בחמלת ה' איז געראטעוועט געווארן אסאך אידישע פאלקס-לידער נאכ'ן שרעקליכן חרבן, א גרויס חלק איז געבליבן א דאנק חזן יאסעלע רויזענבלאט ז"ל, וואס ווי באקאנט איז ער ארום געפארן אין די גאנצע וועלט, ווי אויך איז ער געקומען קיין אמעריקע זינגען, אין זיינע קאסעטן זענען נישט פארברענט געווארן צוזאמען מיט די קדושי ארץ הי"ד.
ס'איז נאך דא עלטערע אידן פון אמאל, וואס זיי אין זייערע משפחות זענען שטארק געליגן אין ניגונים, אין זיי האבן שנעל אויפגעכאפט ניגונים, אין זיי געדענקען נאך אין די טויזענטער ניגונים וואס ס'פאלט קיינעם נישט ביי אז ס'עקזיסטירט נאך.
כ'בין פערזענליך באקאנט מיט א איד וואס זיין טאטע איז געווען דער חזן אין שטעטל ווי זיי האבן געוואוינט אין אייראפע פאר'ן קריג. ער דערציילט אז זיי האבן געהאט א שטוב מיט אינגלעך אלע געראטן אין טאטן. די מאמע איז געווען קראנק אין שוואך, אין האט נישט געהאט קיין כוח געהעריג אויפצוגעבן שבת ביים טיש. אבער זי האט געהאט נאך א שוואכ'קייט דערצו, אז זי האט געמוזט אליינס פירן די קיך אין אליינס אויפגעבן.
די שטוב האט זיך אזוי אויסגעשטעלט, אז די שבת'דיגע סעודות האבן זיך פארצויגן ביז אין די פריע פארטאגס שעה'ן. דער טאטע מיט די קינדער ביים טיש, האבן נישט געהאט קיין אנדערע ברירה ווי זיך אויסציגעיבן דעם כוח הנגינה, אנצופילן די ליידיגע שעות וואס איז געווען לרחצה.
פארשטייט זיך אליין אז מ'האט געדארפט האבן גאנץ א גרויסע אוצר מיט ניגונים וואס מ'האט געדארפט האלטן אין איין אויפרישן, ווייל מ'האט נישט געקענט איבערזינגען א יעדן שבת יאהר איין יאהר אויס, די פאר זעלביגע ניגונים. דעריבער פלעגט יעדעס קינד ברענגען ניגונים וואס ער האט געהערט דא אדער דארט, אין דאס ניגון איז באשטימט געווארן אויף זיין נאמען, ווי למשל "שלמה'ס ספינקער ניגון" ווייל שלמה האט עס געברענגט.
כ'קען דעם איד, דער לעצט פארבליבענער פון זיין משפחה. וואס ווען ער הערט איין מאל א ניגון וואס ער האט נאך קיינמאל נישט געהערט, נישט קיין חילוק ווי שווער אין געדרייט ס'איז, נארמאלער'הייט קען ער עס איבערזינגען אויף'ן ארט. כ'האב אים אליין אויספראבירט עטליכע מאל. ער זאגט אז ער איז נישט געווען דער איינציגסטער אין זיין משפחה מיט דעם טאלאנט. ער קען אן א שיעור נסחאות, חזנות שטיקלעך, אין ניגונים, נישט קיין חילוק פון וועלעכע קרייז אין סארט.
ער דערציילט אז די אלע פאלקס-לידער זענען נישט יאסעלע'ס, אפי' יאסעלע זינגט עס. אין די נאמען אויף'ן טעיפ ווייזט אז ער איז גערעכט. ווייל ס'שטייט נישט אז ס'איז יאסעלעס ניגונים, ס'שטייט נאר "חזן יאסעלע רויזענבלאט זינגט פאלקס-לידער"... ווייל דעמאלט ווען דער טעיפ איז ארויסגעקומען האבן אלע געוויסט אז ס'איז נאר פאלקס-לידער אין נישט זיין אייגנטום.
ס'דארף פראקלאמירט ווערן, אז אינדערהיים איז נאך נישט געווען קיין טעיפ רעקארדער'ס ביים המון עם נאר געציילטע, אין דער פאלק האט געצויגן צו ניגונים פונקט ווי היינט ציטאג אין נאכמער. דעריבער פלעגט א יעדעס שטעטל אין דערפל האבן א חזן, וואס ער פלעגט אינטערטעינען דעם עולם. ווי ס'איז געווען א נארמאלער ערשיינונג אז דער חזן זאל אינמיטן דאווענען זינגען א שטיקל, אין אלע הינגעריגע אידן זאלן זיך אראפ זעצן אין זיך ציהערן צום געזאנג מיט א פארגעניגן וואס האט נישט זיינס גלייכן..
דער חזן פלעגט אויפטרעטן אין אלע אומשטענדן, ביים דאווענען ביי ציזאמקונפטן אין אפי' ביים רבי'ס טיש. ער פלעגט זיין דער פארמיטלער ביי געוויסע סארט אידן ציווישן זיי אינעם טאטן אין הימל, ווייל זיי פלעיגן נאר קומען אין שול ווייל דער חזן גייט זינגען..
דערציילט דער איד, אז יעדער חזן פלעיגט זינגען געוויסע פאלקס-לידער, נאר אויף זיין שטייגער. ווי למשל יאסעלע אויף זיין שטייגער, אין קארניאל אויף זיינס, וואס אין זיינערצייט איז עס נישט געווען קיין פארגלייך. יאסעלע איז געקומען קיין אמעריקע אין געוויזן ווי גיט ער קען עס אראפ לייגן, אבער דער אנדערער חזן אין געבליבן דארט ערגעץ אין הודאנאנאש, וואס קיינער געדענקט אים נישט..
כ'בין דיר טאקע שילדיג געבליבן א באשרייבונג איבער די אישו. כאטש אין די יעצטיגע שפעיטע שעה האב כ'אויך נישט קיין צייט דערפאר, דאך וועל כ'יא יעצט בארירן אויף'ן שפיץ גאפל געוויסע ניגונים, אין די מסקנות וועל כ'איבער לאזן פאר א פאסיגערע געלעגנהייט.
ס'איז דא דריי באזונדערע חזנות שטיקלעך אויף די ערשטע קאפיטל הלל פון החזן יאסעלע רויזענבלאט ז"ל. אלע דריי האט א קליין ביסל א ענליכקייט איינס צום צווייטן. אין ס'איז געבליבן ביי אינז, ס'הייסט די וואס זענען שוין געבוירן געווארן נאכן צווייטן וועלט קריג, אז אלע דריי איז טאקע זיינס.
דערציילט מיר א איד א זין פונעם חזן ביי זיי אין שטעטל, וואס איז געווען א גרויסע שטאט אין אונגארן, פלעגט אויך דער חזן אראפ לייגן א הלל צום באוואונדערן, אין ווי וואונדערליך איז דער ערשטער שטיקל געווען צוזאמגעפלאכטן פון אלע דריי יאסעלע שטיקלעך, וואס ער האט הערשט געהערט נאך די קריג אויף די קאסעטן.
אגב, איז יאסעלע רויזענבלאט אלס אינגערמאן אויך געווען צווישן די קאנדידאטן וואס האבן געוואלט באקומען דעם חזנות שטעלע און זייער שטעטל/שטאט, ער האט איין שבת געוויזן וואס ער קען, אבער ער איז מפני איזה סיבה שהוא נישט אנגענימען געווארן. נישט ביי דעם לעצטן חזן פארן קריג נאר ביי איינס פאר דעם. (דער לעצטער האט שוין כמעט נישט צוגעלייגט גארנישט, ער האט נאר איבער געזינגער די נסחאות פון דעם חזן וואס איז געווען בעפאר אים)
האט דער אויבישטער אזוי צוגעפירט, אז ווען ער איז געזיצן שבעה ל"ע, בשעת ווען כ'בין אים געגאנגען מנחם זיין, איז אויך דארט געווען נאך עלטערע אידן, אין די שמיעס האט זיך פארצויגן אבער דער אלטער היים מיטן חזן אינדערמיט. וואס נאך איינע פון די עלטערע מנחמים איז געווען א זין פון א חזן פון דער אלטער היים.
אין יא, דער הלל איז אויך אריינגעקומען דארט, אין ס'איז געווען נאך וואס האבן גע'טענה'ט אז זייער חזן'ס הלל האט גע'ענדלט צו געוויסע פון יאסעלע'ס.. די רעדע איז געווען אז ס'איז געווען אסאך נוסחאות אין דער היים, אין יעדער חזן האט זיך ציזאם געשטעלט זיין נוסח מיט די אלוועלטליכע חזנישע נוסחאות. א שטייגער ווי דער "ובמקהלות רבבות" וואס ס'איז נאך געבליבן ביי אינזער דור אויך אזוי.
דעריבער איז דער הלל נישט געווען יאסעלעס, אין אויך נישט די אנדערע חזנים'ס. זיי האבן עס נאר אראפ געלייגט אויף זייער שטייגער, אין יאסעלע אויף זיינס. פון די אנדערע איז ליידער גארנישט געבליבן, אין די פון יאסעלע'ס קאסעטע איז געבליבן "זיינס". ווען נאר זיינע קנייטשן אין צוזאמשטעל זענען באמת זיינס..
די זעלבע האבן זיי גערעדט אז ס'רוב פון די יאסעלע הייליגע טעג נוסחאות, זענען אלטע אידישע נסחאות, וואס ס'איז געבליבן על שמו, ווייל בלויז זיינס איז איבערגעבליבן. אין ס'איז שוין פארשטענדליך פארוואס זיין "ישתבח שמך" ענדלט אזוי אין אינזער נוסח.
דאס איז חוץ פון וואס יאסעלע האט צוגענימען (שיין גערעדט. אין אמת'ן געגנב'ט)שטיקלעך פון אנדערע חזנים...
אין דער אלטער היים איז די וועלט זייער גרויס געווען, פון איין דארף צום צווייטן צו צופארן איז געווען א גאנצע אפקומעניש, דעריבער האט כמעט קיינער נישט געוועסט וואס דער חזן אינעם נעקסטן שטעטל זינגט אלס.
יאסעלע פלעיגט זייער אסאך ארום פארן און אייראפע און קלענערע שטעטלעך, אין האט אויסגעהערט יעדן חזן כמנהג העולם אין זיינערצייט. אויב האט ער געהערט א גיטן שטיקל וואס ס'איז געווען לויט זיין געפיל, האט ער אפגעשאצט יענעם חזן צו ער וועט נאך גרויס ווערן אמאל, אין אזוי האט אפגעמאכט צו ער נעמט דעם שטיקל צו זיך (אן רשות) צו נישט.
דער נאך איז ער געפארן אין די אנדערע עק וועלט ווי יענער חזן וועט קיינמאל נישט אנקומען, אין עס איבער געזינגען אויף זיין אייגן נאמען... גאנץ א גיטער איינפאל.
ביז ער האט אינטער געשאצט חזן דוד רויטמאן ז"ל (ווען ער זינגט הערט זיך אביסל ווי ער האט פאטעטעס אין מויל) ער פלעגט זינגען מיט א געוואלדיגן געפיל אין הארציגקייט, אין יאסעלע האט געהאלטן אז ער וועט נישט גרעסער ווערן, אבער די השגחה האט אנדערשט געפירט.
דוד רויטמאן איז געקומען קיין אמעריקע א גיטע פאר יאהר נאך יאסעלע, אין געזינגען ביי א קאנצערט דעם באקאנטן "קול ברמה נשמע, רחל מבקה על בניה" וואס יאסעלע זינגט, ( ס'האט גענצליך יאסעלע'ס חן..) ווען ער ענדיגט זינגען זעיט ער דען עולם שמייכלען זאגענדיג אז ס'איז נישט זיינס.. ס'איז יאסעלעס.. וואס יאסעלע זינגט עס שוין אפאר יאהר.
ער האט גערופן יאסעלע צום דין תורה, אין יאסעלע האט מודה געווען אין די גניבה.. ווי די היסטאריקער וועלן שוין מסתם אראפ ברענגען.
ס'איז נישט געווען נאר דאס, ס'איז געגאנגען דערנאך צו "אשמנו מכל עם" אין נאך, וואס ס'גייט אויך אויף יאסעלע'ס שניט..
ווענד זיך אויף ווי ווייט. אויף צו וויסן וואס עפעס איז דארט פארגעגאנגען? יא ס'איז געניג אז מ'הערט עס פון אידן פון פאריגן דור, וואס זיי אין זייערע עלטערן זענען געליגן דערין כל ימי חייהם.
אבער. אויף צו קענען אנקלאגן? ניין כ'האב נישט געניג פראף...
אנדי. די ביסט אפשר אויך גערעכט. אבער ס'פארלאנגט זיך א באזונדערע דיסקאסיע דערפאר.
די פאריגע דור אידן זענען געווען אין זייערע אינגע יארן יונגעלייט אין זייער דור פונקט ווי אונז זעמער אין אונזער דור, און איך גלייב נישט אז דו גלייבסט אלע ראמערס און לשון הרעס וואס דרייען זיך ארום אין היינטיגן דור.
די ראמערס און מעשיות (אן קיין פרוף) ווען די אידן פון וואס דו ברענגסט א ראיה האבן נאך געהאט שווארצע קליינע בערדלעך איז פונקט אזוי קראנט ווי די היינטיגע, און ווייל דעמאלטס האט מען געשמועסט אז יאסעלע דרייט זיך ארום אין די שטעטלעך גאנבענען חזנות שטיקלעך מיינט נישט אז סיז אמת.
דאס אז דער איד האט היינט א לאנגע ווייסע בארד מיינט נישט אז דאס וואס זיי האבן געהערט אויף יאסעלע פאר זעכציג יאר צוריק איז אמת.
קען זיין אז סיז אמת, אבער פרעג דעם איד פונעם אמאליגן דור, וועלעכע ניגון ספעציפיש ער האט געגאנבעט און פון וועלעכן חזן, און אויכעט ווער ווער עס האט מיטגעהאלטן די נסיעה פון יאסעלע ווי ער פארט ארום אין די שטעטלעך גאנבענען חזנות שטיקלעך.