דער ריש איז א אינטעגראלער חלק פון ווארט
משא"ע מלה אדער ממלל
די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער
שוועמל האט געשריבן: אין בולעטין האט ער די וואך א חידוש אז דער ווארט "קארעל" (אונטערוואסער פארמירטע שטיינער) שטאמט פון ווארט "גורל".
דערפאר וואס אמאל האט מען געווארפן שטיינדלעך ביים ווארפן א גורל, הפיל פור היא הגורל.
#אינטערעסאנט
msp האט געשריבן: יא, אין לשון קודש ווערט דאס גערופען אלמוג
דער הייליגער רבי פינחס'ל קארעצער זי"ע ברענגט דאס אלץ ממוצע צווישען דומם און צומח....
עכ"פ בין איך אביסעל סקעפטיש וועגען דער צושטעל צו גורל
שוועמל האט געשריבן: צווישן חי' און צומח אדער צווישן צומח און דומם?
א צומח וואס אטעמט איז פארהאן אסאך אויף די יבשה אויך.
שוועמל האט געשריבן: איך בין צעמישט..
איז קארעל די הארטע סובסטאנץ וואס נעמט ארום יעדע זאך אונטערן וואסער, אדער איז דאס די אונטערוואסער געוויקסן?
די הארטע סובסטאנץ איז פארשידנארטיג אין קאליר אבער דעקט איבער יעדע זאך וואס ליגט א לענגערע צייט אין וואסער, קען אפילו זיין דאס איז די העווי זאלץ וואס פארמירט זיך אלס א הארטע שטיין מיט צייט.
משא"כ די געוויקסן זענען מעינלי ווייעך און וואקסן ארויס ווי יעדע אנדערע געוויקס.
וויזוי הייסן די געוויקסן?
שוועמל האט געשריבן: .
קען זיין מען דארף ווען טוישן דאס קעפל צו "אינטערנאצינאלע ווערטער וועלכע זענען געווארן לשה"ק" מספק וואס איז אריבער צו וואס.
אבער דאס איז קלאר אז די תורה פארמאגט אין זיך לפחות איין ווארט פון יעדע פון די 70 לשונות העמים כמבואר בחז"ל. אין טעכנישן זין איז מער אננעמבאר אז די גוישע ווערטער זענען מיט דער צייט פארוואנדלט געווארן צו לשה"ק. און ווי מען זעט פולע מאל אין מדרשי חזל נוצנדיג גריכישע און לאטיינישע ווערטער וועלכע זענען שוין היינט א טייל פון לשה"ק.
גראדע דורכפארנדיג 'מעטראפאליטען' עוועניו, האב איך זיך דערמאנט די לשון המדרש ' מטרפולין' אלס א הויפט שטאט. דאס איז דאך ממש ווי געגאסן קעטשאפ צו פרענטש-פריי אין דעם אשכול.
קרעמער האט געשריבן: אינעם היינטיגן חק לישראל (יום ב' ויקהל) האבן מיר געלערנט פרק ה' פון מסכת דמאי, שטייט דארט אין משנה ד':
מודה רבי יהודה בלוקח מן המנפולשהוא מעשר מכל אחד ואחד. זאגט דער ברטנורא מנפול קונה מן פלטרין הרבה ומוכר לאחרים כו'.
אין ראשון לציון אויף משניות (פון הגר"י פיק) שטייט אז דאס איז א לשון יון, ער צייכנט צו דעם ערוך אין ערך מנפול.
דער תפארת ישראל שרייבט "מאנאפאלא הוא בלשון רומי מי שניתן לו רשות מהמלכות שימכור הוא לבדו ליחידים הסחורה או הלחם וכדומה, ולו מוכרחים הכל למכור כדי שימכור הוא להיחידים כו'".
האב איך פארשטאנען אז דער ווארט איז צוזאמגעשטעלט פון מאנא-פאלי, און אזוי ווי עס האט צוטאן מיט די רעגירונג (ווי דער תפא"י שרייבט שניתן לו רשות מהמלכות) האב איך זיך פארטייטשט אז "פאלי" איז מלשון מלוכה, אזוי ווי רש"י שרייבט אין מס' מגילה אויף מטרפולין, אז פולין איז א לשון מלכות ע"ש.
למעשה זעה איך אין דיקשאנערי אז מאנא-פאלי באדייט "איינצעלנער פארקויפער", מאנא באדייט א יחיד, און פאלי איז א פארקויפער.
העמיר ווארטן אויפן פראפעסאר יידישיסט אונז ארויסצוהעלפן דא מיט דעם אלטן גריכישן ווארט.
msp האט געשריבן: בפשטות איז פאל טאקע א שררה א שטייגער ווי איינער וואס האט דער לייסענס צו טוהן א געוויסע זאך
נאר אין מאנא פאלי איז דאס נוגע לגבי פארקויפען
מען קען האבען א מאנאפאלי אויך לגבי אנדערע זאכען
למשל ביי זאגען דעות אדער ביי נעמען טאקסעס
msp האט געשריבן: געהערט פון מיין חברותא אנ'איטאליענער אז דער רומישע הויפט-רב האט אמאהל געזאגט אז אולי פארוואס די כהנים זאגען אז זיי דארפען בענטשען באהבה איז ווייל עס שטייט דאך אמור להם
אמור מלשון ליבשאפט amore