ברוכים הבאים צום קאך לעפל
מיט א פרייליכע געמיט טוען מיר מעלדן דעם נייעם פארום! נאך א שנירל אין אונזער וועלטל וואס איז א חומה בצורה אינעם רוישיגען אינטערוועלט פאר יעדן איד וואס וויל זיך האלטן ערליך אינעם דרך המסורה לנו מדור דור ביז ווען מיר זענען געשטאנען אינאיינעם ביים בארג סיני מקבל זיין די תורה הקדושה די רמ"ח מצות עשה און שס"ה לא תעשה.
ראובן: א גוטן, וואס איז נייעס?
שמעון: פרעגסט מיך?
ראובן: יא!
שמעון: פארוואזשע פרעגסטו מיך? גיי אין אייוועלט אין אידישע און וועלטליכע נייעס פארום, דארט וועסטו טרעפן אלע נייעס.
ראובן: נע, כגיי דארט אריין, כ'דארף לייענען און זוכן צווישן פארומ'ס און תגובות ביז כ'טרעף עפעס נייעס.
שמעון: אהה, טאקע א פראבלעם. כ'על רעדן צו די מנהלים....
אזעלכע און נאך ענליכע עפיזאדן זענען פיל פארגעקומען אין די אידישע גאס, און מיר האבן ערהאלטן עטליכע פארלאנגן אז מ'זאל אפטיילן אנאליזן / דעבאטעס / וויכוחים פון די נייעס און אינפארמאציע פארום.
נאך עטליכע מיטינגען און זיך באראטונגען צווישן די חברי ההנהלה והאחראים, פרייען מיר זיך צו מעלדן אז מיר האלטן שוין ב"ה דא, און מיר עפענען פאר'ן ברייטן ציבור א פארום בתוך פארום, צו לאזן דעם עולם זיך אויסגעבן מיט אנאליזן און וויכוחים כראוי וכיאות צווישן ערוואקסענע חברי איי וועלט, מיט כבוד און הערצה איינער צום אנדערן, און געדענקן דעם ציל: ארויפצוברענגן א שמייכל אויף די לעפצן פון א צווייטן איד.
און דא ווילן מיר מעלדן, אז סיי וואספארא דעבאטעס און וויכוחים אין די נייעס און אינפארמאציע פארום, וועט באלד ווערן פארמעקט. אנאליזן איבער נייעס, שאלות איבער נייעס, דעבאטעס איבער נייעס און וויכוחים איבער נייעס, קען מען 'נאר' שרייבן אין דעם סוב-פארום.