טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע
עס האט זיך אנגעהויבן א געווירבלעכץ פון געוויסע ניקים וואס קענען זיך איינער מיט'ן אנדערן, און "ארחיקה נדד" איז אריינגעקומען מיט א דערקלערונג אז אויב מען מאכט עס מיט איין וואך שפעטער, איז ער 'אין' - ווי דער באקאנטער לחש הידוע ליודעים.
נו, צוויי אידן = דריי דיעות... האט "סטאוו יא פיטא" גע'טענה'ט אז אפשטופן די נסיעה מיט א וואך, מאכט אז ער זאל נישט קענען מיטהאלטן. דערצו, טענה'ט ער, האט נישט קיין זין צו פארן סתם אזוי אינמיטן יאר, מ'דארף האבן עפעס א יארצייט טאג.
אויף דעם האט גראדע איינער צוריקגעשלאגן אז די יארצייטן פון ר"ר זושא זי"ע און ר' משה לייב סאסובער געפאלן אויס אנהייב חודש שבט.
גייט נישט דורך מער ווי אפאר טעג, און דער איניציאטאר מעלדט א קענסעלאציע צוליב דער וועטער.
דער דאיען קומט אריין אינעם שמועס און מעלדט מיט פאטאס איבער פלענער צו זיין "שבת יתרו" אין מעזיבוז.
"ארחיקה נדד" האפט צו קענען באזוכן אויך קראקא און צאנז בחדא מחתא, אבער דער עולם טענה'ט אז פוילן איז מער ווייניגער פארמאכט דיזע טעג צוליב די קאראנע ווירוס, און בלויז אוקריינע האלט אפן אירע גרעניצן פאר יעדן יוצא ונכנס.
די פלענער האבן זיך אנגעהויבן ווארפן ווי א טאבע פון שבת שמות צו שבת בא, און אפשר גאר וארא, כמעט געלאנדעט אויף שבת שירה ביים הייליגן בעל שם, און דאן האבן מיר געגרינדעט דעם אשכול viewtopic.php?p=2558146#p2558146 צו דערשנאפן דעם דעת הציבור און זען אויב דער אלגעמיינער ציבור איז אינטערעסירט אין אזא סארט אוואנטורע.
און נאך אינעם זעלבן מעת לעת האב איך באקומען ערנסטע אנבאטן אין 'אישי' פון חשוב'ע ניקים וואס וואלטן זיך געוואלט זען אויף אזא נסיעה'לע.
אלע וואס האבן זיך געמאלדן צו מיר, האב איך זיי געוויזן דעם וועג צו "ארחיקה נדד", וועמען מ'האט אויפגענומען אלס עסקן ראשי פון די וועד המסדר הנסיעה (אוי איז דאס געווען א געלונגענע באשלוס!)
עס האבן זיך אנגעהויבן יאווען פארלאנגען פון אלע זייטן, טייל האבן פארגעשלאגן צו נעמען א געלט שותפות אין אויסטויש פאר הזכרות. שיער איז איין מיטגליד באצאלט געווארן דעם גאנצן נסיעה דורך א ספאנסער, נאר דער ערשטער האט אין די לעצטע מינוט געמוזט אפרופן זיינע פלענער צוליב פאמיליע אנגעלעגנהייטן.
צו 'בוקן' טיקעטס האט מען אויפגענומען א היימישן אייוועלטניק, א מומחה אין דעם מקצוע, און ער האט זיך גענומען ביכלען טיקעטס רעכטס און לינקס פאר אלע חשוב'ע משתתפים. מ'האט באשטימט ארויסצופארן פון נוארק לופטפעלד מיטוואך אווענט (6:10) און צוריקזיין אין נוארק אויף זונטאג אווענט (ארום 7:00).
המשך יבא אי"ה
(כ'האב געמוזט אנהייבן מיט א שטיקל איינטראגע, צו האבן א שיעבוד צו באשרייבן די זעלטענע נסיעה)