בלאט 2פון 2
געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2008 9:14 am
דורך פויער
וידבר ה' אל משה לאמר דבר אל אהרן וגו' כה תברכו את בני ישראל אמור להם וכו'. די מפרשים שטעלן זיך פארוואס עס שטייט אמור להם נישט דבר להם
ענטפערט די מאור ושמש אז די פסוק וויל מרמז זיין אז דער וואס בענטשט די יודן דארף האבן די מדה פון אהבת ישראל צו אלע יודן, ער זאל ליב האבן אלע יודן אזוי שטארק ווי זיך אליין מיטן גאנצן הארץ אפי' די שוואכסטע צווישן יודן, און דורך דעהם וועט ער זיי לויבן פארן טאטן אין הימל מיט וואספארא גוטע מידות און מעלות זיי האבן, און דורך דעהם וועט ער קענען מעורר זיין רחמים מיט גרויסע חסדים און ממשיך זיין אויף זיי אלע ברכות, און דאס איז מרומז אינעם ווארט אמור להם א לשון פון לויבן אזויווי את ה' האמרת היום אז די באשעפער האט געהייסן פאר די כהנים אז צו קענען בענטשען די יודן מוז זיין אמור להם זאלסט זיי לויבן און דאס קען נאר זיין דורך שטארקע אהבת ישראל, און נאר אזוי קען מען בענטשען די יודן.
געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2008 9:24 am
דורך פויער
יברכך ה' וישמרך יאר ה' פניו אליך ויחנך, זאגט רש"י יברכך מיינט עשירות, יאר ה' פניו זאגט די מדרש אז עס מיינט מאור תורה דו זאלסט פארשטיין און קענען לערנען,
פרעגט די מאור ושמש אז לכאורה וואלט קודם געדארפט שטיין יאר ה' פניו וואס מיינט תורה וואס איז נצחיות און נאכדעהם יברכך וואס מיינט געלט וואס איז נאר אויף די וועלט
ענטפערט ער אז באמת איינער וואס די באשעפער האט עהם באשאנקן מיט א גרויסע עשירות און אויך מיט תורה אז ער לאזט נישט איבער די תורה לערנען וועגן די טירדות פון געלט איז עס די גרעסטע מתנה, ווייל אויף א גרויסע עושר פארלייגט זיך מער דער בעל דבר אז ער זאל זיך גרויס האלטן און ער מאכט עהם פארנומען מיט אלע טירדות הזמן, וועגן דעהם איז זייער שווער זיך צו שטארקן אויפ'ן יצר הרע און גיין אין די תורה'ס וועגן און דינען דעם באשעםער און לערנען תורה, וועגן דעהם האט די באשעפער צוגעזאגט אז אפילו ער וועט בענטשען מיט אסאך געלט וועט אבער באלייכטען דייינע אויגן אין תורה אז מען זאל קענען און וועלן לערנען, וועגן דעהם איז די פסוק מקדים קודם די געלט צו זאגן אז אפילו די וועסט האבן אסאך דעלט וועט דאך די בעל דבר האבן א גרינגע וועג וויאזוי דיר אוועקצונעמען פון די תורה, דאך יאר ה' פניו וכו' וועט די באשעפער באלייכטן דיינע אויגן און דיין הארץ אין די תרוה הקדושה.
געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2009 12:31 pm
דורך גבאי ביהמד
עלה יעלה.
געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2009 12:37 pm
דורך lebediger berel
ס'איז באקאנט דער ווארט פונעם יטב לב זי"ע כה תברכו את בני ישראל אמור להם
אזוי זאלט איר בענטשן אידישע קינדער, אמור להם, זאלסט זיי זאגן דברי תורה.
דוכט זיך שטייט אין די הקדמה פון ברך משה
געשריבן: דאנערשטאג מאי 31, 2012 10:42 am
דורך msp
א פאר הערה'לעך
א
הרואה סוטה בקלקולה יזיר עצמו מן היין
וויבאלד דער יצרא דעריות ברענט ביי יעדער איז אפילו אויב מען זעהט דעם ביטערען סוף פון א סוטה
דאך וועקט עס אויף געפיהלען פון עריות און דערפאר דארף מען אנ'עקסטערע שמירה פון וויין
ב
קדוש יהיה גדל פרע
אין רמב~ם שטייט א חידוש אז די עשה פון גדל פרע גייט נאר אהן אויב די קדושת נזיר איז נישט פארשטערט געווארען דורך טומאת צרעת
דעמאלס איז נאר פארהאן דער לאו פון תער לא יעבור על ראשו
ומשום הכי איז שייך עשה דוחה לא תעשה וויבאלד דער עשה איז נישטא
דאס איז אביסעל נישט ווי שיטת התוס' וואס האלט אז הגם נשים זענען נישט מצווה אין די מצות עשה פון שביתת יו~ט היות עס איז זמן גרמא
מ~מ איז דער עשה פון שריפת קדשים נישט דוחה דער לאו פון כל מלאכת עבודה לא תעשו
וויבאלד דער עשה האט פארשטארקט דער לאו...
ג
ואחר ישתה הנזיר יין
הגם אז ער טרינקט הערשט וויין נאך די נזירות זאגט דער שפת אמת אז דער וואס איז געווען א נזיר טרינקט שוין גאנץ אנדערש
ער טרינקט נזיר'דיג...
ד
בהפטרה כל אשר אמרתי אל האשה תשמר
דער משך חכמה זאגט אז יתכן אז תשמר איז דא דער צווייטער פערזאהן
אז דער מלאך האט געזאגט צו מנוח אז אויך ער דארף טוהן אזוי ווי צללפונית עכ~ד
אבער איז שווער אויב אזוי טאקע פארוואס?
נאר קען זיין עפמ~ש במק~א אויף די מעשה פון אלישע בן אבויה'ס ברית ווי אבויה האט געזען דער עמוד אש ארום ר' יושע און ר' אליעזר
האט ער געזאגט אם כן הריני מקדיש את בני לתורה
און דער ירושלמי זאגט אז וועגען דעם איז אלישע בן אבויה יצא לתרבות רעה
נאר עס איז שווער פארוואס האט די מחשבה שלא לשמה פון טאטען צו טוהן מיט זיין זוהן
נאר יתכן אז אויב א טאטע וויל אז דער דרך התורה זאל האבען א קיום ביי זיין זוהן
דארף ער אליין זיין א מוסטער
דארף ער אליין לערנען און האבען א געשמאק אין תורה ומצוות
דער פראבלעם איז געווען אז אבויה האט נאר געזאגט הריני מקדיש את בני לתורה
ער האט נישט געזאגט הריני מקדיש את עצמי לתורה...
ער איז ווייטער געגאנגען אין זיינע דרכים אבער געוואלט האט ער אז זיין זוהן זאל זיך מתייגע זיין...
דאס האט נישט קיין קיום
האט דער מלאך געזאגט צו מנוח: דיין זוהן דארף זיין א נזיר
דאס קען נאר זיין אויב דו וועסט אויך אהנהאלטען דיני נזירות
ווייל אויב ער זעהט אז דער טאטע טוט נישט ווי ער זאגט זיין זוהן צו טוהן
האט דאס נישט קיין קיום
געשריבן: זונטאג מאי 19, 2013 12:39 am
דורך שוועמל
נשא את ראש בני גרשון...לבית אבותם.
איינער האט געפרעגט פארוואס דארף שטיין ביי שבט לוי 'לבית אבותם' אז מען זאל ציילן לשבט האב ולא לשבט האם (עי' רש'י במדבר), אמער די אלע לויים לבית "אמותם" האט מען דאך שוין פריערט געציילט יעדערער ביי זיין שבט האב, אלס די פריערדיגע ציווי פון לבית אבותם ביי בני ישראל, נו אויב אזוי איז עס לכאורה מיותר?
די זעלבע איז שווער אין אמת'ן יענע וואך ביי סוף פרשה נשא את ראש בני קהת...לבית אבותם.
געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2013 6:35 pm
דורך שוועמל
א תירוץ איינער?
געשריבן: מיטוואך יוני 15, 2016 7:36 am
דורך געשמאקער
לכ הפרשה
געשריבן: מיטוואך יוני 15, 2016 9:11 am
דורך איש חמודות
שוועמל האט געשריבן:
נשא את ראש בני גרשון...לבית אבותם.
איינער האט געפרעגט פארוואס דארף שטיין ביי שבט לוי 'לבית אבותם' אז מען זאל ציילן לשבט האב ולא לשבט האם (עי' רש'י במדבר), אמער די אלע לויים לבית "אמותם" האט מען דאך שוין פריערט געציילט יעדערער ביי זיין שבט האב, אלס די פריערדיגע ציווי פון לבית אבותם ביי בני ישראל, נו אויב אזוי איז עס לכאורה מיותר?
די זעלבע איז שווער אין אמת'ן יענע וואך ביי סוף פרשה נשא את ראש בני קהת...לבית אבותם.
זייער פשוט!שבט לוי האט מען געציילט עקסטער די בני קהת, עקסטער די בני גרשון, און עקסטער די בני מררי.די לבית אבותם ביי קהת קומט צו זאגן אז אויב איז די מאמע מבני גרשון אדער מבני מררי און די טאטע איז מבני קהת זאל מען אים ציילן לבית אבותם.די זעלבע זאך ביי בני גרשון קומט די לבית אבותם צו זאגן אז אויב איז די מאמע מבני קהת אדער מבני מררי זאל מען אים ציילן לבית אבותם.און אזוי אויך ביי בני מררי כנ"ל.
געשריבן: פרייטאג יוני 17, 2016 5:44 pm
דורך רצון טוב
ווערט געברענגט
דער הייליגער אפטער רב איז געווען אמאל אין בארדיטשוב ער"ש נשא און געפאדערט אידן צו געבן צדקה און ער האט געטייטשט
ביום השישי [פרייטיג נשא] נשיא -זאל דערהויבען ווערן לבני גד- די אידן וואס זענען ג'ומל ד'לים אליסף זאלן נישט אוועקגיין אינג מלשון אל יסף בן דעואל- זאלען האבן קינדער וואס ווייסען פון באשעפער.
געשריבן: זונטאג יוני 04, 2017 7:55 pm
דורך פייערמאן
msp האט געשריבן:
ב
קדוש יהיה גדל פרע
אין רמב~ם שטייט א חידוש אז די עשה פון גדל פרע גייט נאר אהן אויב די קדושת נזיר איז נישט פארשטערט געווארען דורך טומאת צרעת
דעמאלס איז נאר פארהאן דער לאו פון תער לא יעבור על ראשו
ומשום הכי איז שייך עשה דוחה לא תעשה וויבאלד דער עשה איז נישטא
דאס איז אביסעל נישט ווי שיטת התוס' וואס האלט אז הגם נשים זענען נישט מצווה אין די מצות עשה פון שביתת יו~ט היות עס איז זמן גרמא
מ~מ איז דער עשה פון שריפת קדשים נישט דוחה דער לאו פון כל מלאכת עבודה לא תעשו
וויבאלד דער עשה האט פארשטארקט דער לאו...
אין המקנה אין קדושין דף ל"ד. אויף תוס' דארט איז ער אזוי מעיר, אבער אין חתם סופר אין מס' נדרים דף טז: וויל ער פארענטפערען אז דער רמב"ם זאל שטימען מיט תוס' יעויי"ש, און אזוי אויך אין דברי יחזקאל סוף סי' י"ב
זאגט ער א שיינע סברא מחלק צו זיין צווישען דעם רמב"ם אין תוס'. msp האט געשריבן:
ד
בהפטרה כל אשר אמרתי אל האשה תשמר
דער משך חכמה זאגט אז יתכן אז תשמר איז דא דער צווייטער פערזאהן
אז דער מלאך האט געזאגט צו מנוח אז אויך ער דארף טוהן אזוי ווי צללפונית עכ~ד
אבער איז שווער אויב אזוי טאקע פארוואס?
נאר קען זיין עפמ~ש במק~א אויף די מעשה פון אלישע בן אבויה'ס ברית ווי אבויה האט געזען דער עמוד אש ארום ר' יושע און ר' אליעזר
האט ער געזאגט אם כן הריני מקדיש את בני לתורה
און דער ירושלמי זאגט אז וועגען דעם איז אלישע בן אבויה יצא לתרבות רעה
נאר עס איז שווער פארוואס האט די מחשבה שלא לשמה פון טאטען צו טוהן מיט זיין זוהן
נאר יתכן אז אויב א טאטע וויל אז דער דרך התורה זאל האבען א קיום ביי זיין זוהן
דארף ער אליין זיין א מוסטער
דארף ער אליין לערנען און האבען א געשמאק אין תורה ומצוות
דער פראבלעם איז געווען אז אבויה האט נאר געזאגט הריני מקדיש את בני לתורה
ער האט נישט געזאגט הריני מקדיש את עצמי לתורה...
ער איז ווייטער געגאנגען אין זיינע דרכים אבער געוואלט האט ער אז זיין זוהן זאל זיך מתייגע זיין...
דאס האט נישט קיין קיום
האט דער מלאך געזאגט צו מנוח: דיין זוהן דארף זיין א נזיר
דאס קען נאר זיין אויב דו וועסט אויך אהנהאלטען דיני נזירות
ווייל אויב ער זעהט אז דער טאטע טוט נישט ווי ער זאגט זיין זוהן צו טוהן
האט דאס נישט קיין קיום
הערליך!
Re: לקוטים וענינים בפרשת נשא
געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 4:59 pm
דורך להודות
שלה"ק מסכת שבועות חלק תורה אור עוד מוסר אחר צריך אני להודיע
אותן שאומרים במרוצה דברי התורה מכח ששגור בפיהם כגון י"ב פרשיות של י"ב נשיאיםמאחר שהדברים כפולים ומכופלים קורין אח"כ במהירות עבירה גדולה היא בידם, כי כל אות ואות תולין בו רבבי רבבות עולמות רוחניות ולא לחנם נכפלו הדברים * ואשרי המדבק עצמו בהבל פיו וראיית עיניו באותיות התורה
הגה"ה
גם בתורה שבעל פה בפוסקים כשלמדתי תורה אצל רב הגאון והחסיד מהר"ר שלמה זלה"ה היינו עומדים בטור אורח חיים סימן ל"ו בענין חסירות ויתירות של ד' פרשיות בכור מלא זכור מלא הוציא מלא כו' עד גמר כל הסימן הי' קורא מלה במלה, ואני הייתי קורא הכל במהירות מאחר שאין שם דבר הצריך עיון או פשט. וגער בי הרב החסיד במאוד מאוד ואמר צריך להחשיב דברי תורה ולאמרם בנחת ובאימה וביראה כי הדברים שמחים לפני הקב"ה