מוצאי שבת קודש שמות, אור ליום א' וארא - כ"ב טבת תשפ"ב לפ"ק
דער עולם שלעפט זיך מיט אלע רענצלעך און פעקלעך צום פאיאכעלע וואס שטייט פארקירט ביים פלאכן באדן אויבן פון קרית הבעל שם. ביים ארויפגיין אויפ'ן באס דערקענט מען דאס נישט... מיר האבן דאס איבערגעלאזט פרייטאג אין א מצב וואס מען האט נישט געקענט ארויסזען דעם קאליר פון די קארפעט... יעצט איז עס געווען הערליך אויפגערוימט און גרייט צו ווערן שמוציג פונדאסניי דורך די גרופע וואנדערער וואס קערן זיך אט אום צום לופטפעלד און לאזט אוקריינע במנוחה אויף א וויילע.
דער באס קען אבער נישט אוועקפארן פון מעזיבוז ביז יעדער איינער איז מסודר מיט די נויטיגע קאוויד פאפירן. די וואס האבן זיך געלאזט מקיז דם זיין פרייטאג נאכמיטאג, האבן יעצט אפגענומען די ארויסגעדרוקטע צעטל ביים קבלת-פנים קרעטשמע-סטיל רעסטוראנט וואס איז ליידיג פון מאכלים, און די אנדערע האבן באשטעלט עס זאל זיי אנקומען אין אימעיל די אנדערע פאפירן... איך באקום מיין צעטל, און עס ווערט מיר גוט אויפ'ן הארצן, א גראבע גרייז אין מיין געבורטסדאטום. איך באקלאג זיך פאר הרב קארניצער וואס שטייט ביים טישל און סארווירט דעם עולם מיט די פאפירן, ער זאגט אריין א שטימע-נאטיץ פאר'ן מסדר ה'פאפירן און זאגט מיר אז מיין פאפיר וועט אויך אנקומען אויף אימעיל.
יעדער זיצט שוין שיין אויפ'ן באס, יעצט איז הרב קארניצער ארויפגעקומען און זיכער געמאכט אז קיינער פארט נישט אוועק בעפאר'ן באצאלן די נדרים ונדבות געלט. דער עולם האט זיך דארט געלאזט וואוילגיין מיט'ן קויפן עליות, און הרב קארניצער מיט מכון באהלי צדיקים האבן זיך זיכער מחיה געווען מיט די פרישע איינקונפטן וואס וועלן ערמעגליכן צו אויפהאלטן דאס פלאץ. עס איז שוין געווען האלב נאך איינס, א גוטע שעה שפעטער ווי געפלאנט, ווען מיר האבן פארלאזט מעזבוז און אנגעהויבן פלאנירן וואו צו ווענדן אונזערע טריט.
דער אריגינעלער פלאן האט געלויטעט אז מיר פארלאזן מעזבוז אום 12 אזייגער, פארן א וועג פון ארום צוויי שעה קיין ברסלב - מקום מנוחת רבי נתן (א פעטער מיינער, לויט א קבלה אין די משפחה), און אויך וועט מען כאפן א שפאציר ביי א בארימטע טייך דארט וואו ר' נתן האט שפאצירט און געזינגען דעם פייערדיגן ניגון פון "אין ברסלב ברענט א פייער". פון דארט האט מען געזאלט פארן א וועג פון אנדערטהאלבן שעה קיין אומאן, וואו מען האט גערעכנט אנצוקומען אום פינף אזייגער פארטאגס און דארט וויילן ביז אכט אזייגער, ווען מיר וועלן אוועקפארן שוין נאך שחרית און פת שחרית. נאכהער איז געווען דער פלאן צו פארן א וועג פון צוויי שעה קיין פאסטוב, מקום מנוחת רבי אברהם המלאך - דער זוהן פון גרויסן מגיד ר"ר בער זי"ע, און א קורצע וויילע דערויף צופארן א וועג פון אנדערטהאלבן שעה קיין קיעוו, וואו מיר וועלן אנקומען ארום צוועלף אזייגער און זיין גרייט צו אונזער פליגער וואס הייבט זיך 1:40 זונטאג מיטאג.
ערגעץ ווען אינמיטן מלוה מלכה האט מען שוין אנגעהויבן שאצן אז די פלענער זענען היבש איבערגעטריבן, און מ'האט זיך צונויפגערעדט וואס מען קען אראפציפן דערפון. נמנו וגמרו אז אומאן איז קאי וקיימא, יעדער פון אונז - כמעט - האט נישט געוואלט פארציכטן דערויף, משא"כ ברסלב און פאסטוב זענען נישט געווען אזוי הויך אויף די ליסטע ביי רוב מיטגלידער (אויסער די געציילטע ברסלבער חסידים). איך האב נישט מיטגעהאלטן די פונקטליכע פלענער און געשפרעכן, אבער אינמיטן וועג האט מען געמאלדן אז מען פארט פון מעזיבוז גלייך קיין אומאן, און דאן וועט מען זען אויב עס בלייבט נאך מעגליך צייט פאר א סטאנציע אויפ'ן וועג צום לופטפעלד.
דער וועג צווישן מעזבוז און אומאן איז געווען גאר געשמאק. דער עולם איז געווען גוטמוטיג ארויסקומענדיג פון א היימישע שבת וואו מען האט זיך גאנץ גוט באקענט מיט די ארומיגע, און אויסגערוט איז מען אויך געווען, ווי אויך גוט זאט פון דער מלוה מלכה. מען האט געשמועסט געמיטליך איבער קאניאק און וואסער, ווען יעדע קורצע וויילע האט א צווייטער רויכערער געלייגט גענוג דרוק צו אפשטעלן דעם גאנצן באס אויף א ציגאר בראך. צווישן די טעמעס וואס מען האט דורכגעטון אויף דעם לאנגן וועג [מען איז ארויסגעפארן 1:30 פון מעזבוז, און הערשט אנגעקומען אין אומאן זעקסע צייט - - דאס מאכט סענס, ווייל לויט גוגעל דויערט אזא וועג ארום פיר שעה, יעצט לייג צו די קורצע אפשטעלונגען פאר די רויכערער] איז געווען דער מציאות פון קולטן אינערהאלב כלל ישראל... דער עסקן צווישן אונז האט דערציילט ווי עס איז אים אמאל געלונגען צו אינפילטרירן איינע פון די פארמאכטע סעקטעס אזש ביז'ן געווינען שטארקע צוטרוי ביים פירער אליינס, ער האט געהאלטן דעם עולם געשפאנט מיט זיינע אינערליכע אינפארמאציע איבער די קליקע. דאן איז דער שמועס אריבער צו פארשידענע שרעקעדיגע געשיכטעס וואס האבן פאסירט ביי כלל ישראל, אזעלכע וואס געווענליך היט מען אונטער'ן קארפעט, אבער נישט ווען מען זיצט אין א קרייז ארום טעלערלעך טשאקאלאדע שפעט מוצאי שבת ביינאכט פארנדיג אויף די טונקעלע פארשנייטע צעהאקטע אוקריינער שאסייען...
די לעצטע שטיקל צייט בעפאר אונזער אנקום קיין אומאן, האבן מיר גענצליך איבערגעגעבן די הנהגה פאר די פאר ברסלאווער צווישן אונז, וועלכע זענען שוין ארויסגעשפרינגען פון די הויט און האבן געמאכט ערנסטע הכנות צו זייער עליה לציון און אמירת תיקון כללי ביים רבי'ן. איינער האט גענומען דעם מייק און אנגעווארעמט דעם עולם מיט דברי הכנה, ווען א צווייטער האט פארגעלייגט די פראקטישע אנווייזונגען וויאזוי דער השתטחות דארף צוגיין. מען האט זיך גע'טענה'ט אויב דער רבי האט געהייסן גיין אין מקוה בעפאר'ן קומען צום ציון, אדער בלויז ווען מען ברויך א מקוה איז דאס דער מהלך. דאס איז אבער ארויסגעקומען פון צווישן אלע רעדנער, אז סתם תהלים זאגן האט נישט געהעריג קיין ארט דארט, נאר מען [גייט אין מקוה,] געבט צדקה, און דאן זאגט מען די ספעציעלע צען קאפיטלעך תהלים וואס דער רבי האט איבערגעגעבן פאר זיין תלמיד רבי נתן אז דאס איז דער תיקון הכללי וואס מען זאל זאגן כסדר, בפרט אויף זיין ציון.
אנקומענדיג קיין אומאן האט מען זיך אפגעשטעלט נעבן א אידישע האטעל וואס פארמאגט א מקוה און א שוויץ... טייל עולם האט זיך דארט אריינגעזען, בעת דער איבריגער עולם שפאנט אויף די פון-פריש פארשנייטע געסלעך ביז צום ציון הקדוש, וואוהין דער באס קען נישט צוקומען. איך האב קלארגעשטעלט - פרעג מיך נישט פארוואס - אז איך בין בלויז געקומען אלס טוריסט, און איך האב טאקע נישט געהאט דעם הימלישן איבערלעבעניש וואס איך האב צוגעזען פון דער נאנט ביי די עכט-נאנטע אנ"ש פון אונזער גרופע.
איך בין געגאנגען אין באגלייטונג פון נאך עטליכע פארעווע טוריסטן, און די ערשטע זאך וואס מיר האבן באמערקט ביים אריינקומען אין בנין הציון, אז סערוויס איז די לעצטע זאך וואס מען קען דא ערווארטן. איך ווייס נישט אויב דאס האט שייכות מיט'ן מנהג טוב אין ברסלב נישט צו טרינקען קאווע בעפאר שחרית, אבער דער ארט פון די קאווע איז געווען לער. איך פערזענליך האב זיך נישט גענויטיגט אין איינס, אבער איך האב מיטגעהאלטן ווי אן ארטיגער איינוואוינער - לויט אלע סימנים - פרובירט צו קראצן פון דא און פון דארט, אביסל וואסער, עפעס שטויב, אבער גארנישט, עס איז געווען פוסט און וויסט. אבער אויסערדעם איז עס אויך געווען פארדזשאווערט, און האט אויסגעקוקט ווי דער מאטא איז "אנטי סערוויס". אז דו קומסט אהער, קום ווי א חסיד; זאג אפ דעם תיקון און פועל אלעס גוטס. א קאווע וועסטו טרינקען אין גאז סטאנציע אדער אין דיין האטעל צימער.
מיר גייען אריין מיט יראת הכבוד אין דעם אוהל הקדוש, וואס קוקט גיכער אויס ווי א געווענליכע בית המדרש מיט טישן, בענק און א געהעריגן שול אויסשטעל. דארט אויף די דרום וואנט געפינט זיך דער הייליגער ציון, און מען זעט טאקע געציילטע אידן שטייען איבערדעם מיט א תהלים אדער תיקון כללי זאגערל. מיר האבן געוואלט אנצינדן ליכט, ווי מיר האבן געטון ביי יעדע מקום קדוש דורכאויס אונזער באזוך, אבער עס איז אונז גלייך קלאר געווארן אז ליכט טראגט דא נישט קיין ערנסטע געוויכט, און קיין שום ארט איז נישט רעזערווירט דערפאר - אויסער ביים עמוד פונעם שליח ציבור. גרויסע שילדן מעלדן דעם עולם א הכרזה צו געבן צדקה, און איינער-צוויי גייען כסדר ארום מיט אויסגעשטרעקטע הענט. דער שנארער האט אונז נישט אפגעלאזט, און ווען איך האב אים געזאגט "באלד", האט ער בלויז געזוכט א דאלמעטשער וואס זאל אים פארשטיין געבן דעם לחש. ווען איינער פון אונז האט אים געוואלט געבן א דאלער און בעטן רעשטע, האט ער זיך געמאכט ווי ער פארשטייט נישט וואס רעשטע מיינט. הכלל, מיר האבן באשלאסן גיכער צו געבן דעם מטבע אין די ארטיגע פושקע, און נישט פאר דעם וואס וועט עס מעגליך נוצן אויף אומגינסטיגס.
איך האב גענומען איינע פון די צענדליגער תיקון כללי'ס וואס האבן זיך דארט אפגעפינען און מיט אן ערנסטקייט אויסגעזאגט די צען קאפיטלעך ביים הייליגן ארט, ווען אינדערצווישן האט שוין אנגעהויבן טאגן און דער שטוב ווערט מער און מער אנגעפילט מיט די ארטיגע וואס פירן זיך צו דאווענען כותיקין. עס איז העכסט אינטערעסאנט צו שטיין אין דעם מקום קדוש און באטראכטן די סצענע ווי א גאסט. אידן וואס שטאמען פון אלע שיכטן און קרייזן, וואוינען אין אלע עקן פון דער ערד-קוגל, לאזן אלעס אפ און באזעצן זיך דאהי, וואו אויסער דער צדיק איז כמעט גארנישט דא. זיי פארמאגן שוין היינט צוטאג א שטיקל חדר מיט א שולע פאר די קינדערלעך וואס מען נעמט מיט אויף די אוואנטוריסטישע לעבנסשטייגער. א טייל עולם דארט איז געסט, א שטייגער ווי דער יונגערמאן וואס איז געקומען אויף אונזער פליגער ביידע וועגן - יעצט איז ער אן דעם אינגעלע זיינער, וועלכער שלאפט מסתמא איינער אליינס אין האטעל צימער בשעת דער טאטע איז ארויסגעלאפן כאפן דעם ותיקין שחרית.
איך האב זיך געוואשן די הענט און געזאגט ברכת השחר און ברכת התורה [זיך פארלאזנדיג אויף די שיטה אז ווען מען שלאפט נאכמיטאג קען מען דעם אנדערן פרימארגן געהעריג זאגן אלע ברכות כאטש מען האט נישט פארמאכט קיין אויג איבערנאכט], דאן האב איך געזאגט 'פון פארנט' - פשוט ווייל איך האב נישט געהאט עפעס אנדערש מיט וואס אנצופולן די צייט בשעת דער גאנצער עולם דארט האט זיך געשטעלט שחרית. מיר האבן אפגעשמועסט נישט צו דאווענען דארט שחרית, ווייל מיר האבן זיך שוין געיאגט און באשלאסן צו דאווענען אויפ'ן באס אונטערוועגנס.
אינצווישן איז אריינגעקומען אין בית המדרש שעל הציון הקדוש אונזער אייגענער "טוב ה' לכל" מיט די פאנטאפל אויפ'ן צעבויגענעם פוס. ער האט קענטיג געכאפט א טבילה כדת וכדין בעפאר ער שטעלט זיך פאר'ן רבי'ן. איך האב אפגעשטעלט אלעס וואס איך האב געהאלטן אינמיטן טון כדי צו מיטהאלטן זיין באגעגעניש מיט'ן רבי'ן - גלייבט מיר אז עס איז געווען וואס צו זען. ווי א בן המתגעגע וואס האט שוין נישט געזען דעם פאטער א שטאק מיט יארן [הגם ער איז דארט יאר יערליך אום ר"ה און נאך אמאל אדער צוויי אינמיטן יאר] האט ער באפאלן דעם ציון הקדוש. ער קוקט זיך נישט ארום, עס גייט אים נישט אן ווער עס קוקט אדער אויב איינער קוקט בכלל. ער עפנט אויף זיין תיקון הכללי, לייגט עס ארויף אויפ'ן שטענדער פונעם ציון, און הייבט אן זאגן ווארט ביי ווארט ווי א כיתה א' אינגל וואס חזר'ט יעצט די עברי בעפאר א פארהער. עס איז געווען א מחזה הוד צו מיטהאלטן ווי דאס קינד טרעפט זיך מיט'ן טאטען/רבי'ן און צעקושט ממש יעדע ווארט וואס ער זאגט ארויס פון דעם תיקון כללי. איך האב אים ערנסט מקנא געווען אז ער האט אזא קשר אמיץ וחזק מיט א רבי'ן, אסאך וואלטן זיך דאס געוואונטשן.
ווען איך האב שוין ממש נישט געהאט וואס צו טון, בין איך אריבער פון דעם קליינעם בית המדרש צום גרויסן קלויז דערנעבן, וואו איך האב געטראפן אלע כהנים פון אונזער גרופע, און צו מיין שאק האב איך געזען ווי איינער פון זיי - בכלל נישט באקאנט אלס בעל בכי - שטייט און וויינט העפטיג אריין... יענער האט מיר נאכדעם געזאגט אז ער האט נישט קיין אנונג פארוואס, ער קערט זיך בכלל נישט אן קיין ברסלב, אבער זיין גרעסטע התעוררות איז געווען דארט אין דעם קלויז סמוך ונראה צום ציון הקדוש, ער האט זיך ממש נישט געקענט האלטן און זיין גאנצע קערפער האט זיך געוואקלט פאר געוויין - זאל ער האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס.
איך האב זיך נאכגעפרעגט וואו מען קען טרעפן א בית הכסא אין די געגנט, קלערנדיג צו ערלעדיגן די הכנות פאר שחרית דארט, אבער אריינטרעטנדיג אינעם צימער, האב איך תיכף באשלאסן אז מיין באזוך טאר נישט געדויערן מער ווי א מינוט-צוויי, ווילאנג איך קען זיך האלטן דעם אטעם און די נאז פארשטאפט... [כ'האב ממליץ געווען אז יעצט פארשטיי איך דעם סוד פון דער נאמען פונעם גאס דארט]. דאס וואס איך האב פריער געשריבן וועגן "נישט סערוויס", איז א טיטל קעגן וואס איך האב דארט געשפירט... נו שוין, ווער קומט דען אהער אויף גשמיות?
ווי נאר מען האט פארלאזט דעם ציון הקדוש האב איך ארויסגענומען מיין טלית און תפילין און זיך אנגעטון, האלטנדיג אז עס איז בעסער צו דאווענען ווי פריער, איידער דער עולם ווערט צו שטארק איבערגעמידעט. איך האב געדינט אלס בעל תפילה, שטייענדיג די גאנצע צייט צווישן די רייעס זיצן און שרייענדיג הויך דאס גאנצע דאווענען - כדי אז איך אליינס זאל נישט אנטשלאפן ווערן. מען האט נאך שחרית געמאכט אן אפשטעל ביי א געשעפטל וואס פארקויפט אנגעבליך כשר'ס, אבער עס איז געווען פארמאכט, האבן מיר בלויז איבערגעלאזט אונזערע מיסט זעקלעך פארנט פון דעם געשעפט און געכאפט בילדער דערפון... [איך האב געמיינט אז איך האב בילדער דערפון, אבער איך טרעף עס נישט יעצט. אזוי זוכנדיג, האב איך אבער יא געטראפן א מציאה גדולה: איינער האט מיר אריינגעשיקט סקרין-שאטס פון זיין כלי וואס האט רעקארדירט א טיימליין פון די גאנצע נסיעה, אי"ה ביים שלוס פונעם טאגבוך וועט מען פארצייכענען פונקטליך די זייגערלעך פון יעדע זאך].
נאך שחרית האט מען שוין געקענט טועם זיין, האט מען פארטיילט פאר'ן עולם א ריזיגע צידה לדרך פעקל וואס אלעקסיי האט צוגעשטעלט פאר'ן ציבור. איך האב נישט געוואלט עסן קיין שום המוציא אדער אפילו מזונות ראול אומגעוואשן, האב איך בלויז געגעסן די איבריגע פראדוקטן, אריינגערעכנט א גרויסע שטיק פוטער... (כ'האב מיך איינגערעדט אז עס איז קעז וכדומה). למעשה איז דאס געווען אונזער לעצטע רעכטיגע טעימה בעפאר'ן אנקומען אהיים מיט לאנגע שעות שפעטער.
צוליב די שפעטע שעה איז מען פון אומאן גלייך געפארן קיין קיעוו צום לופטפעלד, פון וואו מיר זענען אפגעפלויגן קיין ציריך און פון דארט אהיים קיין ניו יארק. א פונקטליכערע באריכט פון די רייזע אהיים, וועט אי"ה נאכפאלגן.
לכאורה האט געשריבן:
מוצאי שבת קודש שמות, אור ליום א' וארא - כ"ב טבת תשפ"ב לפ"ק
איך האב זיך נאכגעפרעגט וואו מען קען טרעפן א בית הכסא אין די געגנט, קלערנדיג צו ערלעדיגן די הכנות פאר שחרית דארט, אבער אריינטרעטנדיג אינעם צימער, האב איך תיכף באשלאסן אז מיין באזוך טאר נישט געדויערן מער ווי א מינוט-צוויי, ווילאנג איך קען זיך האלטן דעם אטעם און די נאז פארשטאפט... [כ'האב ממליץ געווען אז יעצט פארשטיי איך דעם סוד פון דער נאמען פונעם גאס דארט]. דאס וואס איך האב פריער געשריבן וועגן "נישט סערוויס", איז א טיטל קעגן וואס איך האב דארט געשפירט... נו שוין, ווער קומט דען אהער אויף גשמיות?
ווען איז געווען דיין נסיעה? היינטיגע צייטן איז דא הערליכע נייע בית הכבוד'ס געבויעט אויף די אויבערשטע שטאק פון גבאי, איך בין דארט געווען אויף א שבת, ס'איז געווען הערליך ריין אן קיין גערוך