בלאט 39פון 57

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:03 pm
דורך גיי פארשטיי
RNCC טרייבט אויף 18 מיליאן דאלאר אין מארטש, זיי זאגן אז דאס איז א רעקארד פאר דעם חודש.

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:44 am
דורך הכל הבל
א גאר זעלטענע ערשיינונג קומט פאר אין די פארמעסט פאר קאליפארניע'ס זעכצנטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט

לויט די סטעיט טוען די צוויי קאנדידאטן וועלכע האבן אנגעצויגן די מערסטע שטימען אין די פריימערי זיך פארמעסטן אין די אלגעמיינע וואלן אויך אויב ביידע קומען פון די זעלבע פארטיי

אין די פאל זענען צוויי קאנדידאטן (דעמאקראטן) אריינגעקומען מיט גענוי די זעלבע צאהל שטימען אויפן צווייטן פלאץ און דעריבער דארפן זיי ביידע קענען לויפן אינאיינעם מיטן פראנטראנער אין די אלגעמיינע וואלן אבער ווי מען הערט האבן זיי דערווייל אריינגעגעבן ריקאונט פארלאנגען

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:55 am
דורך גיי פארשטיי
פארגאנגענער וואך האט סענאטאר קרוז געגעבן אן אונטערוויו וואו ער האט זיך גערעגט אז דעמאקראטן גיסן אריין גרויס געלט אין זיין דיסטריקט. דאס איז אויפגענומען מיט גרויס עקסטאז אין די (ליבעראלער) מידיע אז קרוז מוטשעט זיך מיט אויפטרייבן געלט פאר זיין קאמפיין.

אבער יעצט ווער באריכטעד אז קרוז האט אויגעטריבן 9.7 מיליאן דאלאר אינעם ערשטן קווארטל צו זיין קאמפיין.

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 5:16 pm
דורך ר' משה
Bullfinch Group אנקעטע אויף די פענסילוועניע סענאט פארמעסט

קעיסי(ד) 47
מעקארמיק(ר) 30

דערמאנט אביסל פון די באקאנטע ABC News / Wash. Post אנקעטע ואס האט געגעבן א 17% ליעד און 2020 פאר ביידען און וויסקאנסין און דער צייט וואס ער האט ביי די ענדע געווינען מיט אונטער 1%

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 7:58 pm
דורך American Dream
ר' משה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 5:16 pm
Bullfinch Group אנקעטע אויף די פענסילוועניע סענאט פארמעסט

קעיסי(ד) 47
מעקארמיק(ר) 30

דערמאנט אביסל פון די באקאנטע ABC News / Wash. Post אנקעטע ואס האט געגעבן א 17% ליעד און 2020 פאר ביידען און וויסקאנסין און דער צייט וואס ער האט ביי די ענדע געווינען מיט אונטער 1%
א שטיקל חילוק פון א אומבאקאנטע שיבא קטנה אנקעטע צן א טאפ קוואליטעט וואשינגטאן פאוסט אנקעטע

איך ווייס נישט אסאך מאל פארוואס מען באריכטעט אומבאקאנטע אנקעטע נעמער וואס האבן נישט קיין שום קראנטע רעקארד

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 7:59 pm
דורך American Dream
געוועזענע פרעזידענט בוש וועט אפהאלטן א פאנדרעזער אין טעקסעס פאר די רעפאבליקאנע סאנאט קאנדידאט אין פענסעלוועניע דעוו מעקארמיק

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:20 pm
דורך גיי פארשטיי
פלעגט גיין שלאפן פרי האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 23, 2024 2:37 pm
IMG_20240223_143801_026.jpg


טראמפ גייט ענדיגן זיין געפעכט מיט לערי האוגען כדי צו קענען איבערדרייען מערילענד'ס סענאט זיץ ווי האוגען שטייט זייער שטארק, און וואטערדיגע אנדייטונגען אז טראמפ איז גרייט זיך צו פאראייניגן מיט די 'נעווער טראמפ' חלק פון די פארטיי כדי די ריפאליקאנע זאלן צוריקנעמען וואשינגטאן אין ראטעווען אמעריקע.
האוגען האט אויפגעטריבן 3.1 מיליאן דאלאר אין די ווייניגער וואו 2 חדשים ואס ער איז געלאפן.

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:45 pm
דורך שפתותי שושנים
וואס זעהט אויס למעשה צו זיין די מיאריטעט אין קאנגרעס נאך 2024 וואלן ? (סענאט לכאורה רויט)

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 11:09 pm
דורך ר' משה
שפתותי שושנים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:45 pm
וואס זעהט אויס למעשה צו זיין די מיאריטעט אין קאנגרעס נאך 2024 וואלן ? (סענאט לכאורה רויט)
בפשטות די פארטיי וואס וועט געווינען די ווייסע הויז וועט לכאורה אויך זיין און די מאיאריטעט און קאנגרעס

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 10:39 am
דורך גיי פארשטיי
שומערס סופערפעק סאנאט מעדזשאריטי פעק האט אויפגעטריבן 39 מיליאן דאלאר אינעם ערשטן קווארטל.

דאס איז ארום 15 מיליאן דאלאר מער וואו מעקאנעל'ס סענאט ליעדערשיפ פאנד.

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 10:41 am
דורך גיי פארשטיי
קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן האט אויפגעטריבן איבער 20 מיליאן דאלאר אינעם ערשטן קווארטל.

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:57 am
דורך ר' משה
עמערסאן אנקעטע אויף די פלארידע סענאט פארמעסט

סקאט (ר) 45
Mucarsel-Powell (ד) 38

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:59 am
דורך ר' משה
PPIC אנקעטע אויף די קאליפארניע סענאט פארמעסט

שיף (ד) 61
גארווי (ר) 37

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:18 pm
דורך הכל הבל
הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
Scanner האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 2:12 pm
הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 1:27 pm
אריזאנא סופרים קאורט אורטיילט אז די סטעיט געזעץ וועלכע פארבאט רציחה סערוויסעס אין יעדן פאל סיידען ווען א צווייטן'ס לעבן איז אין געפאר איז קאנסטיטוציאנאל
דאס גייט שאטן פאר די רעפובליקאנער אין אריזאנע?
קערי לעיק קומט ארויס צו פארדאמען די אורטייל און רופט אויף גובערנאטארשע האבס (ד) און די סטעיט לעגיסלאטור אויפצוקומען מיט א פאסיגע ביל צו ערזעצן די אלטע געזעץ
לעיק רופט ארום סטעיט געזעצגעבער און שטופט זיי צוריקצודרייען די געזעץ

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:25 pm
דורך א דאך
סייגנאל אנקעטע אויף די טעקסעס סענאט פארמעסט:

קרוז (ר) - 45%
אלרעד (ד) - 36%

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 10:43 am
דורך גיי פארשטיי
הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 9:45 am
הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 29, 2022 10:30 am
טרודי בוש וואלענטין איז א פאליטישע פאנדרעיזער און טאכטער פונעם ביר מאגנאט אוגוסט בוש

זי מעלדט היינט אז זי שפרונגט אריין אינעם דעמאקראטישן סענאט פריימערי אין מיזורי און סקאט סיפטאן ציהט זיך ארויס פונעם פארמעסט און אינדארסירט איר איבער מארין וועטעראן לוקעס קונס
עווענטועל האט בוש באזיגט קונס און געלאפן אומסוסקסעספול צום אפענעם זיץ וועלכע ראי בלאנט האט ליידיג געמאכט

אצינד לויפט קונס פרובירט קונס נאכאמאהל זיין מזל לויפנדיג אין די דעמאקראטישע פריימערי צו קענען לויפן אקעגן סענאטראר דזשאש האולי

אטוירני וועסלי בעל פארמעסט זיך אין די פריימערי אקעגן קונס און סעינט לואיס קאונטי האט אצינד געעפנט אן אויספארשונג אקעגן בעל
קונס האט אויפגעטריבען א שיינער 2.25 מיליאן דאלאר אינעם ערשטן קווארטל.

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 11:53 am
דורך American Dream
עמערסאן אנקעטע אויף פענסעלוועניע סאנאט פארמעסט

קעסי 45
מעקארמיק 41

20240412_115225.jpg
20240412_115225.jpg (18.84 KiB) געזען 543 מאל

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 12:15 pm
דורך צל עובר
American Dream האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 7:59 pm
געוועזענע פרעזידענט בוש וועט אפהאלטן א פאנדרעזער אין טעקסעס פאר די רעפאבליקאנע סאנאט קאנדידאט אין פענסעלוועניע דעוו מעקארמיק
אינאיינעם מיט ראס פעראו און נאך אפאר פארצייטישע מאכערס. און דער עושר וואס האט געגעבן די גוטע זאכן פאר קלערענס טאמעס..

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 4:21 pm
דורך א דאך
באלפינטש אנקעטע אויף די אריזאנא סענאט פארמעסט:

גאלעגא (ד) 41%
לעיק (ר) 41%

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 12:46 am
דורך American Dream
טראמפ אינדארסירט היינט אין פענסילוועניע די רעפאבליקאנע סאנאט קאנדידאט דעוו מעקארמיק

מעקארמיק באדאנקט זיך פאר טראמפ

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 10:50 am
דורך שעטנז
א דאך האט געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 4:21 pm
באלפינטש אנקעטע אויף די אריזאנא סענאט פארמעסט:

גאלעגא (ד) 41%
לעיק (ר) 41%
גייט לכאורה זיין די היציגסטע פארמעסט!

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 12:58 pm
דורך ר' משה
American Dream האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 12:46 am
טראמפ אינדארסירט היינט אין פענסילוועניע די רעפאבליקאנע סאנאט קאנדידאט דעוו מעקארמיק

מעקארמיק באדאנקט זיך פאר טראמפ
ער לויפט אן א קעגנער

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 5:26 pm
דורך גיי פארשטיי
הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 10:42 am
אריזאנא דעמאקראטישע סענאט קאנדידאט ראובן גאיעגא האט אויפגעטריבן 7.5 מיליאן דאלאר אין די ערשטע למספרם קווארטאל און זינט די אנהויב פונעם קאמפיין מער פון 20 מיליאן דאלאר

ער זיצט מיט 9.6 מיליאן דאלאר אין די באנק
רעפובליקען סענאט קאנדידאט קערי לעיק האט אויפגעטריבן 4.1 מיליאן דאלאר.

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 5:34 pm
דורך דאני
גיי פארשטיי האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 5:26 pm
הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 10:42 am
אריזאנא דעמאקראטישע סענאט קאנדידאט ראובן גאיעגא האט אויפגעטריבן 7.5 מיליאן דאלאר אין די ערשטע למספרם קווארטאל און זינט די אנהויב פונעם קאמפיין מער פון 20 מיליאן דאלאר

ער זיצט מיט 9.6 מיליאן דאלאר אין די באנק
רעפובליקען סענאט קאנדידאט קעקערי לעיק האט אויפגעטריבן 4.1 מיליאן דאלאר.

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 11:00 am
דורך גיי פארשטיי
וויסקאנסין סענאטארשע טאמי באלדווין (ד) האט אויפגעטריבן 5.4 מיליאן דאלאר אינעם ערשטן קווארטל.

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: