פאפא 'בית יוסף להבה' קאמפיין: דריי מיליאן דאללער!
די נאמען קהלת יעקב פאפא רעדט פאר זיך אליין.
פון די גרעסטע קהלות אין אמעריקא, אן אימפעריע פון תורה חינוך און חסידות, וועלכער האט שוין ארויסגעגעבן צענדליגער טויזענטער תלמידים במשך די יארן, יראים ושלמים, צווישן זיי פילע תלמידי חכמים מפורסמים, מרביצי תורה, מורי הוראה, און טויזענטער ערליכע בעלי בתים וועלכע האבן אויפגעשטעלט הערליכע אידישע דורות.
כהיום, ווערן נתחנך אונטער די פליגלען פון קהלת יעקב פאפא טויזענטער תלמידים ותלמידות כ"י, אויפן הערליכן אויסגעטרעטענעם וועג, אזוי ווי זיי האבן מקבל געווען פון זייער הייליגן רבי'ן כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מפאפא זצוק"ל וואס ער האט דאס נאך מקבל געווען פון זיינע אבות און רבי'ס פונעם דור הקודם, און ווערט געפירט ווייטער ביתר שאת וביתר עוז דורך יבלחט"א כ"ק מרן אדמו"ר מפאפא שליט"א עד ביאת הגואל.
אבער עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז אזא מעכטיגע אימפעריע קומט מיט אן אסטראנאמישער בודזשעט פון צענדליגער מיליאנען א יאר, און ווי פארשטענדליך איז די הכנסה ווייט נישט גענוג צו דעקן דעם גאנצן בודזשעט.
אע"כ האט כ"ק מרן אדמו"ר מפאפא שליט"א פראקלאמירט א היסטארישן קאמפיין, ווי כל הקהל הקודש וועט צוזאמען אויפטריייבן די נויטיגע סכומים צו קענען דעקן דעם שווערן דעפיציט.
און עס איז ברור, אז די זכותים פון די הייליגע רבי'ס, כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק הויחי יוסף מפאפא זצוק"ל וואס ווערט געפייערט יעצט 70 יאר פון ווען ער האט געגרינדעט קהלת יעקב פאפא אין אמעריקא, ווי אויך למעלה בקודש כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק הויגד יעקב זצוק"ל וואס זיין יומא דהילולא קדישא געפאלט אינעם טאג פונעם קאמפיין, און די זכות פון די ראש השושלתא כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק הערוגת הבושם זצוק"ל צוזאמען מיט די געוואלדיגע זכות פון הבל פיהם של תינוקות של בית רבן, און די מיליאנען שעות תורה וואס איז שוין ארויסגעקומען פון דעם הייליגן מבצר התורה וועט ביישטיין פאר די אלע משתתפים להתברך בכל מילי דמיטב, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו פדה ה' את יעקב בב"א.
אידן, העלפט ארויס מוסדות פאפא אנצוקומען צום ציל!
זייט אייך משתתף מיט שיינע סכומים:
https://www.charidy.com/pupa/