און יעצט, ווען דער שרייבעריי איז געקומען לידי גמר, עכ"פ קיין פרישע גילויים וועט לכאורה נישט נאכקומען... איז צייט צו באדאנקען זעך מעומק הלב.
כ'בין ביי די מקומות הקדושים אין אייראפע קיינמאל געווען, אבער דער מנהל האט מיר גענומען אויף א רייד. וואי וואי וואי. כ'האב עס אסאך מאל געליינט, פארטוהן אינעם מצב רוח פון די נסיעה מיט אלע רמ"ח ושס"ה.
בנוגע דער פדף - יעמוד מי שירצה... עס איז א ריזיגע ארבעט (מ'דארף צוזאמקלויבן פון זעכציג בלעטער אלע פרקים פון די טאגבוך [די פורים טאגבוך און די אנדערע זאכן וואס האבן נישט שייכות צום נסיעה, קענען ארונטערבלייבן])
לכאורה האט געשריבן:
עס איז נאך צו פרי צו רעדן פונעם קומענדיגן נסיעה
בנוגע דער פדף - יעמוד מי שירצה... עס איז א ריזיגע ארבעט (מ'דארף צוזאמקלויבן פון זעכציג בלעטער אלע פרקים פון די טאגבוך [די פורים טאגבוך און די אנדערע זאכן וואס האבן נישט שייכות צום נסיעה, קענען ארונטערבלייבן])
כ'האלט ב"ה אימיטן מאכן א PDF פון די גאנצע טאגבוך, אזויווי איך קען מיר נישט אזוי גוט אויס אין ווארד, אזוי אויך מוטשע איך מיך וויאזוי צו אריינלייגן אין די פי די עף די בילדער ווער ס'איז וויליג ארויסצוהעלפן זאל קומען אין אישי
טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע - PDF https://drive.google.com/file/d/1axlZXP ... sp=sharing ס'דארף נאך אריבערגיין צופיצונגען, אויב איר זענט גרייט צו עס מאכן פאר א דבר השלם, אריינלייגן די בילדער, לאזט מיר וויסען און איך וועל אייך שיקן א אפענע ווארד פייל דערפון. האט הנאה!
גרינוויל תושב האט געשריבן:

קוקט אויס מאסיוו! יישר כחכם
כ'האב געהאט א ספק אויב איך זאל אריינלייגן אויך אייער באשרייבונגען, צום סוף האב איך עס נישט אריינגעלייגט. ווי ערווענט, ס'איז נאכנישט א דבר השלם, איך זוך איינער זאל עס פארשענערן