עיברעהעם לינקאלן, העלד אדער מאסן מערדער?
צו פארשטיין דאס פארהייליגקייט פון לינקאלן אין אמעריקע, ברויך מען נישט מער ווי זען דאס וואס דער געוועזענער פרעזידענט טראמפ האט געזאגט [דאכט זיך] בעפאר זיין געווינס, אז ער וועט זיין דער בעסטער פרעזידענט אין דער היסטאריע פון אמעריקע, חוץ פון לינקאלן. בינו נא זאת!
שוין א היבשע צייט וואס ס'בוזשעווען מיר אזוינע צווייפלען אין קאפ איבער דאס העלדישקייט פון לינקאלן. אבער כ'פארכט מיך עס ארויסצוגעבן ברבים. נעמליך כ'האב מורא אז מ'וועט מיך אנקוקן ווי פון דער לבנה אראפ. ס'טייטש... צווייפלען אינעם רעטער? איצט איז געקומען די צייט, אדר!דער וואס וועט אננעמען מיינע רייד מיט איינזעעניש, אידאך גוט. ווידער דער אנדערער וועט עס אנקוקן ווי נאך אן אדר ארטיקל. ואני את נפשי הצלתי.
ואפרש שיחתי זייער אין קורצן. וויאזוי האט לינקאלן געראטעוועט די פאראייניגטע שטאטן? מיט דעם וואס ער איז ארויס אין קריג אנטקעגן די "קאנפעדערעט סטעיטס אוו אמעריקע", שפעטער באקאנט אלס די ציווילע קריג. פאטאליטעטן אין רעזולטאט פון דער קריג ווערן געשאצט (קרעדיט: וויקיפעדיע) צו זיין אזוי פיל ווי 620,000 אמעריקאנער. וואס דאס האט בשעתו באטראפן לערך צוויי פראצענט פון דער אמעריקאנער פאפולאציע (שם).
ווי באקאנט, האט לינקאלן נישט געפלאנט צו באפרייען די שווארצע קנעכט. פאקטיש האט ער געזאגט ווען ער איז געלאפן, אז ער וועט אלעס לאזן אויפן שטאטוס קווא. דאס מיינט אז די סטעיטס וואו עס זענען לעגאל צו האלטן קנעכט וועלן ווייטער זיין בארעכטיגט דערצו. נישטאמאל האט ער דאס געטון ווען די קריג האט זיך אנגעהויבן. עס איז נישט געווען ביז נאך די אנטיאטעם שלאכט, 2 יאר אריין אין דער קריג, וואס דאן האט ער ארויסגעגעבן די היסטארישע עמאנציפאציע דעקלעראציע וועלכע האט דעקלערט אן ענדע צו שקלאפעריי. און דאן האט ער עס אויך נאר געטון אלס קנס צו די דרום שטאטן פארן זיך פראבירן אפרייסן פון דער יוניאן.
אלזא, איז די קריג נישט געווען באזירט אויף הומאניטערישע גרינדן, נאר אויף פאטריאטישע געפילן. איצט וועל איך פרעגן, איז ווערט דאס טויט פון "איין מענטש" פאר די "פאטריאטישע ווירדן" פון זיין לאנד?
אין מיינע אויגן זאל דער פירער וואס דערקלערט קריג פאר סיי וועלכע סיבה - חוץ הומאניטעריזם - באטראכט ווערן ווי א מאסן מערדער.
אדער, בין איך פשוט אומגערעכט [זעלטן, אבער האט זיך שוין געמאכט...] קומט ביטע אריין לאזן הערן אייער מיינונג