בְּחַגְוֵי הַסֶּלַע הַרְאִינִי אֶתּ מַרְאַיִךְ כִּי מַרְאֵיךְ נָאוֶה! מאסיווער בנין האדיר החדש פון מוסדות יטב לב ״בנות פיגא״ אין סאמע צענטער פון מקדש מלך עיר מלוכה ירושלים עיה״ק ווערט איבערגעצויגן מיט סקעפאלדעס און זיכערהייט-נעצן פון אונטן ביז אַרויף, מבחוץ תצפנו. פאָרצוברייטן די ארבעט איבערצוציען דעם בנין מיט ״פראכטפולע אויסגעשניצטע שטיינער און הערליכע פענסטערס״ לכבוד ולתפארת פאר׳ן חינוך הטהור און פאר׳ן בנין וואס רביה״ק זי״ע בכבודו ובעצמו האט אפגעקויפט בראשית הימים. אין די זעלבע צייט מארשירט די ״אינטעריאר קאָנסטראָקשען״ אויף ״אַלע 8 שטאָקן״ וואָס גייען אי״ה ערגענצט ווערן בהוד ובתפארת אלס איינס פון די שענסטע בנינים אין מקדש מלך עיר מלוכה, געבויעט במסי״נ פון הייליג ריין געלט. דער הייליגער יטב לב בנין וואָס סאַטמאַר בויעט אינאיינעם מיט האַרץ און געפיל אינעם עיר הקודש והמקדש וועט אי״ה אויסשרייען לדור ודור, מקצה הארץ ועד קצהו: ״ויואל משה אמת ותורתו אמת״!!! עֲדַב יְקָר אַחְסַנְתֵּהּ חֲבִיבִין דְבִקְבַעְתָּא!
מחנה ישיבה קטנה - סאוט פאלסבורג דער סטרוקטור פונעם פראכטפולן בנין בית המדרש החדש אין מחנה ישיבה קטנה ווערט מיט א בליציגע שנעלקייט פארפולקאמט, עס מאכנדיג גרייט צום בעפארשטייענדער זומער סעזאן הבעל"ט. אויף די בילדער ווערט געזען ווי מ'ענדיגט בויען די ווענט און מ'לייגט ארויף די טראסעס פאר'ן דאך פונעם בית המדרש החדש.
ובהיכלו כולו אומר כבוד בילדער פונעם נייעם ביהמ"ד אין מחנה ישיבה קטנה אין סאוט פאלסבורג וואו די ארבעט ווערט קאנצעטרירט מיט'ן גאנצן אייפער אויף צו ענדיגן די אינעווייניגסטע טיילן פונעם גרויסן היכל ביהמ"ד, און איבערצודעקן די דרויסענדיגע טייל מיט ספעציעלע שיינע איבערציאונג מאטריאל, עס זאל שוין זיין גרייט בעזהשי"ת אין ווייניגער ווי צוויי וואכן ארום, צום התחלת ימי הקיץ הבעל"ט.
הנהלת מוסדותינו הק' אין בארא פארק, אין שפיץ פונעם מנהל המוסדות הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו, האבן היינט אין א מזל'דיגע שעה, ובברכתו ועידודו של רבינו הגה"ק שליט"א, 'געקלאוזט' אויף א גיגאנטישער שטח פון איבער 12 טויזענט סקווער פיס! אין הארץ פון בארא פארק - אויף די 18טע עוו. קאר. 53 סטריט. ווי עס וועט אי"ה אויפגעשטעלט ווערן א נייע מייעסטעטישער בנין פאר די בית רחל הויך שולע, א פערציג מיליאון דאללאר'דיגער פראיעקט, לתפארת מוסדותינו הק' אין בארא פארק.
הנהלת מוסדותינו הק' אין בארא פארק, אין שפיץ פונעם מנהל המוסדות הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו, האבן היינט אין א מזל'דיגע שעה, ובברכתו ועידודו של רבינו הגה"ק שליט"א, 'געקלאוזט' אויף א גיגאנטישער שטח פון איבער 12 טויזענט סקווער פיס! אין הארץ פון בארא פארק - אויף די 18טע עוו. קאר. 53 סטריט. ווי עס וועט אי"ה אויפגעשטעלט ווערן א נייע מייעסטעטישער בנין פאר די בית רחל הויך שולע, א פערציג מיליאון דאללאר'דיגער פראיעקט, לתפארת מוסדותינו הק' אין בארא פארק.
*בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!*
סאטמאר'ע נייעס
האט עס נישט אייזינבערג איז געהאט אפגעקויפט יארן צוריק, מיט א פלאן צי בויען דארט א ריזיגן ב"ה? אויב געדענק איך גיט איז שוין אפילו געווען בלו פרינטס.
די שטח באלאנגט פאר הנגיד אברהם פנחס בערקאוויטש, ער האט געפלאנט צו עס געבן פאר אייזענבערגער צו בויען א ריזיגע ביהמ"ד אויף די גאנצע שטח למעשה האט ער היינט פארקויפט האלב פון די שטח פאר סאטמאר און די אנדערע האלב איז און פלאן צו געבן פאר אייזענבערגער
זאג א גוטסהאט געשריבן:↑מיטוואך יוני 19, 2024 6:57 pm
מוסדות מהרי"י פארקן דארט די באסעס
זיי האבן עס געהאנדלט פאר זייער תלמוד תורה א צייט צוריק. למעשה איז געווען גרינגער צו קלאוזן אויף די תורה תמימה געביידע ווי איידער אריינשפרינגען אין א נייע קאנסטרוקשין פראיעקט אין די צייט וואס זיי האבן אונטערגענומען א קרן הבנין פאר זייער נייע מיידל שולע