגעהאלטן די נישט ריכטגע פארזאנען פארן שפארן זייער באליבטע אשכול...
אייוועלט איז קליגער ווי די קענסט באשטיין.
אוועטאר
ציגאנער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3240
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: אייוועלט נייעס פון טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

enjoy האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 7:51 pm
חידוש נפלא האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 7:51 pm
און וואס איז געווארן מיט די נייע פארום'ס ס'איז למעשה ארויף?
ניין
*נאכנישט...

ש'כח @enjoy פאר דיינע געשמאקע באריכטן!
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6696
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: אייוועלט נייעס פון טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

א גאר שארפע ווארענונג איז ארויף אין די לעצטערע טעג אויף די אויבערפלאך פון אייוועלט

viewtopic.php?t=63580
ווארענונג און מעלדונג

דאס קומט נאכדעם וואס די מנהלים האבן ערהאלטן אינפארמאציע אז סדרייט זיך נעבעך ארום איינער, וואס ניצט אויס דעם אישי סיסטעם ווי מטאר נישט.

די ווארענונג איז שוין ארויף און די לעצטערע וואכן אבער איז נאר געווען אינעם אידישן וועלט פארום, נעכטן האבן עס די מנהלים אריבערגערוקט אז סזאל זיין אויבן אויף יעדע פארום.

דאס איז געקומען נאכדעם וואס די מנהלים האבן געפילט אז געוויסע וואס זענען געווארן באדויערט פון אנדערע אין אישי, האבן עס נישט באמערקט, און טאקע די רעזולטאטן האבן נישט געשפעטיגט צו קומען און ווי די מנהלים האבן געאפדעיט האבן נאך עטליכע געקומען מיטיילן מיט די הנהלה נאך עפיזאדן וואס האבן זיך אפגעשפילט ביי זיי אין אישי קעסטל.

יעצט איז טאקע די צייט צו קומען צו א רוף צו יעדעם, אז אויב באקומט איר אישי סטראשונגען, צו איינער וויל אייך מגלה זיין, ווארט נישט ביז סאיז שוין צו שפעט! די מנהלים זענען דא אייך צו העלפן.. זיי וועלן נישט ריען ביז איר האט מנוחה! סאיז נישטא וואס זיך צו שעמען צו באריכטן פאר א מנהל סיי וואס, די מנהלים דילען מיט אזאנע ווענדונגען יעדן טאג! מיינט נישט אז איר זענט די איינציגסטע, זייט וויסן אז אויב איר ווערט גע'רודפ'ט פון איינעם איז מעגליך ער רודפ'ט אויך א צווייטן, מיט אייער שריט פון מודיע זיין פאר די מנהלים קענט איר צוריק האלטן אסאך עגמת נפש פון אייך און פון אנדערע.
אייוועלט איז קליגער ווי די קענסט באשטיין.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6696
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: אייוועלט נייעס פון טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

אייוועלט וואקסט! ווי באקאנט איז אייוועלט אויסגעשטיגן אלץ די גרעסטע אידישע סייט ווי אידן פון אלע עקן וועלט קומען זען און ליינען נייעס.

די הנהלה מוטשעט זיך מיט א שטיקל פראבלעם פון איין זייט זענען דא שווערע טויזענטער ליינער פון איבער דער גארער וועלט, פון די צווייטע זייט איז דא אונזערע חברים דא וואס האבן א ניק און שרייבן מיט א געשמאק איין תגובה נאכ'ן צווייטן.

די הנהלה האט א שווערן פראבלעם ווען סקומט צו נייעס אשכולות, פון איין זייט איר דא דער ליינער וואס קומט אהער ליינען נייעס אן קיין וויצן און טענהרייען, פון די צווייטע זייט זיץ מיר אונז וואס ווי יעדער וואס שרייבט אויף אייוועלט ווייסט אז ווען סקומט א גוטס צו זאגן האט מען נישט קיין געדולד צו אנפאנג טראכטן מעג איך עס שרייבן דא צו נישט.

די הנהלה פראבירט די מערסטע מעגליך נישט צו מאכן קיין תקנה איינצוצוימען די שרייבער, אבער מאכט זיך אמאל למשל ווען סאיז דא א שטארק נאכגעפאלגטע נייעס אדער טאקע ווי ביי אונזער פאל די רעפובליקאנער פריימערי אשכול, ווי סאיז דא אסאך נייעס און אויב גייט אלעס זיין אויסגעמישט אין איין קוגל וועט מען קיין נייעס ניצט געפינען.. און די פעלער עפענט מען א ספעציעלע קאמענטארן אשכול, און פארגאנגענע וואך איז די רעפובליקאנער פריימערי אשכול געווארן א בלויז נייעס אשכול.. דאס איז געקומען אויפ'ן פארלאנג פון א גרויסע צאל ניקים.

viewtopic.php?p=4435929#p4435929
רעפובליקאנער פרעזידענטליכע פריימעריס 24' - "בלויז נייעס"
אייוועלט איז קליגער ווי די קענסט באשטיין.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6696
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: אייוועלט נייעס פון טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

קלארשטעלונג!

מיינע תגובות דא רעפרעזענטירן נישט די הנהלה אויף קיין שום וועג! איך ברענג אלעס אלס ציווילע ניק..

הצלחה.
אייוועלט איז קליגער ווי די קענסט באשטיין.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6696
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: אייוועלט נייעס פון טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

אפיציעלע סטעיטמענט!

הבל איז נישט ערלויבט צו פארלאזן אייוועלט!

מיט ווייטאג האט זיך אפגעשפילט א שוידערליכע געשעעניש ווען געוויסע האבן אראפגעריסן הבל פאר זיין געטרייע ארבעט, וואס אלץ רעזולטאט האט הבל געמאלדן אז ער סטאפט שרייבן!

אויב אייוועלט האט נישט גערודערט ביז יעצט מוז עס יעצט האבן א ביטערע שאקל עפעס מוז געטוהן ווערן, אונז אפעליר מיר צו די הנהלה אז מזאל אויפקומען מיט א לעזונג.
אייוועלט איז קליגער ווי די קענסט באשטיין.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט נייעס פון טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

enjoy האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 5:29 pm
אפיציעלע סטעיטמענט!

הבל איז נישט ערלויבט צו פארלאזן אייוועלט!

מיט ווייטאג האט זיך אפגעשפילט א שוידערליכע געשעעניש ווען געוויסע האבן אראפגעריסן הבל פאר זיין געטרייע ארבעט, וואס אלץ רעזולטאט האט הבל געמאלדן אז ער סטאפט שרייבן!

אויב אייוועלט האט נישט גערודערט ביז יעצט מוז עס יעצט האבן א ביטערע שאקל עפעס מוז געטוהן ווערן, אונז אפעליר מיר צו די הנהלה אז מזאל אויפקומען מיט א לעזונג.
מ'קען זייער גרינג זען וואס איז דער ווילן פון די מאיאריטעט ליינער.

דאס איז זיכער, @הכל הבל גייט נישט אין ערגעץ!
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6696
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: אייוועלט נייעס פון טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

@וועטערבאריכט וואס האט אונז געהאט איבערגעלאזט האט באשלאסן צוריק צו קומען שרייבן די וועטער יעדן טאג!
אייוועלט איז קליגער ווי די קענסט באשטיין.
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: אייוועלט נייעס פון טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 11:09 am
עס קומט אריין די נייעס אז די הנהלה אויף אייוועלט האט באוויזן צו לייגן א האנט אויף עלטערע ארכיוון פון די בראשית יארן אויף אייוועלט וועלכע פילע פון די היינטיגע ליינער וועלן שוין נישט געדענקן און זענען שוין היינט פארמעקט פונעם סיסטעם

מען ארבעט נאך צו קענען לאקירן דאס מערסטע תגובות נאר מעגליך און אויב מען וועט געפונען פאר פאסיג וועלן טייל פון זיי מעגליך ווערן פובליצירט אין די נאנטע צוקונפט
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10968
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

Re: אייוועלט נייעס פון טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

שששש וועק נישט אויף..
באט ס'איז דא א נייע זייער אן אינטערסאנטע אשכול ווי ס'לוינט זיך זיך צו אויפשרייבן צו באקומען א נאטיפיקאציע..
וואס דארט איז דא א לינק צו אלע אינטערסאנטע זאכן אויף אייוועלט!
viewtopic.php?t=64586
שכח פאר @זאנוויל תנחום און אלע אנדערע... פאר ןכסדר אפדעיטן און אונז האלטן אינפארמירט מיט אלע אינטערסאנטע זאכן און נישט דארפן ארומקריכן איבעראל צו זוכן אויס ס'איז דא ערגעץ גוטע סחורה!
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10968
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

Re: אייוועלט נייעס פון טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

זעה איך אז @לייטער און @enjoy זענען ביזי מיט די לעכט... סא במקום שאין איש קום איך דא מיט די לעצטיגע ברעכענדע נייעס..


אידישע וועלט פרעזענטירט: "ליכטעלעך" - חנוכה קאלעקשן תשפ"ד

Yiddishe Velt - Lichtelech.jpg
Yiddishe Velt - Lichtelech.jpg (87.59 KiB) געזען 1491 מאל
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10001
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: אייוועלט נייעס פון טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה
אידישע וועלט האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:18 pm
אט מיט גרויס כבוד און פראכט מעלדן מיר אייך היינט דא טייערע שרייבער, און מיר שטעלן אייך פאר מיט פאפמע און פאראד דעם העכסט סאפיסטיקירטן שפאגל נייעם

אישי נאטיפיקאציע סיסטעם!

אויב וועט אייער תגובה פארמעקט ווערן, וועלן די מנהלים מיט א טשעק אינעם באקסל קענען ערלעדיגן אז איר זאלט ערהאלטן אין אייער אישי קעסטל א קאפיע פון דער אריגינעלער תגובה, מיט א קורצע סיבה וואס דער אחראי האט פארצייכנט פארוואס דאס איז פארמעקט געווארן!
עס איז ווירקליך א פאקט! דער סיסטעם איז גרייט צום באנוץ.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
קמן
שר האלף
תגובות: 1681
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 2:43 am
לאקאציע:און מיין פיינט'ס לינקע זאק וואס ליגט און בוידעם

Re: אייוועלט נייעס פון טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמן »

א גרויסע טאג גאר אסאך ניקים פראווענעם היינט יום הלידות
🥳🥳🥳
אטעטשמענטס
Screenshot_20240101_020003_Chrome.jpg
Screenshot_20240101_020003_Chrome.jpg (234.45 KiB) געזען 990 מאל
יאנאש האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 8:13 pm
- נישט אין סאטמאר גערעדט -
זיכסט מיך❓️ דא ⬇️❗️
ucp.php?i=pm&mode=compose&u=29410
לאמיר גיין ווייטער
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2022 12:30 pm

Re: אייוועלט נייעס פון טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר גיין ווייטער »

קמן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 2:08 am
א גרויסע טאג גאר אסאך ניקים פראווענעם היינט יום הלידות
🥳🥳🥳
איך זעה אז איר זענט היינט אנגעקומען צי די 101

אויף לאנגע געזונטע יארן !!!
זיך קיינמאל נישט אפשטעלן
אוועטאר
קמן
שר האלף
תגובות: 1681
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 2:43 am
לאקאציע:און מיין פיינט'ס לינקע זאק וואס ליגט און בוידעם

Re: אייוועלט נייעס פון טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמן »

לאמיר גיין ווייטער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 2:10 am
קמן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 2:08 am
א גרויסע טאג גאר אסאך ניקים פראווענעם היינט יום הלידות
🥳🥳🥳
איך זעה אז איר זענט היינט אנגעקומען צי די 101

אויף לאנגע געזונטע יארן !!!
😅
ניטאמאל באמערקט
יאנאש האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 8:13 pm
- נישט אין סאטמאר גערעדט -
זיכסט מיך❓️ דא ⬇️❗️
ucp.php?i=pm&mode=compose&u=29410
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10968
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

Re: אייוועלט נייעס פון טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

שבת פעקל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 10:20 pm
בעזהשית.

אזויווי עס איז דא ניקס וואס קומען נישט אן צו ענדיגן ליינען די גאר אינהאלסרייכע זאכן וואס ווערט דא געשריבן ביי אונז אין קרעטשמע. האב איך חיריק באשלאסן צו מאכן אזא פריעקט און פרובירן ארויסצוגעבן א יעדע וואך דארנישטאג אפאר פון די סאמע בעסטע ארטיקל פון די וואך.

אויב האט איר סיי וועלכע הערה אדער אן ארטיקל וואס איר האלט אז עס דארף אריינגיין. קענט איר אישי'ן די @שבת פעקל ניק, און מ'וועט אייך פרובירן צו צופרידןצושטעלן.

די ארטיקלען דארפן נישט זיין פון קרעטשמע. עס קען זיין פון סיי וואו און פון סיי וועלכע נושא וואס איז געשריבן געווארן דא אויפ וועלטל.

די שבת פעקל קען נאר אנגיין מיט אייער הילף. אלנפאלס אויב זעט איר אן ארטיקל וואס דארף אריינגיין ביטע שיקט א אישי צו @שבת פעקל.


בשם השם נעשה ונצליח.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”