אלטערנאטיווע מוזיק
די סיבה דערפאר איז זייער פשוט, נעמליך א מאנגל אין קאמפאזיציעס, יוסי גרינס פיאנא האט שוין לאנג נישט געזען קיין נייעם גוטן ניגון, און די ספעציעלע ווענט פון פינקיס סטודיא זענען שוין גארנישט אזוי ספעציעל, דער פרישער דור פון קאמפאזירער זענען-מילד גערעדט-רכים בשנים וריקים מחכמת ההלחנה, די ניגונים פון זיי זענען געצילט צו מאקסימום ניין יעריגע קינדער און אפטמאל יונגער, די געציילטע ניגונים וואס קלעבן זיך יא אן אינעם המון עם ווערן טאקע אין א קורצע צייט היפש קלעבעדיג און אומאפעטיטליך.
וואס איז פשט אז אונזערע אלטע קאמפאזירער זענען געגאנגען א גאנג? לדעתי איז דער סיבה וויבאלד דער כשרון פון הלחנה מיטן כשרון פון קריעטיוויטעט גייען ביינעזאם, איז דא א מעגליכקייט אז ווען מען ווערט עלטער ווערט מען אביסל ווייניגער שעפעריש און דאס זעט זיך אן אויף די קאמפאזיציעס זייערע. אן אנדערן אוקימתא קלער איך היצט, וויבאלד די אמאליגע זינגער זענען געווען אידן פונעם אלטן דור, אפילו זיי זענען נישט געווען די גרעסטע צדיקים בדורם זענען זיי בדורנו א חידוש בבחינת יש דורשין אותו לגנאי ביי נח, און ווען אזא איד פונעם אלטן דור האט זיך אראפגעזעצט מיט א קאמפאזירער וואס איז אליינס געווען א בעל נפש און יודע ספר, האבן זיי גערעדט אנדערע זאכן ווי וואס די היינטיגע, אזוי זענען זיי אריין אין א גייסטליכע עקסטאזא וואס פון דעם אליינס איז שוין בדרך הטבע ארויסגעקומען באמבאסטישע ווערק.
וויבאלד שטארקע ניגונים זענען געווארן א זעלטנהייט אויפן חסידישן ארענע, האט דער עולם געמוזט גיין פאשען אין פרעמדע פעלדער, און דאן האט זיך געפנט א נייע וועלט פאר חרדישע מוזיק, אנשטאט נעמען טעקסט פון שמונה עשרה און בויען דערפון א צוויי פעלערדיגע ניגון וואס מען צושרייט זיך ביים אויבערשטן פאל, האט מען אנגעהויבן צו שרייבן אייגענע פאעטישע ווערטער, מיט סאלידע תנועהלעך וואס פאנגען דעם הארץ מיט אן איידלקייט, עס האט טאקע געדויערט צייט ביז ווי לאנג עס האט זיך איינגעגעסן, אבער היינט איז דאס שוין דער סטאנדארט ביי די ליטאים, און אט אט וועט דאס אדאפטירט ווערן צו אונזערע קרייזן.
דער טערמין "אלטערנאטיווע מוזיק" איז געגעבן געווארן דורך די חרדישע ארץ ישראלדיגע ראדיא, פונקטליך וואס אלס סגייט אריין אין דעם קאטעגאריע איז שווער צו זאגן, אבער וואס איז זיכער איז אז א ניגון וואס איז געמאכט געווארן אויף אלטע טעקסטן, וועט נישט אריינגיין אין דעם קאטעגאריע, דער אפטייטש פון דעם ווארט אלטערנאטיוו דא איז אז עס איז נישט די מעינסטרים מוזיק, ווען אודי דוידי מיט שולי רנד און נאך האבן אריינגעברענגט דעם זשאנער ביי די חרדים, איז עס ווייט נישט געווען דער מעינסטרים, אבער מען קען שוין פאראויס שמעקן אז סאיז נישט געבליבן קיין סאך צייט פאר די ביז יעצטיגע מעינסטרים מוזיק זיך צו האלטן מיטן מעינסטרים קרוין, און אט אט וועט זי זיך דארפן טוישן נאמען מיט די היינטיגע אזוי גערופענע אלטערנאטיווע מוזיק.
דער שטערן פון אלטערנאטיווע מוזיק ביי חרדים איז אן קיין צווייפל "ישי ריבו", אויף הלב שלי זענען ארויסגעקומען איבער דרייסיג [!] קאווערס, און זיין קאראנע ניגון "כתר מלוכה" האט זוכה געווען אינעם ערשטן פלאץ ביי אלע חרדישע יערליכע מוזיק פארמעסטן, דארונטער זענען דא א שלל פון גרויסע ארטיסטן פון דעם זשאנער וואס זעען גרויס סוקסעס, אהרן רזאל, שולי ראנד, חנן בן ארי, עדי רן, אליעזר בוצר און נאך פיל, ביי זייערע קאנצערטן זענען נישטא קיין ליידיגע פלעצער, און זייערע אלבומס ווערן פארקויפט אין די צענדליג טויזנטער.
די ארטיסטן זענען על פי רוב בעלי תשובה, לאו דווקא אזוינע וואס האבן אראפגעגליטשט פון גראדן וועג און דערנאך זיך צוריק ארויפגעכאפט, נאר אזעלכע וואס האבן מוסיף געוווען מחול אל הקודש, א שטייגער ווי "עדי רן" וואס איז געבוירן געווארן ביי א גענצליך סעקולארע פאמיליע און היינט צוטאגס גייט ער א פולן בארד אלס א טייל פון די ברסלבע באוועגונג, אדער "אהרן רזאל" וואס איז אויך געבוירן געווארן אין א פרייע שטוב און היינט צוטאגס לערנט ער אין א ליטווישע כולל פאר בעלי תשובה.
רעדנדיג פונעם ענין פון ארטיסטן וואס האבן חוזר בתשובה געווען איז אינטערסאנט צו זען בחוש דעם היכל התשובה נעבן היכל הנגינה, אויף ויקיפדיה איז דא א ליסטע פון פינעף הודערט און איינס איזראעלישע ארטיסטן, פון די ליסט אליין זענען דא הונדערט אכצן [!] וואס האבן חוזר בתשובה געווען, דער סיבה איז פשוט, וויבאלד דער נפש פונעם ארטיסט גארט פאר עפעס העכערקייט, ווערט ער געצווינגען צו חוזר זיין בתשובה אפילו קעגן די העסליך איזראעלשע אידעלאגיע אנטקעגן חוזרים בתשובה.
אפגעזען צו בעלי תשובה זענען ראוי צו משפיע זיין פארן ציבור פונעם רוחניותדיגן שטאנדפונקט, איז זיכער אז פראקטיש גערעדט גיבט עס אסאך צו, געווענליכע בעלי תשובה זענען געבענטשט געווארן מיט שטורעמישע מוחות וואס קוועלן אינספירירנדע געדאנקען, און ווען דאס ווערט פארוואנדלט אין טענער וויינען אפילו בלינדע שטיינער, די טעקסטן וואס שלענגלען זיך פון זייערע פעדערן צונעמען איעדן אידיש הארץ, און בלויז זייער פערזענליכקייט איז גענוג צו איבערנעמען א מענטש.
דא אויף אייוועלט אליינס, וואס איז די היימישסטע פלאטפארמע וואס איז נאר שייך, איז היפש קענטליך דער טויש וואס דער מוזיק ארענע גייט אדורך, גענוג מאל וועט אריינקומען "ישי ריבו" אדער "שולי ראנד" אינמיטן היציגע דיסקוסיעס איבער [להבדיל.....] שמואלי אונגאר און אהרעלע סאמעט, בלייבט נאר איבער דאס הייס צו רעקאמאנדירן פאר די וואס זענען נאך פרעמד צו דעם סטיל, איך אליינס ווייס קוים פון דעם עטליכע מאנאטן און יעצט הער איך שוין כמעט נאר דאס [און אויסנאם ווען איך פארבענק מיר אמאל צו אברעימלס שטימע אדער צו לאופערס פידעלעך...], און אויפפאדערן אלע וואס ווייסן שוין יא צו זאגן פון דעם זשאנער, מער צו דיסקוסירן איבער די מוזיק צו עפענען פארן עלטערן [און יונגערן] דור די מוזיק פלאטפארמע וואס ווערט אט אט דער סטאנדארט.
ברכה והצלחה.
כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.