איז דער קאראנא וויירוס געקומען פון דער וואהאן ווייראלאגיע לאבאטאריע?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

מיגו האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
מיגו האט געשריבן: ס'איז א פראבלעם אז מ'האט אזוי שטארק אפגעשלאגן אזא מעגליכקייט, אמת.
אבער אדער דען דעט, וואס א חילוק מאכט עס באמת? נניח אז דאס קומט פון א כינע לעב און לאמיר זאגן אונז זעמער יעצט ביים אנפאנג פונעם פאנדעמיק, וואס אין די וועלט וואלט מען געטון אנדערש?

די זעלבע מענטשען וואס פרעגן די תמימותדיגע קושיא, וואס איז א גרויסע נ"מ וואס האט געברענגט עטליכע מיליאן טויטע

לאו דוקא. יעדער איז שוין מסכים היינט צו פארשן פון וואו די וויירוס קומט און טראמפ ענד קא האבן שוין דעמאלטס פראבירט צו פארשען אבער געטאפט א וואנט ווייל כינע האט געשטערט

מיין שאלה איז נישט לגבי די מעגליכקייט אז עס קומט פון כינע נאר איבער די סוי קאלד פארברעכן פון די וואס האבן נישט געהאלטן אזוי אדער אפגעשפעט פון די מעגליכקייט... מיי קאלא ראש...

ווי דו זאגסט אליין ווענדט זיך דאך וואו דער חמר שטיין איין און די מידיע דארף נאר אויפקומען מיט די ריכטיגע ליין און עולם כמנהגו נוהג

קאלא ראש איז אז אונזער אינפארמאציע סיסטעם איז גארנישט בעסער ווי פראוודא.

ווי עס קען זיין נוגע?? א מיליאן זאכן, אנגעהויבן פון היידראקסיקלאראקווין און גענדיגט ביי וואקסינען און א מיליאן זאכן אינצווישען
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

און דא פון אונזער באקאנטער Peter Daznak

p.JPG
p.JPG (69.82 KiB) געזען 4351 מאל

https://nypost.com/2021/06/02/fauci-was ... ed-emails/
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

יש ברירה האט געשריבן:
עס איז גרינג צו באשולדיגן די מידיא, אבער זיי זענען געפאלן א קרבן צו אן אלטע פענאמענען... עס זענען דא ביכער דערפון...

און איך וואלט ענדערש געזאגט אז דו ביסט געפאלן א קרבן פון אן אלטען פענאמענען.... מידיא דעמגאגיע. מענטשען אין רוסלאנד און כינע שווערען זיך דערין, זוי אויך מענטשען אין אמעריקא וואס גלייבען נאך אז מידיא מיט אמת האט עפעס א פארבינדונג.

און ליהוי ידוע אז די מידיא האט נאך אפגעווארפן די לעב ליעק אססססססך פאר טראמפ האט גערעדט דערין. אבער עס איז אירעלעוואנט, דאס איז דאך כו"ע מודי אז טראמפ האט נישט אויגעמאכט די טעאריע, טא ווייל העפענס טו בי אז טראמפ גלייבט עס אויך ברויך מען אננעמען אז עס נישט אמת??? מאכט נישט קיין ברעקעל סענס.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

זיי מיר מסביר די דעמאגאגיע... פארוואס זאל די מידיא האבן אן אגענדע צו פארדעקן די לעב ליעק טעאריע?
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

OK. געלייענט די לעצטע 200 פעיזשעס פון די פאוטשי אי-מעילס. גראדע גווען היבש דיסאפוינטעט אז מסתם האלב פון די קאנטענט דארט איז פארדעקט. איי געיס עס איז קלאסעפיצירט אלס קלעסעפייד כדי אונז פשוטע מענטשען זאלן נישט קענען זען די זאכן וואס קען ברענגען שאדן פאר די מאכער.

2 אינטרעסאנטע נקודות.
1) אמאל האב איך געמיינט אז די מידיא נעמט די נייעס פון פאוטשי, ביז דערווייל זע איז אז פאוטשי נעמט נייעס פון די מידיא... ער אימעילד סייענס ארטיקלן וואס קלארן אויס נושאים וכדומה. איי געיס עס איז א גלגל החוזר.
2) עס איז גווען א גאנצע סאמאטוכע אום2020 JAN 31 -FEB 1 ווען סייענטיסטען פון אינדיע (נישט טראמפ:oops:) האבן געשריבן א שטודיע אזוי. עס אז 4 זאכן וואס מען זעט אין די קאוויד וויירוס וואס באלאנגט נישט נארמאל אין א קאראנע וויירוס און מאכט עס מער שעדליך, און די זעלבע פיר גענוי טרעפט מען אין HIV. דאס געט אן אנדייטונג אז דער וויירוס האבן מענטשען פראדוצירט. האט מען ארעינזשד א קאנפרענס קאל מיט א גאנצע באנטש סיענטיסטען וכדומה צוזאמען מיט פאוטשי מטכס עיצה צו זיין.

וואס מען האט גערעדט דארט ווייס איך נישט ווייל עס איז פארדעקט. אזוי פיל ווייס איך אז אין פעב. 4 האט פאוטשי געשיקט א פרייליכע אימעיל מיט די פאלגענדע ארטיקל אז די וועבסייט האט אראפגענומען די שטודיע פון זייער סייט. (זיי האבן עס אראפגענומען נישט ווייל איינער האט אויפגעוויזן אז עס איז נישט געריכטיג, נאר פשוט ווייל גענוג הויכע לויטע האבן געשריגן אז עס איז מסוכן צו לאזן דארטן. און...איינמאל עס איז שוין אראפגענומען דארף דאך עס קיינער שוין נישט אפאנטעפערן... איטס דעט סימפעל)

דא האט איר דעם ארטיקל גענומען פונעם פאוטשי אימעיל
Quick retraction of a faulty coronavirus paper was a good moment for science
By Ivan Oransky and Adam Marcus Feb. 3, 2020

Reprints
Watchdogs illustration
HYACINTH EMPINADO/STAT
As fears of the novel coronavirus 2019-nCoV continued to spread last Friday, an inflammatory new paper appeared on bioRxiv, a preprint server, where scientists post work that hasn’t been vetted.

Titled “Uncanny similarity of unique inserts in the 2019-nCoV spike protein to HIV-1 gp120 and Gag,” the paper claimed to find similarities between the new coronavirus and HIV, the virus that causes AIDS. The use of the word “uncanny” in the title, together with “unlikely to be fortuitous” in the abstract, led some to think that the authors were suggesting the virus had somehow been engineered by humans.

The paper, from academic institutions in New Delhi, India, was critical and alarming, if true. Except that it wasn’t.

The paper was almost immediately withdrawn, but not before plenty of handwringing from researchers who complained that the appearance of such shoddy work on a preprint server without vetting by peer reviewers is precisely why the hoary old model of science publishing is better at keeping junk science out of the literature.

Support STAT: STAT is offering coverage of the coronavirus for free. Please consider a subscription to support our journalism. Start free trial today.
Except that’s not true, either. The old model has its advantages, to be sure, but it, too, is prone to the menace of pseudoscience, bad data, and other flaws — despite traditional academic journals’ army of peer reviewers. And when these publications publish bad or erroneous research, it can take months or years for the papers to be corrected or retracted — if they ever are.

In contrast, the reaction from the scientific community to the bioRxiv paper was swift. In a nutshell, commenters on bioRxiv and Twitter said, the author’s methods seemed rushed, and the findings were at most a coincidence. By Saturday morning, bioRxiv had placed a special warning on all papers about coronavirus. Later Saturday, the authors commented on their paper, saying they were withdrawing it. And on Sunday, a more formal retraction appeared: “This paper has been withdrawn by its authors. They intend to revise it in response to comments received from the research community on their technical approach and their interpretation of the results.”

All of that happened before a single news outlet with any reach covered the paper, as best we can tell. But none of it was quite fast enough for some critics. “This is why preprints can be bad,” said one scientist on Twitter. That scientist, Michael Shiloh, said he had even used bioRxiv to post preprints. “What bugs me about this preprint is that had this manuscript undergone legitimate peer review, these flaws would have led to a swift rejection and it wouldn’t be contributing to the conspiracy theories and fear surrounding this outbreak,” Shiloh continued.

History suggests that Shiloh’s confidence in peer review’s ability to suss out pseudoscience may be a bit misplaced. The fraudulent 1998 paper that set off the vaccine-autism scare was published in The Lancet, one of the world’s leading peer-reviewed medical journals. Other examples — including a paper by an intelligent design advocate questioning the validity of the second law of thermodynamics as it pertained to evolution — abound. Papers claiming a link between autism and vaccines pop up nearly every year.

Related: Preprints can fill a void in times of rapidly changing science
And even when peer-reviewed journals do realize they’ve been had, retractions can take months or years. The Lancet took 12 years. Another journal took five years to retract a paper claiming that HIV did not cause AIDS. We could go on, and the list includes papers that have never even been corrected.

Those who claim preprint servers are dangerous because they lack peer review — bioRxiv has a perfunctory screening process — sometimes acknowledge that journals have had to speed up their game to meet the pressures of an outbreak like coronavirus, or SARS in the early part of this century. Angela Cochran, president of the Society for Scholarly Publishing, a trade group for publishers, said on Twitter: “Earlier this week, folks celebrated that coronavirus papers were popping up in preprint servers. Now there is a reminder not to use them to guide clinical practice because they haven’t been reviewed. Journals ARE reviewing coronavirus papers and getting [them] pub’d quickly.”

Kent Anderson, another publishing industry veteran, put it more bluntly: “Journals Win The Coronavirus Race.”

Publishers have been looking for ways to score points against — and shut down — preprints for at least half a century. Journals have speedily published a number of important papers on the new coronavirus already, no doubt. Publishing industry champions are often quick to say that speedy peer review does not mean sloppy peer review — even in cases that require massive corrections.

It now turns out that one of the world’s leading peer-reviewed medical journals, the New England Journal of Medicine, published a letter last week about apparent coronavirus transmission from an asymptomatic person that turns out to be wrong. Such letters to the editor are not typically peer-reviewed, or at least not as rigorously as a full study. But it’s a glaring example of how a peer-reviewed journal can end up getting things wrong. Now we get to wait and see how long it takes NEJM to correct the record.

We’ll see whether peer-review champions, who are often unwilling — with some notable and welcome exceptions — to acknowledge how slow and ineffective correction in science can be, note this apparent failure of one of their gatekeepers. Doing so might, after all, make some people question the expensive subscription deals universities agree to with publishers, as well as the article processing charges that can run into the thousands of dollars for open access publications.

Peer review can add a valuable filter. But those who work in publishing seem to be so wedded to the existing process that they can’t admit its flaws — or that it might be a good idea to also embrace preprint servers that could upend their business models. Just like in politics, maybe it’s time to agree that the publishing process is a messy one, and stop using single episodes, free of context, to score points against one’s rivals.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

יש ברירה האט געשריבן: זיי מיר מסביר די דעמאגאגיע... פארוואס זאל די מידיא האבן אן אגענדע צו פארדעקן די לעב ליעק טעאריע?

דו פרעגסט מיך?? איך קען נישט אריינקריכן אין זייערע קעפ. פאר סאם ריזען האבן זיי געהאלטן אז עס איז בעסער צו פארדעקן. קען זיין זיי האבן געהאלטן אז אויב מענטשען ווייסן עס קומט פון א לעב וועלן זיי טראכטן אז טראמפ איז מער פאסיג צו צופיקסען כינע (גראדע האלט איך אז עס וואלט טאקע געהאלפן טראמפ). איך ווייס נישט

פאקט בלייבט פאקט, אז זיי האבן אראפגעריסן די טעאריע סך פאר טראמפ האט עס אראפטירט, און די חברה האבן נישט קיין שום פראבלעם צו זאגן פרעכע ליגענטס ווען זיי האבן סיי וואסערע מינדערוויכטיגע סיבה. און ניין, נישט אייביג איז מעגליך אויסצופיגערן צו זיי האבן אן איטערעסע אדער נישט.
אוועטאר
פון אמעריקע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5062
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

יש ברירה האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
רני פלט האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן: בשעת'ן פענדעמיק איז עס געווען אירעלעוואנט און א דיסטרעקשין.

יעצט האסטו מיך פארלוירען. וואס העט ווען גווען שלעכט אז בשעת דער עולם זיצט פארשפארט אין די הייזער, און יעדער וואס באקומט קאראנע האט עפ"י צוואת פאוטשי געדארפט טוען גארנישטאון ווארטען ביז ער קען שווער אטעמען אז ער זאל קענען גיין אין שפיטאל אויף א ווענטילעיטאר, זאל די אינטעליזשענס קאמיוניטי אויספארשען די כינע לעב???

איך ווייס אז טייל אין די מידיא נוצען דאס פאר א תירוץ, אבער עס איז א שקר גס גארנישט ווייניגער ווי די ערשטע ליגענט אז אז די וואהאן לעב טעאריע איז א קאנספיראציע. (ב.ד.וו. די מידיא איז געווען ביזי מיט צענדליגער אנדערע טעמעס וואס איז הונדערט מאל ווייניגער וויכטיג ווי דאס)

און דאס איז חוץ א מעשה אז עס איז דא א מעגליכקייט עכ"פ אז אויב מען וואלט געוויסט פונקטליך פון וואסערע באשטאנדטיילן און בע"ח דער וויירוס איז צוזאמגעשטעלט וואלט מען אפשר געקענט שנעלער טרעפען א רפואה אדער א וואקסין. די חלק אבער איז נישט קיין הכרח.

עס וואלט גארנישט געשען (פארשטייט זיך עס וואלט געווען גאר שווער דאס צו טון אונטער די דעמאלטדיגע אומשטענדן) רעלעוואנט מיין איך אין די קאמף קעגן די וויירוס. עס איז נישט געווען נוגע די עצם אויסברוך, איך האב נאכנישט געהערט פון קיינעם זאגן אז עס וואלט געהאלפן שאפן די וואקסין. די וויירוס האט מען גוט ארויסגעהאט און די וואקסין איז ארויסגעקומען אין א רעקארד צייט.

עס איז גרינג צו באשולדיגן די מידיא, אבער זיי זענען געפאלן א קרבן צו אן אלטע פענאמענען... עס זענען דא ביכער דערפון...

גאנץ א שוואכער דיפענס, ווען זיי זענען די וואס האבן מחליט געווען אז ער שרייט אייביג וואלף, אויף ענגליש ווערט דאס געריפן סולקיולער לאדזשיק (circular logic).
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re:

עס איז זייער פאני... ווען די מידיא האט אן אגענדע איז עס נישט שווער צו זען. דא פלוצלינג איז עס א מיסטעריע. די איינציגסטע הסבר איז א דריי-זייטן שאך שפיל אז ער זאל זיי נישט קענען צופיקסן... אייעם נאט פילינג איט...
דף?

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דף? »

יש ברירה האט געשריבן: עס איז זייער פאני... ווען די מידיא האט אן אגענדע איז עס נישט שווער צו זען. דא פלוצלינג איז עס א מיסטעריע. די איינציגסטע הסבר איז א דריי-זייטן שאך שפיל אז ער זאל זיי נישט קענען צופיקסן... אייעם נאט פילינג איט...

;l;p-
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

פון אמעריקע האט געשריבן:
גאנץ א שוואכער דיפענס, ווען זיי זענען די וואס האבן מחליט געווען אז ער שרייט אייביג וואלף, אויף ענגליש ווערט דאס געריפן סולקיולער לאדזשיק (circular logic).

נישט עכט גרייט מיך צו טענה'ן איבער טראמפ'ס רילעישענשיפ מיטן אמת...
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

יש ברירה האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן: זיי מיר מסביר די דעמאגאגיע... פארוואס זאל די מידיא האבן אן אגענדע צו פארדעקן די לעב ליעק טעאריע?

דו פרעגסט מיך?? איך קען נישט אריינקריכן אין זייערע קעפ. פאר סאם ריזען האבן זיי געהאלטן אז עס איז בעסער צו פארדעקן. קען זיין זיי האבן געהאלטן אז אויב מענטשען ווייסן עס קומט פון א לעב וועלן זיי טראכטן אז טראמפ איז מער פאסיג צו צופיקסען כינע (גראדע האלט איך אז עס וואלט טאקע געהאלפן טראמפ). איך ווייס נישט

פאקט בלייבט פאקט, אז זיי האבן אראפגעריסן די טעאריע סך פאר טראמפ האט עס אראפטירט, און די חברה האבן נישט קיין שום פראבלעם צו זאגן פרעכע ליגענטס ווען זיי האבן סיי וואסערע מינדערוויכטיגע סיבה. און ניין, נישט אייביג איז מעגליך אויסצופיגערן צו זיי האבן אן איטערעסע אדער נישט.

עס איז זייער פאני... ווען די מידיא האט אן אגענדע איז עס נישט שווער צו זען. דא פלוצלינג איז עס א מיסטעריע. די איינציגסטע הסבר איז א דריי-זייטן שאך שפיל אז ער זאל זיי נישט קענען צופיקסן... אייעם נאט פילינג איט...

סא איי געיס דו האסט יעצט אפגעפרעגט דעם פאקט, ווייל דו זעסט נישט אדער ווילסט נישט זען זייער אינטערעסע. גאט יו. (דערמאנט מיך פון די וואס ווען די פאקט שטימט נישט מיטן טעאריע טוישט מען דעם פאקט).

אבער ווי געזאגט איז דער גאנצער טראמפ-וואלף דיפענס זינלאז ווי באלד טראמפ איז בכלל נישט גווען די מחדש פונעם טעאריע. און צו זאגן אז צו יעדע זאך וואס טראמפ האט מסכיםגווען האט די מידיא געדארפט זאגן פארקערט, זאגסטו שוין כמעט די זעלבע ווי מיר. ותו לא מידי.
אוועטאר
פון אמעריקע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5062
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

כ'האב סטם אזוי הנאה פון דעם טענה אז וואס מאכט א חילוק פון ווי ס'קומט, חידוש פונעם יאר הונדערט.
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

פון אמעריקע האט געשריבן: כ'האב סטם אזוי הנאה פון דעם טענה אז וואס מאכט א חילוק פון ווי ס'קומט, חידוש פונעם יאר הונדערט.

יא יא, שטעל דיר נאר פאר ווען די מעשה איז פארקערט.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

פון אמעריקע האט געשריבן: כ'האב סטם אזוי הנאה פון דעם טענה אז וואס מאכט א חילוק פון ווי ס'קומט, חידוש פונעם יאר הונדערט.

שטעל דיך פאר טראמפ זאגט עס ווען אויף עפעס א וויילד פייער וכדומה אין קאליפארניע וואס האט געהרגט 20 מענטשען...
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

ok. ווי עס זעט אויס גייט די וואהאן לעב טעמע זיין מיט אונז פאר א שיין שטיקל צייט מיט גאר אסך שטוינענדע נייעס (עני וועיר פון א פאר חדשים ביז עטליכע צענדליגע יאר) און נעמט שוין אויף צופיל צייט. סא איך וועל טרייען צו לימיטען מיינע אפדעיטס צו צוויי מאל א וואך. און אדרבה ווער עס האט סיי וואס צוצעלייגען זאל שרייבן און אפדעיטען ביז מאנטאג אי"ה.

לידיעה בעלמא פאר ווער עס איז נייגעריג..אין מיינע אויגן זעט אויס אז דער וואהאן לעב קען/וועט זיך ארויסשטעלן צו זיין די געשיכטע פונעם יאר הונדערט מיט אומצאליגע קאסוקווענצען אין לענדער באציאונגען, גלאבאליזום, עקאנאמיא, סייענס, געזונט, און פאפיליזום/מענטשען טראסט.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3740
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

יש ברירה האט געשריבן: זיי מיר מסביר די דעמאגאגיע... פארוואס זאל די מידיא האבן אן אגענדע צו פארדעקן די לעב ליעק טעאריע?

לויט ווי אסאך פון זיי זאגן, איז עס ווייל מענטשן ווי טאם קאטטאן און פאמפעא (טאקע פאר טראמפ) האבן עס געשטופט, אבער דאס וואלף שרייער קומט נישט אריין דא, דארט האט מען נישט געגלייבט דעם שקרן, דא האט מען אפגעפרעגט א קרעדיבל טעאריע בלויז ווייל דער שקרן זאגט עס אויך.

חוץ מזה איז סתם אזוי פארשטענדליך פארוואס מענטשן אין די מידיא זאלן נישט וועלן קריטיקירן א רעספעקטירטע סייענטיפישע אינסטיטוציע, און עס איז זיכער אויך געווען היבש פרעשור פון די כינעזער.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

קאטטאן (און פאמפעא צו א קלענערע עקסטרעמע) איז פונקט אזוי א חלק פון די וואלף שרייעריי...

איך ווייס נישט אז די לעב דארף צו זיין רעספעקטירט, פון פריערדיגע באריכטן זעט מען אז סייענטיסטן האבן געהאלטן אז עס איז א הפקר וועלט דארט. די מידיא האלט זיך נישט אפ פון באריכטן נעגעטיוו אויף כינע א שטייגער ווי האנג קאנג און די קאנצענטראציע לאגערן...
א פיין שמועס
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 4:47 pm

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיין שמועס »

יש ברירה האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
רני פלט האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן: בשעת'ן פענדעמיק איז עס געווען אירעלעוואנט און א דיסטרעקשין.

יעצט האסטו מיך פארלוירען. וואס העט ווען גווען שלעכט אז בשעת דער עולם זיצט פארשפארט אין די הייזער, און יעדער וואס באקומט קאראנע האט עפ"י צוואת פאוטשי געדארפט טוען גארנישטאון ווארטען ביז ער קען שווער אטעמען אז ער זאל קענען גיין אין שפיטאל אויף א ווענטילעיטאר, זאל די אינטעליזשענס קאמיוניטי אויספארשען די כינע לעב???

איך ווייס אז טייל אין די מידיא נוצען דאס פאר א תירוץ, אבער עס איז א שקר גס גארנישט ווייניגער ווי די ערשטע ליגענט אז אז די וואהאן לעב טעאריע איז א קאנספיראציע. (ב.ד.וו. די מידיא איז געווען ביזי מיט צענדליגער אנדערע טעמעס וואס איז הונדערט מאל ווייניגער וויכטיג ווי דאס)

און דאס איז חוץ א מעשה אז עס איז דא א מעגליכקייט עכ"פ אז אויב מען וואלט געוויסט פונקטליך פון וואסערע באשטאנדטיילן און בע"ח דער וויירוס איז צוזאמגעשטעלט וואלט מען אפשר געקענט שנעלער טרעפען א רפואה אדער א וואקסין. די חלק אבער איז נישט קיין הכרח.

עס וואלט גארנישט געשען (פארשטייט זיך עס וואלט געווען גאר שווער דאס צו טון אונטער די דעמאלטדיגע אומשטענדן) רעלעוואנט מיין איך אין די קאמף קעגן די וויירוס. עס איז נישט געווען נוגע די עצם אויסברוך, איך האב נאכנישט געהערט פון קיינעם זאגן אז עס וואלט געהאלפן שאפן די וואקסין. די וויירוס האט מען גוט ארויסגעהאט און די וואקסין איז ארויסגעקומען אין א רעקארד צייט.

עס איז גרינג צו באשולדיגן די מידיא, אבער זיי זענען געפאלן א קרבן צו אן אלטע פענאמענען... עס זענען דא ביכער דערפון...

איר מיינט אוודאי די "שרייען וואלף" פון די מידיע אויף יעדע ווארט וואס שטימט נישט מיט זייער אגענדע אז דאס איז א "קאנפיראציע"
א פיין שמועס
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 4:47 pm

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיין שמועס »

יש ברירה האט געשריבן: זיי מיר מסביר די דעמאגאגיע... פארוואס זאל די מידיא האבן אן אגענדע צו פארדעקן די לעב ליעק טעאריע?

ווייל טראמפ האט עס געזאגט.

עס קען בעצם זיין טיפערע סיבות פארוואס די מידיע זאל האבן אן אינטעגעס אין דעם. אבער ליידער איז די אויבדערמאנטע היינט מער ווי גענוג פאר זיי.
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

הײמישער זײגער האט געשריבן: און דא פון אונזער באקאנטער Peter Daznak

https://nypost.com/2021/06/02/fauci-was ... ed-emails/

וואס זעט מען דא? ער האט עס געזאגט אין פאבליק אויך און נישט באהאלטן זיין שטעלונג.

עפעס איז שלעכט אז איינער דאנקט אים לאחר המעשה? וואס האט ער געדארפט ענטפערן, עממ... איך האלט טאקע אזוי אבער טראג אפ פון דאנעט איך בין נישט דיין חבר...?

זעט מען עפעס אינקרימינעיטינג דא?
א פיין שמועס
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 4:47 pm

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיין שמועס »

מיגו האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן: און דא פון אונזער באקאנטער Peter Daznak

https://nypost.com/2021/06/02/fauci-was ... ed-emails/

וואס זעט מען דא? ער האט עס געזאגט אין פאבליק אויך און נישט באהאלטן זיין שטעלונג.

עפעס איז שלעכט אז איינער דאנקט אים לאחר המעשה? וואס האט ער געדארפט ענטפערן, עממ... איך האלט טאקע אזוי אבער טראג אפ פון דאנעט איך בין נישט דיין חבר...?

זעט מען עפעס אינקרימינעיטינג דא?

ניין פון דא אליין זעהט מאן גארנישט, אבער ווען מען נעמט עס אין קאנטאקסט מיט די אינפארמאציע וואס קומט אריין מיינט עס שוין גאר אסאך.
רני פלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:03 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רני פלט »

קנאפער ידען האט געשריבן: ...
חדשות (טענקס טאקע) קומט אריין מיט שיינע באריכטן ( טאקע בייעסד, אבער בייעסד מאכט עס נישט אומגערעכט)...

שטארק זיך האט געשריבן: וואס איז קאנספיראציעס ווייס איך נישט, אבער אויף דריי פאקטן זענען מיר אלע עדות:
1. קאוויד ניינצן האט געהאט פארשידנארטיגע וועריעישאנס. לא הרי סימפטאמן של אלו לסיפטאמן של אלו.
2. אז די ערשטע וועריעישאן דא אין אמעריקע האט אויסגעמיטן פארשידענע בלוט-טיפן, די צווייטע וועריעישאן האט נישט. מענטשן אין זעלבן הויז מיט קראנקע פסח צייט האבן עס נישט געכאפט, תשרי פלו פליצלונג האבן זיי עס יא געכאפט.
3. עס האט דיסקרימינירט אויף קולטורן, וויפיל די זאלסט נישט זאגן אז טשיינע האט געקאכט נומערן פון טויטע, איז זייער צאל טויטע פראצענטועל ווייניגער ווי סיי וועלעכע לאנד. וזה אומר דרשינו.

געקוואוט גענוג צו זעהן אז איך שטיי אין גוד קאמפעני מיט זיין באשולדיגט אין בייעס און אז מען טראכט אנדערש ווי יענעם איז מען נאך נישט א קאנספיראציע טעאריקער ווי איינער וויל מיר דא באצייכענען און א אנדערע (אפשר דער זעלבע) אינטימידעיטירט מיר מיט דאס זעלבע אין אישי, און פלאן נישט מער צו ענטפערן נאכאמאל אויף די זעלבע איבעגעחזרטע באשולדיגן און מיסקוואוטמענט פון מיינע ווערטער. און פאר דער וואס וויל הערן זאג איך נישט ווי יענער האט מיר פארשטאנען און קיין שום הסברה און קלאר מאכונג צו זיין בייעס און נעים-קאללינג אטאקעס אויף מיר וועט נישט העלפן.

פאר די נעקסטע 30 טעג פלאן איך נישט מער אריין צוטרעטען אין דער אשכול. אודה ולא בוש איך האב געמאכט א טעות און נישט געוויסט ווי שטארק דאס פלאץ האט זיך געטוישט און מיט וועם איך קען אלץ האבן צוטוהן. דאס שפראך און עטיטודס איז שוין ווייט נישט די זעלבע.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 34993
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

רני פלט האט געשריבן: געקוואוט גענוג צו זעהן אז איך שטיי אין גוד קאמפעני מיט זיין באשולדיגט אין בייעס און אז מען טראכט אנדערש ווי יענעם איז מען נאך נישט א קאנספיראציע טעאריקער ווי איינער וויל מיר דא באצייכענען און א אנדערע (אפשר דער זעלבע) אינטימידעיטירט מיר מיט דאס זעלבע אין אישי, און פלאן נישט מער צו ענטפערן נאכאמאל אויף די זעלבע איבעגעחזרטע באשולדיגן און מיסקוואוטמענט פון מיינע ווערטער. און פאר דער וואס וויל הערן זאג איך נישט ווי יענער האט מיר פארשטאנען און קיין שום הסברה און קלאר מאכונג צו זיין בייעס און נעים-קאללינג אטאקעס אויף מיר וועט נישט העלפן.

פאר די נעקסטע 30 טעג פלאן איך נישט מער אריין צוטרעטען אין דער אשכול. אודה ולא בוש איך האב געמאכט א טעות און נישט געוויסט ווי שטארק דאס פלאץ האט זיך געטוישט און מיט וועם איך קען אלץ האבן צוטוהן. דאס שפראך און עטיטודס איז שוין ווייט נישט די זעלבע.

זאג העכער... אדער בעסער נישט. נאו איידיע וואס דיינע ווערטער ברויכן צו מיינען.

דו האסט געטראפן א ציטאט פון מיר געשריבן וועגן איינעם אנדערש (חדשות) און גראדע ארויסגעברענגט דארט אז בייעס איז לאו דוקא אז עס איז אומגערעכט. דאס דארף צו ווייזן אז איך האב דיר "געקוואוט אוט אוו קאנטעקסט אין דער גאנצער אשכול"...
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

געוועזענער סי די סי דירעקטאר רעדפילד זאגט אז ער האט באקומען טויט סטראשונגען פון די אנדערע מיטארבייטענדע סייענטיסטן נאכן זיך דערוואגען צו זאגן אז ער גלייבט אז די וויירוס האט זיך אנגעהויבן אין א לעב.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

יש ברירה האט געשריבן: זיי מיר מסביר די דעמאגאגיע... פארוואס זאל די מידיא האבן אן אגענדע צו פארדעקן די לעב ליעק טעאריע?

ווייל טאמער וואלט מען דאס דעמאלס אנגענומען אזוי, וואלט מען שוין דעמאלס אנגעקומען צו די טעאריע וואס גייט נאכקומען יעצט, אז כינע האט דאס בכוונה ארויסגעלאזט צו טשעפענען טראמפ פאר'ן זיך וואגן זיי צו שטעלן אין פלאץ.
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”