שוועמל האט געשריבן: ALTERNATIVE שטאמט פון אלתר נתיב, וואס טייטשט א "טויש-וועג".
איך צווייפל אבער צי ס'קען אפילו זיין אויסגעהאלטן ווייל דער ווארט אלתר איז נישט לשה"ק, אפשר אראמיש.
אינטעליגענט האט געשריבן: און איך האב אלץ געמיינט אז אלתר מיינט שוין. [נעמט זיך מעגליך פון על-אתר, וואס מיינט: אויפן פלאץ, דהיינו, זאפארט].
וואס מיינט לאלתר לחיים?
אחרי העיון, אלטערנאטיוו איז טייטש "שוין-וועג" אדער "שנעלע-וועג".
לדוגמא דער דאזיגער פראדוקט איז נישט אין סטאק, אבער אלס אן 'אלטערנעטיוו' קען מען נעמען א כמעט אייניגער פראדוקט פון אן אנדער קאמפאני.
ובזה יתורץ קושית אינטעלינט.