אינדעקס מעטריקל פונ׳ם שטאדט באבוב (תרל"ז-תרצ"ז)
מיר האבן ב"ה ערהאלטן א אינדעקס-מעטריקל פון אלע יידישע געבארטן אונ׳ם גאליציאנע שטאדט באבוב (Bobowa) פון שנת תרל"ז (למס. 1877) ביז קרוב צום צוויטן וועלטס קריג שנת תרצ"ז (למספרם 1937).
הגם אז כפי מיטב ידיעותינו איז שוין פארהאן עטליכע יארן אויף JRI (תר"י-תרנ"ה, תרס"ג-תרע"ב) אבער ווי עס קוקט אויס איז דאס ביכל משלים די אלע יארן וואס פעלט.
וויכטיג צו וויסען אז דאס איז נאר א 'אינדעקס' (מפתח) וואס צייגט נאר די נאמען פונ׳ם געבוירענע קינד מיט די יאר וועלכע דאס קינד איז געבוירן.
היות דאס שטעטעל איז באקאנט על שם די צדיקים לבית משפחת 'האלברשטאם' וואס האבן באדינט אלץ רבנים אונ׳ם שטאדט, גיי יעך דא ארויפשטעלן בע"ה א ליסטע פון אלע געבארטן לבית משפחת 'האלברשטאם' וואס פעלט פונ׳ם מעטריקל ביכער שוין אויף JRI (דהיינו משנת תרנ"ו-תרס"ב, און תרע"ג-תרצ"ז).
הוספה:
נאכ״ן דורכקוקן דאס ביכל, קומט אויס לכאורה אז עס ערהאלט אויך גאנץ אפאר הייראטען און פטירות.