ספרים וואס מ'וויל זעהן צוריק אין די געשעפטן

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

ספרים וואס מ'וויל זעהן צוריק אין די געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

נאך נישט געזען אזא אשכול, גייט מען פתיחה...

מענטשן זוכן א ספר אבער עס איז "אוט אוו סטאק." דא קען מען לאזן הערן וואס מען וואלט געוואלט קויפן אויב נאר די מחבר-מו"ל-מפיץ זאל זעהן עס זאל צוריק אנקומען אין די געשעפטן, אויב נישט אלע, דעמאלט די מובחרים וכו'. און אויב מ'קען עס נישט נאכאמאל פרינטן, פארשפרייטן, קען מען דא מעלדן וויאזוי עס צו באקומען באישי.

וזה החלי.

עבודת בנימין

להגה"ק רבי בנימין ראבינאוויץ זצוק"ל חבר הבד"ץ. אוצר מלא וגדוש פאר יונג און אלט, ווי @שמואל בארג האט געשריבן, עס קען אויפשאקלען דעם מענטש און עפענען א נייע לעבן ברוחניות וגשמיות אין פולן זין פון ווארט. שווער צו גלייבן אזוי אויף א "היינטיגע" ספר, אבער מ'קען זיך אליינס איבערצייגן. די גרעסטע מעלה, אסאך חלקים זענען אויף אידיש, כלשונו הזהב בלי שום שינוי (מיט'ן גאנצן ירושלימ'ער ארגינעלקייט), מיט אזא קלארקייט, פראקטישקייט, אמת'דיגקייט, ווי ער ווישט אפ אלע כלומרשטע דאגות און נארישקייטן און שווערע מידות כמלוא נימה... אלעס באקומט אן אנדער פנים.

טאמער איינער וויל פארשטיין און קונה זיין די עכטע עכטע פנימיות'דיגע שלות הנפש פון ערליכע אידן, פון ארזי הלבנון ווי דער מחבר ביז האראפאשנע ארבייטער ווי סיי ווער (אויב מ'וויל), זאל זיך פארשאפן דעם ספר. אבער ס'איז נישט צום געפינען, שוין פרובירט אפאר געשעפטן.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected] .
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12242
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ספרים וואס מ'וויל זעהן צוריק אין די געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ס'איז בכלל אמאל געווען אין די געשעפטן ?
מיר איז מען עס געקומען פארקויפן
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: ספרים וואס מ'וויל זעהן צוריק אין די געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

אוצר הרבי ר' העשיל - חנוכת התורה החדש
אלף כתב - ווערבוי
מאיר עיני חכמים (אסטראווצא) - בראשית שמות.
שו"ת צפנת פענח החדשות ח"א-ג'
ספרי הרה"ק ר"ב מקאסוב (נחמד ונעים-יסוד האמונה)
דברי שאול עה"ת (פון די שו"מ) מכון חכמת שלמה ה"כ

שוין גענוג, ביזדערווייל...
טשעפנאק
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 21, 2023 2:50 pm

Re: ספרים וואס מ'וויל זעהן צוריק אין די געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעפנאק »

דת הציונית ב"כ
האדם לא נברא אלא להתענג!!
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

Re: ספרים וואס מ'וויל זעהן צוריק אין די געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

@מזל מידיע עבודת בנימים ב' חלקים דארף צו זיין הנמצא בחניות הספרים

@ראובן איש מהעם די 2 מאיר עיני חכמים (אסטראווצא) - בראשית שמות. שו"ת צפנת פענח החדשות ח"א-ג' האלטען אין זיין בנמצא דא דארט, אין חו"ל איז אמאל שווערע אבער ס'איז זיכער בדפוס
אשר אנשיל
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 09, 2022 12:39 am

Re: ספרים וואס מ'וויל זעהן צוריק אין די געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשר אנשיל »

שדי חמד
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: ספרים וואס מ'וויל זעהן צוריק אין די געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

נחום וואהלינער האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 4:06 pm
@מזל מידיע עבודת בנימים ב' חלקים דארף צו זיין הנמצא בחניות הספרים

@ראובן איש מהעם די 2 מאיר עיני חכמים (אסטראווצא) - בראשית שמות. שו"ת צפנת פענח החדשות ח"א-ג' האלטען אין זיין בנמצא דא דארט, אין חו"ל איז אמאל שווערע אבער ס'איז זיכער בדפוס
אויף צ"פ ביסטו אפשר גערעכט אז אין א"י איז דא (אין חו"ל זענען זיי אויסגלאפען פון סטאק, און די מפיצים ברענגען נישט קיין נייע) איך האב נישט געזוכט.
אבער די מאיר עיני חכמים ח"א האב איך שוין איבערגעקערט א וועלט, געזוכט אין עטליכע מדינות אויך אין ארה"ק און נישט געטראפען.
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: ספרים וואס מ'וויל זעהן צוריק אין די געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

אשר אנשיל האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 4:09 pm
שדי חמד
איז דא, בין בארץ ובין בחו"ל.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

Re: ספרים וואס מ'וויל זעהן צוריק אין די געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

ראובן איש מהעם האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 7:20 pm

פאר יארען איז נישט געווען, צוריק געקומען בערך 2 יאר צוריק
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: ספרים וואס מ'וויל זעהן צוריק אין די געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

נאך אפאר...

שיח זקנים חלקים א-י.
נאות הדשא ג"כ (סאכאטשאוו)
תורת הקנינים ב"כ
שיעורי ר' משולם דוד הלוי - דרוש ואגדה
פרדס יוסף עה"ת י"כ
חשן אהרן - חו"מ (מכון המאור ג"כ)
אוצר י"ד החיים (באב"ד)
Ozd
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

Re: ספרים וואס מ'וויל זעהן צוריק אין די געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ozd »

אלף כתב
א טאג נישט געמעקט, איז א טאג נישט געשריבן.
אליעזר ווייס
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: ספרים וואס מ'וויל זעהן צוריק אין די געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

ראובן איש מהעם האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 7:20 pm
אשר אנשיל האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 4:09 pm
שדי חמד
איז דא, בין בארץ ובין בחו"ל.
שוין איבערגעדרוקט?
אדער די זעלבע אלטע דרוק?

ספר פי צדיק
קושטא
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

Re: ספרים וואס מ'וויל זעהן צוריק אין די געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושטא »

מקווה מים צוויי בענדער אויף מקוואות, פון די בעסטע חיבורים אויף מקוואות. כ'קעניש פארשטיין פארוואס מ'דרוקט עס נישט איבער.
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: ספרים וואס מ'וויל זעהן צוריק אין די געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

אליעזר ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:24 am
ראובן איש מהעם האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 7:20 pm
אשר אנשיל האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 4:09 pm
שדי חמד
איז דא, בין בארץ ובין בחו"ל.
שוין איבערגעדרוקט?
אדער די זעלבע אלטע דרוק?
די זעלבע אלטע דרוק...
עי כאן
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?f=47&t=45075
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?f ... 7%9E%D7%93

נישטא וואס צו טוהן.

אגב איך מיין אז איך האב געזען א קונטרס פון שד"ח אויף חו"מ איבערגעדרוקט.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8912
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: ספרים וואס מ'וויל זעהן צוריק אין די געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

ראובן איש מהעם האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 3:05 am
אליעזר ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:24 am
ראובן איש מהעם האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 7:20 pm
אשר אנשיל האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 4:09 pm
שדי חמד
איז דא, בין בארץ ובין בחו"ל.
שוין איבערגעדרוקט?
אדער די זעלבע אלטע דרוק?
די זעלבע אלטע דרוק...
עי כאן
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?f=47&t=45075
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?f ... 7%9E%D7%93

נישטא וואס צו טוהן.

אגב איך מיין אז איך האב געזען א קונטרס פון שד"ח אויף חו"מ איבערגעדרוקט.

ס'איז געווען אין דין תורה א לאנגע צייט, אזוי ווי דער אלטער מו"ל האט געוואונען קען מען זיך לכאורה געזעגענען פון א נייע דרוק...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

Re: ספרים וואס מ'וויל זעהן צוריק אין די געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

ראובן איש מהעם האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 12:42 am
נאך אפאר...

שיח זקנים חלקים א-י. געוויסע קען מען באקומען ביים מחבר, עס איז נישט געהעריג מופץ
נאות הדשא ג"כ (סאכאטשאוו)
תורת הקנינים ב"כ די הויכע בענדער פון רובינפעלד? ווייניגער ווי א יאר צוריק האב איל עס נאך געזעהן, זיכער אז ס'איז שוין נישט דא ?
שיעורי ר' משולם דוד הלוי - דרוש ואגדה
פרדס יוסף עה"ת י"כ
חשן אהרן - חו"מ (מכון המאור ג"כ)
אוצר י"ד החיים (באב"ד)
בכלליות, איבער דרוקען קאסט זייער אסאך און די אינטערעסע איז נישט גרויס, אמאל קומט נאך צו פראבלעמען מיט רשות פון די בעלי זכיות, כ'מיין דאס איז געווען די טעם פארוואס כף החיים האט גענומען אזוי לאנג.

די חידוש איז נאר אז עס קומען ארויס ספרים חדשים לבקרים וואס קיינער זיכט נישט אבער די אלטע גוטע למשל פרדס יוסף וואס די דערמאנטס, פאר דעם איז נישט דא קיין געלט.
איך וואלט מציע געווען אז די אלע וואס דארפען עפעס ארויס געבען לכבוד א שמחה זאלן מברר זיין אויף עפעס א פריעדיגע וואס איז דא אן אינטערעסע ביים עולם אין דאס דרוקן ושכרם הרבה מאוד.
לעצט פארראכטן דורך נחום וואהלינער אום דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:42 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
אבליגה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 26, 2023 7:51 pm

Re: ספרים וואס מ'וויל זעהן צוריק אין די געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבליגה »

מגן אברהם - תניינא
להרה"ק המגיד מטריסק זצוקללה"ה
השע ממנו ו"אבליגה" בטרם אלך ואיננו תהילים לט

[email protected]
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2773
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: ספרים וואס מ'וויל זעהן צוריק אין די געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

ארן העדות ב' כרכים פון הרב רובין
Break
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: ספרים וואס מ'וויל זעהן צוריק אין די געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

נחום וואהלינער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 11:45 am
ראובן איש מהעם האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 12:42 am
נאך אפאר...

שיח זקנים חלקים א-י. געוויסע קען מען באקומען ביים מחבר, עס איז נישט געהעריג מופץ
נאות הדשא ג"כ (סאכאטשאוו)
תורת הקנינים ב"כ
שיעורי ר' משולם דוד הלוי - דרוש ואגדה
פרדס יוסף עה"ת י"כ
חשן אהרן - חו"מ (מכון המאור ג"כ)
אוצר י"ד החיים (באב"ד)
בכלליות, איבער דרוקען קאסט זייער אסאך און די אינטערעסע איז נישט גרויס, אמאל קומט נאך צו פראבלעמען מיט רשות פון די בעלי זכיות, כ'מיין דאס איז געווען די טעם פארוואס כף החיים האט גענומען אזוי לאנג.

די חידוש איז נאר אז עס קומען ארויס ספרים חדשים לבקרים וואס קיינער זיכט נישט אבער די אלטע גוטע למשל פרדס יוסף וואס די דערמאנטס, פאר דעם איז נישט דא קיין געלט.
איך וואלט מציע געווען אז די אלע וואס דארפען עפעס ארויס געבען לכבוד א שמחה זאלן מברר זיין אויף עפעס א פריעדיגע וואס איז דא אן אינטערעסע ביים עולם אין דאס דרוקן ושכרם הרבה מאוד.
אוי זאגסטו גוט!

הלוואי זאל איינער דאס אנהייבען טוהן...
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

Re: ספרים וואס מ'וויל זעהן צוריק אין די געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

בכלל זענען דא זייער אסאך ספרים וואס ווערען נישט געהעריג מופץ עס ליגט ביי איינעם אין בעיסמענט און ער וויינט אז קיינער דארף נישט זיינע ספרים דערווייל זיכט מען עס אין גרויסען
איך קען געבען אסאך דוגמאות אויף דעם, לאמיר אנהייבען מיט איינס, ספר אפריון על התורה לבעל קיצוש"ע, הונדרעטע! זענען געלעגען פארשטויבט ערגעץ נאכן ווערן געדרוקט פאר 40 יאר צוריק, עטליכע יאר צוריק האט איינער אנגעהויבען עפעס א מאוומענט איבער דאס לערנען אבער די ספר איז נישט געווען בנמצא ביז יענער האט זיך "דערמאנט" אז ער האט עס און עס האט זיך טאקע אלעס אויספארקויפט, היינט איז שוין דא נייערע דרוק ב"ה.

פאר לאנגע יארן האבן מענטשען געזיכט שו"ת דברי יצי"ב, די שמועס איז געווען אז ס'איז out of print און עס ווערט נישט איבערגעדרוקט צוליב פאליטישע סכסוכים, למעשה לא דובים ולא סכסוכים, די ספר איז געהעריג דא, פארשטעקט ביי איינעם אין סטראדזש, ב"ה לעצטענס האט ער געמאכט א website ווי מען קען עס קויפן דא עקא אז כמעט קיינער ווייסט עס נישט, שוין זאל עס זיין דא לזיכוי הרבים.

https://shefachaim.com/

אמרי אמת - תורת אמת לובלין, איז אויך עפעס וואס מענטשען זיכען אסאך, עס ליגט פארשטעקט ביי איינע פון די נדבנים, אולי משפחת זאנטאג, נישט זיכער

וכהנה רבות
לייב ירק
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 9:13 pm

Re: ספרים וואס מ'וויל זעהן צוריק אין די געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייב ירק »

נויז מאשין האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 1:33 pm
ארן העדות ב' כרכים פון הרב רובין
געזען און ספרים געשעפט ביי קודש און בפ
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2820
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: ספרים וואס מ'וויל זעהן צוריק אין די געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

נחום וואהלינער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:56 pm
בכלל זענען דא זייער אסאך ספרים וואס ווערען נישט געהעריג מופץ עס ליגט ביי איינעם אין בעיסמענט און ער וויינט אז קיינער דארף נישט זיינע ספרים דערווייל זיכט מען עס אין גרויסען
איך קען געבען אסאך דוגמאות אויף דעם, לאמיר אנהייבען מיט איינס, ספר אפריון על התורה לבעל קיצוש"ע, הונדרעטע! זענען געלעגען פארשטויבט ערגעץ נאכן ווערן געדרוקט פאר 40 יאר צוריק, עטליכע יאר צוריק האט איינער אנגעהויבען עפעס א מאוומענט איבער דאס לערנען אבער די ספר איז נישט געווען בנמצא ביז יענער האט זיך "דערמאנט" אז ער האט עס און עס האט זיך טאקע אלעס אויספארקויפט, היינט איז שוין דא נייערע דרוק ב"ה.

פאר לאנגע יארן האבן מענטשען געזיכט שו"ת דברי יצי"ב, די שמועס איז געווען אז ס'איז out of print און עס ווערט נישט איבערגעדרוקט צוליב פאליטישע סכסוכים, למעשה לא דובים ולא סכסוכים, די ספר איז געהעריג דא, פארשטעקט ביי איינעם אין סטראדזש, ב"ה לעצטענס האט ער געמאכט א website ווי מען קען עס קויפן דא עקא אז כמעט קיינער ווייסט עס נישט, שוין זאל עס זיין דא לזיכוי הרבים.

https://shefachaim.com/

אמרי אמת - תורת אמת לובלין, איז אויך עפעס וואס מענטשען זיכען אסאך, עס ליגט פארשטעקט ביי איינע פון די נדבנים, אולי משפחת זאנטאג, נישט זיכער

וכהנה רבות
איך מיין אז היות סנישט אזא מאני מעיקינג ביזנעס חוץ פון נייע הייסע סחורה, איז נישט דא די געהעריגע מארקעט כללים, איינער וואלט געדארפט מאכן א קעטעלאג יעדע האלבע יאר ווי מקען אויך זעהן אלע אלטע ספרים.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2820
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: ספרים וואס מ'וויל זעהן צוריק אין די געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

די טורקא ד’ חלקי שו”ע ’מיט באר היטב און באר הגולה’ נארמאלע סייז.
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: ספרים וואס מ'וויל זעהן צוריק אין די געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

נחום וואהלינער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:56 pm
בכלל זענען דא זייער אסאך ספרים וואס ווערען נישט געהעריג מופץ עס ליגט ביי איינעם אין בעיסמענט און ער וויינט אז קיינער דארף נישט זיינע ספרים דערווייל זיכט מען עס אין גרויסען
איך קען געבען אסאך דוגמאות אויף דעם, לאמיר אנהייבען מיט איינס, ספר אפריון על התורה לבעל קיצוש"ע, הונדרעטע! זענען געלעגען פארשטויבט ערגעץ נאכן ווערן געדרוקט פאר 40 יאר צוריק, עטליכע יאר צוריק האט איינער אנגעהויבען עפעס א מאוומענט איבער דאס לערנען אבער די ספר איז נישט געווען בנמצא ביז יענער האט זיך "דערמאנט" אז ער האט עס און עס האט זיך טאקע אלעס אויספארקויפט, היינט איז שוין דא נייערע דרוק ב"ה.

פאר לאנגע יארן האבן מענטשען געזיכט שו"ת דברי יצי"ב, די שמועס איז געווען אז ס'איז out of print און עס ווערט נישט איבערגעדרוקט צוליב פאליטישע סכסוכים, למעשה לא דובים ולא סכסוכים, די ספר איז געהעריג דא, פארשטעקט ביי איינעם אין סטראדזש, ב"ה לעצטענס האט ער געמאכט א website ווי מען קען עס קויפן דא עקא אז כמעט קיינער ווייסט עס נישט, שוין זאל עס זיין דא לזיכוי הרבים.

https://shefachaim.com/

אמרי אמת - תורת אמת לובלין, איז אויך עפעס וואס מענטשען זיכען אסאך, עס ליגט פארשטעקט ביי איינע פון די נדבנים, אולי משפחת זאנטאג, נישט זיכער

וכהנה רבות
דא חאפ'ט טאקע די חילוק צווישן א גוטע ספרים געשעפט, און דער וואס נישט.

רוב ספרים (-יודאיקא) געשעפטן, ווען די שפאצירסט אריין אין דעם געשמאק'ן לאקאציע (די לעצטע סידי שפילט הויעך...), און דו הייבסט אן צו זוכען די ספר וואס דו דארפס'ט. ערשט דארפסטו טראכט'ן ווי האט עס די 'מסדר הספרים' אריין-געלייגט, וואספארא מעכטיגע גרייז האט ער געקענט מאכען. וו.צ.ב.ש. אין רוב פון די געשעפטן וועט איר טרעפן די 'ליקוטי הלכות' ביי די הלכה ספרים... און די 'סידורו של שבת' ביי די הלכות שבת ספרים, און אפשר די 'תולדות יעקב יוסף' ביי היסטורי' און תולדות פון כלל ישראל...
נאכ'ן זוכען און נישט טרעפען וועט איר צו-גיין צום קאשיר, און איהם פרעגן צו ער האט דעם ספר וואס איר זוכט (עפ"ר - ביי דעם שלב וועט איר דארפ'ן טוישן צו ענגליש, וויבאלד די 'ארבעטער' פארשטייט נישט קיין אנדערע שפראך...), למשל, איך זוך א שבת מלכא קדישא פון די קאסוב'ער רבי זצ"ל. דער וואס זיצט דארט הייבט אן אריין-קלאפן אין די סיסטעם, צו די ספר איז דא. (דא וועט איר שוין דארפען געבען א שיעור אין 'עברי', 'שין'-'בית'-'תיו'... וכו', נישט אלעמאל וועט ער וויסן וויאזוי שרייבט מען דאס אויף יידיש...).
דא קומט דעם ענטפער OUT OF STOCK...
קענט איר עס באקומען? NO IDEA... די קאמפיוטער זאגט אז ס'איז נישטא
אה! סאררי.. אונזערע סטאר אין שיקאגו האט נאך איינס ליגן... שוין, בקיצור.
פטור בלי כלום א"א, איך נעם א קונטרס'ל וואס איז נארוואס ארויסגעקומען, קוקט אויס צו זיין אינטרעסאנט, 5 דאלר, פארוואס נישט.
איך וויל באצאלן. בעט ער מיך 6 און א-האלב דאלר. האלו?! דא שטייט די פרייז 5?!
איים סאו סאררי, איר ווייסט נישט אז ביי אונז אין אמעריקא צאלט מען טעקס?

לאידך. א 'ספרים געשעפט'.
עפ"ר וועלן די ספרים זיין אויף זייער ריכטיגן פלאץ. און די סוחר ספרים וויסן עפעס מער פון די ספר וואס איר דארפט. אויב איז דא צו באקומען, אין וועלעכע בעיסמענט איז נאך דא אפאר שטיק צו באקומען, איז דא בכלל א פלאן איבער-צו-דריקן דעם ספר.

מיין מיינונג...
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”