אין קורצן, ב"ה אז מ'האלט דא, מ'קען נאכאמאל אהערשטעלן שיינע ערליכע נגינה על טהרת אייוועלט, ניגונים וואס זענען ארויסגעקומען און פארוואסערט געווארן, דא באקומט עס נאכאמאל די געלעגנהייט אז ס'זאל אנקומען צום מענטש'ס אויער און ער זאל האבן דערפון א פארגעניגען,
יעצט בעצם איז שוין אביסל שפעט און נאנט צו פסח ארויסצוקומען מיט צוויי אנגעפילטע סידי'ס, אבער אנשטאט מ'זאל דארפן ווארטן נאך א יאר ביזן ארויסקום, און אונז ווייסן דאך אז בניסן עתידין להיגאל, איז דאך ממש א שאד נישט אריינצוכאפן יעצט ווען מען קען נאך און עס ארויסשטויסן לאור עולם,
די ערשטע סידי מיטן נאמען סדר נאכט, איבער א שעה צייט, ענהאלט בלויז ניגונים וואס זענען נאכנישט ארויסגעקומען אפיציעל אויף געהעריגע אלבוים'ס, דארט קען מען הערן לדוגמה די באקאנטע טעמפל שירה שיין און פראפעסיאנאל אראפגעזינגען, וואס אסאך זוכן ווי מ'קען עס הערן.
און די צווייטע סידי מיטן נאמען די צווייטע סדר נאכט, איבער 2 שעה צייט, ענהאלט ניגונים פון לעבעדיגע אויפטריטן און פון ניגונים וואס זענען שוין געווען אויף אלבוים'ס [אריינגערעכנט אויף די אייוועלט אלבוים'ס] און זענען אויך ארויסגעקומען אויף סינגעלס.
צינדטס עס אן אינדערהיים פארן ב"ב און לאזט עס לויפן, ס'איז מובטח אז די קשר"ק וועט האבן א שענערע און אן אינהאלטסרייכע באדייט.
אבער מאכט זיכער צו מאכן קאפיס דערפון צו קענען נהנה זיין דערפון אין קאר אדער אין אפיס צו קענען פארשפילן די אנגעצויגענע ערב פסח שטימונג אין א לוסטיגע מעלאדיע.
נאך איין חידוש וועט זיין דאס יאר חוה"מ און וועט קומען אין ריכטונג פון די ילדים, עטס קענטס אוודאי די באקאנטע תנועה... איך וויל גיין צו בראנקס זו.... איך וויל גיין צו די ריידס.... דאס יאר וועט די געשרייעריי זיין.. איך וויל הערן די נייע סדר נאכט סידי'ס!!!....
די עיקר איז קחו ברכה אל תוך בתיכם, מאכט קאפי'ס דערפון ווייל ס'איז אריין אסאך ארבעט דערינען, און פארגעסט נישט צו לאזן הערן אייער פידבעק, הנאה, אדער זאגאר קריטיק...
ערגעץ צווישן היינט און מארגן גייט פארקומען א אייוועלט גילוי פארברענג, פון אינטער די קליסן הערט מען אז זאכן פארן אין די גוטע דירעקציעס, מער אינפאו איז נישט באקאנט היות אפדעיט'ס איבער די צוזאמקום ווערט געשיקט דורך געהיימע אישי קעבלס נאר פאר די וואס האבן זיך איינגעשריבן פאר מער דריקטviewtopic.php?f=21&t=54876&start=750
אייוועלט פרעזענטירט: 'נעשה ונשמע' - שבועות קאלעקשן
שלושת ימי הגבלה תשפ"ב די בארימטע אייוועלט פראדאקשינס סטודיא וואס באכעט 24 שעה א טאג מיט כסדר'דיגע חדשות און אקטיוועטי'ס האט נארוואס ארויסגעשטעלט אין פאבליק די נייע 'נעשה ונשמע' - שבועות קאלעקשן אלבאום- סידי טעיפ יו עס בי, יו נעם איט. די נייע טעיפ איז א שבועות נגינה קאלעקציע א בירור פון די סאמע שענסטע נגינים פון מתן תורה עניני תורה און יו'ט שבועות,
= שומר ישראל שמור שארית ישראל = איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל... אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אייוועלט סטודיא שטאק שלאפט נישט די וועלט בארימטע אייוועלט סטודיא וואס שאקלט די בילדונג פון די ביט'ס ווייבערעישן און אלע שכנים רעגן זיך אז מ'לאזט זיי נישט שלאפן פון די באמבעדירונגען. האט ארויסגעגעבן
נאך 13 יאר נישט אויפנעמען קיין פרישע ראש הקהל דאהי אויף אייוועלט האט די באורד אוו עלעקשאנס ארויסגעשטעלט א מודעה אזסגייט זיין פרישע וואלןאון מען קען זיך נאך מעלדן צו לויפן פאר ראש הקהל ביז נעקסטע וואך זינטאג חקת באנאכט 11:59 פי עם מיט דעם וועט קהילות אייוועלט צוריקגיין צו די אלטע גלאנץ מיט פרישע אקטיווע ראשי קהילה ווי יעדע קהילה קדושה בישראל, און מיט דעם וועט ווערן ארויסשטויסן די אומאקטיווע אלטגעזעצענע גרינע ראש הקהל מיסטער שמערי בערי דיסטריקט אויף פארברענגען בפרט ותושבי שכונת הגלילות בכלל גרייטן זיך צו א מאסיווע תקופות הוואלן וואס וועט אויפשאקלן און צושאקלען די אפיסעס פון קהל. דינען אלס די הויכגעשעצטע ראש הקהל איש נישט קיין עבדות נאר בלויז שררה. א wון ווין טיטל. יהדות אייוועלט הכונו ל'ראש הקהל וואלן א ליסטע פון אלטע ראשי קהילה וואס האבן געדינט אין די בראשית יארן ווען וועלט אינאך געווען וועלט, מאשקע /צייטליך /יגרסהדוסה /אלטעבחורל /גרויזאמער /און יענטאאש
פאר מער איבער די ראש הקהל וואלן גייט ארייןviewtopic.php?f=13&t=55609און אין די צאלויזיגע אשכולות אין פארברענגען און אין די ספעציעלע ראשאקאעל פארום שטים בודקע סוב פארום אינטער פארברענגען.
נעקסטע וואך מאנטאג גייט קומען א אויפצועלע מעלדונג פון די הנהלה א ליסט פון אלע סערטעפייט קאנדידאטן
שלום עליכם מיינע טייערע פריינט (קרעדיט: מענדל אונגאר פון די יפא'ס)
איך בין א לענגערע וויילע נישט דא געווען, אבער איך בין דא צוריק אי''ה און איך האף צו נאכאמאל אנהייבן שרייבן דא און מיטלעבן די געשמאקע מצב דא און פרובירן צו צוגעבן מיינע צוויי סענט סטריט וואו איך וועל קענען.
רוב פענימער דא דערקעניך נאך און נאר געציילטע דא זענען מיר אומבאקאנט און איך האף מיר צו באקענען מיט זיי בקרוב און מען וועט לאכן און זיך פרייען אינאיינעם אין גוטן און אן ביידן.
אין ווייטערדיגע באריכטן איבער די וועכנטליכע קאמפאזיטאר פארמעסט פון אייוועלט'ס ריזן אין די שטח פון קאמפאזירן נייע נגינים, פארגאנגענע וואך איז ארויף די פיינעל פארמעסט צווישן די געווינער פון יעדע וואך פון די לעצטערע וואכן וואס די פארמעסט איז אנגעגאנגען. פאר מער דריקט די געווינער פונעם געווינערס פון די קאמפאזיטאר פארמעסט!! וועל אויס 1