ניו דזשערסי - אין די סטעיט סענאט אין טרענטאן איז פארגעקומען א ספעציעלע סעסיע ווי געזעצגעבער האבן אראפגערופן דער פרעזידענט פון די ראטדזשערס אוניווערסיטעט דזשאנאטאן האלאוועי און געשטעלט פראגעס און אפירגעהאלטן איבער זיין אוניווערסיטעט׳ס שטאנד קעגן אנטיסעמיטיזם,
די ראטדזשערס אוניווערסיטעט איז געווען איינע פון די אינסטיטוציעס וואס האבן זיך אונטערגעגעבן צו די פארלאנגען פון די פראטעסטירער אין קאמפוס, און איז אויך באקאנט צו זיין אלס איינס פון די אוניווערסיטעטן מיט די מערסטע אנטיסעמיטישע אינצידענטן אין די לעצטע צייט.
נאך די סעסיע האט זיי אפגעווארט ר׳ ברוך גודמאן פון די חב"ד צענטער אין די ראטדזשערס אוניווערסיטעט און אנגעבאטן די אידישע סענאטארן צו לייגן תפילין, צווישן אנדערע האבן מען אנגעטוהן תפילין פאר סענאטאר דעקלאן אוסקאנלון פון ניו דזשערסי, ווי ער האט שפעטער געזאגט איז דאס געווען די ערשטע מאל אין זיין לעבן וואס ער האט געלייגט תפילין.
כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א לערנט אין ביאלער ביהמ"ד אין י-ם, זיצענדיג אויפן פשוט'ן באנק.
y5.jpeg
פארוואס נאר טויזענט ווערטער? די אדמורי"ם שליט"א באזיצן אנדערע סארט פלייש פון מיר און דיר, אזא סארט פלייש וואס קען נאר זיצן אויף רייכע לעדערנע פאטעלן מיט דיקע ווייעכע קישענעס. אלזא אז דער רבי זיצט אויף א פשוט'ן הילצערנעם באנק אידאך עס מסירת נפש ממש. בלתי להשיג
פנחס שרחם על כ"י שיהיו בעלי עבירות כאלו בעם קדוש.. ראה המגיפה בב"י ורחם מאוד. ומחמת גודל הרחמנות שנתפשט בכל מדותיו לא היה יכול להתאפק.. בזה הרחמנות הגדול לבש קנאה ונקם בהחוטא.. רק מי שהוא ברחמנות גדול כזה, זה האיש יכול להיות קנא ונוקם
כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א לערנט אין ביאלער ביהמ"ד אין י-ם, זיצענדיג אויפן פשוט'ן באנק.
y5.jpeg
פארוואס נאר טויזענט ווערטער? די אדמורי"ם שליט"א באזיצן אנדערע סארט פלייש פון מיר און דיר, אזא סארט פלייש וואס קען נאר זיצן אויף רייכע לעדערנע פאטעלן מיט דיקע ווייעכע קישענעס. אלזא אז דער רבי זיצט אויף א פשוט'ן הילצערנעם באנק אידאך עס מסירת נפש ממש. בלתי להשיג
שארף!... איך מיין ס'שוין צייט אראפצונעמען די ווארט "טויזנט" פונעם קעפל והכל על מקומו יבא בשלום.
ולעניננו דאכציך אז מען דארף נישט לערנען אזוי טיף אזא גאנצע פשעטל אין הלכות בשר, עס ווערט שוין געברענגט אז א ראש בני ישראל צו א נשיא פלעגט זיצן על מקום מכובד מער ווי סתם עמך ופשוטי עם, אזוי איז געווען און אלע דורות בימי חז"ל און אזוי איז איינגעפירט עד ימינו אלה, ופשוט הוא ואפשר להשיג.
אדער זאל יעדער זיך אנהייבן אויפפירן מיט די מדה פון מקבל את כל האדם בסבר פנים יפות וואס איז יעצט דערויף די עבודה אין די ימי הספירה, און פלוצלינג וועט אלעס זיין מסודר
גראדע איז מיך געווען אינטערעסאנט צוויי לימודים בנוגע ניחום אבילים פונעם באיאנ׳ער רבי שליט״א.
1) ווען מען גייט מנחם אבל זיין, און מען איז ביכולת צו מחזק זיין, טוט מען דאס אויפן שטערקסטן אופן. אנשטאט רעדן דברים של מה בכך. און פארשטייט זיך לויטן דרגא פונעם אבל, פאר א קינד מיט א קיש.
2) האבן די קאפ אויפן פלאץ צו לערנען לכה״פ איין משנה לטובת הנשמה בבית האבילים, איז א זאך וואס איז סיי טובת הנשמה און סיי ווייזט דאס פאר די אבילים אז מען איז זיך באמת משתתף.