אייוועלט פרעזענטירט: 'טוב לב המלך' - ניגוני פורים!
איך בין (נישט) פישי...
פיין, אן קיין לאנגע הקדמות, אן אויסציהען די נשמות, אן אויספליהען אין די עולמות, לאמיר צוגיין צי מנין, ווייל פורים אישוין דא!
איז אזוי:
אייוועלט שטעלט דא צו א נייע הערליכע פראפעשנילע סידי מיטן נאמען:
"טוב לב המלך"
א פורים קאלעקשן!
כשמו כן הוא, "טוב לב", ס'מאכט גוט אויפן הארץ. א הערליכע קאלעקשן פון 15 אויסגעקליבענע פורים ניגונים, קאמפאוזט דורך טאלאנטפולע אידישע הערצער, געזינגען דורך וועלט בארומטע אידישע לעפצן, וואס וועט מחיה זיין שווערע עשרות אלפי אלפים כיכר אידישע אויערן.
טוב מאוחר מלא גיכער, אפי' משטייט שוין אינעם שוועל פון פורים, דאך פטור בלא בלום אי אפשר, און מיר שטעלן יעצט צו דעם סידי, נאך אסאך שווערעקייטן און שטרוכלונגען וואס האבן זיך געשטעלט אין וועג ווי סאמע וועלט בארומטע מחוצפים.
אנהייב איז עס געווען די געלעכערטן מאגאזין וואס האט נישט איבערגעלאזט צייט פארן סידי, שטייצעך מיט אסאך רעכט. און נאכדעם נאך זאכענעס שאין כאן המקום לפרוטה.
אבער דאן איז אריינגעשפרינגען אינעם פראיעקט @גרויסע עם הארץ וואס האט נישט נאכגעלאזט קיין מינוט, און געשטאנען אויף מיינע געהירן און געהאלפן און געשטיפט און געשטיצט און נאר אזוי האלט מען שוין דא, הנה זה בא, וכו'.
אויך דארף מען דערמאנען נאך עטליכע ניקס וואס כגעדענק שויניש וואס האבן זיך אנגערופן קאכעדיג, און צוגעשטיפט אז מ'טאר נישט נישט מאכן א פורים סידי!
כ'האב זייער געוואלט אז אונזער וועלט בארומטן @איינס זאל אהערשטעלן דעם בוקלעט אזוי ווי נאר ער קען. אבער נאכן געלעכערטן פראיעקט האב איך זיך פשוט געשעמט צו איהם בעטן! כ'האב איהם נישט געקענט בליקן אין אויגן אריין!! אבער וואס מיינט עטס, כ'האב איהם געבעטן ווי א טאטעלע... און ער האט געענטפערט ווי א זיידעלע... אז ער וויל זייער שטארק אבער וואס קען מען טוהן וכו', אקיצער, אזוי ווי כאבמעך פארגעשטעלט.
און דא האט אונז סורפרייזט א נייער סאמטינג שטערן!
מאכט אייך באקאנט מיטן גרויסע וועלט פון @א קליינע וועלט, א טאלאנטפולער חשובער געלונגענער יונגערמאן, [וואס ווער ס'האלט מיט ארבעט ער ביי מיר אין אפיס, אזוי האביכעם געקענט האבן אונטער מיין האנט...], און ער האטצעך אריינגעריקט אינעם ענין, און גענומען די גאנצע מלאכת הגרעפטשיק אויף זיינע פלייצעס! פונעם קאווער ביזן אווער! און מיט א פורימ'דיגע גיסטע האט ער אהערגעשטעלט א הערליכע ארבעט, כאשר תחזינה עיניכם מאה שערים. עטס וועטס געוואור ווערן אז חוץ פון שרייבן און אויפלעבן דאס קליין וועלטל פארמאגט ער נאך רייכע טאלאנטן...
אינעם סידי איז אריינגעלייגט אסאך כוח צייט און מחשבה, פון צאמקראצן ניגונים, דערנאך שניידן פון די דרייסיג געקליבענע ס'זאל ארויסקומען א שלימות, און זאמלען אינפא, שניידן די ניגונים ווי מ'דארף, אויסשטעלן דעם סדר, און נאך אונאך.
אלזא, בעטן מיר בכל לשון של הרגשה, יעדער זאל עס קאפיען און פארשפרייטן ווי מער, זאלן נאך אידישע קינדער קענען הנאה האבן דערפון פריי פון אפצאל און עצבות.
פיין, יעצט לאמיר כאפן א שטיקל שפאציר אינעם סידי אשר אנחנו פורסים לפניכם:
ס'פאנגטצעך אן מיט א פרישע נייע לעבעדיגע ניגון " יבוא המלך" וואס ערהאלט אין זיך בענצי שטיינ'ס פרישקייט וואס אונז אלע האמיר שוין לאנג געהערט דערפון, זייט דעם אייוועלט באקאנטן "שיר ציון" סידי.
נאכדעם איז נאך א הארציגע פרישע ניגון פונעם זעלבן קאמפאוזער, ר' בענצי, וואס דאס מאל לייגט ער אריין זיינע הארץ קוועטשערס אינעם " אדוני המלך" ניגון. וואס אין דעם באטייליגן זיך דעם וועלט בארומטן "ר' מיכאל שניטצלער" אינאיינעם מיט זיין קאלעיגער "ר' מאטי אהרן הלוי וויזל" פון א"י. ס'ניגון איז לכאו' ס'ערשטע סינגל דואט פון ר' מיכאל.
דא קומט אריין דעם 3'טן ניגון " לבוא אל המלך", אז מ'וויל לעבעדיג און פרישקייט דארף מען גיין שטייצעך צום צווילינג ר' יואלי קליין און ר' ישעי' גראס. ס'ניגון איז ארויס דעם לעצטן יאר און אין א"י איז עס געווען די פורים-היט, און אויך איבער דער גארער וועלט האט מען עס נישט פארקוקט.
ביים 4'טן הערן מיר א הערליכן ניגון " אם על המלך טוב", א ווארעמע חסידישע מעשה, געזינגען דורך ר' זאנוויל וויינבערגער מיט די מלכות קווייער. אפי' ס'א לייוו געזינגעכטס האט מען נישט געקענט פארקוקן פון אזא ווארעמע שיינע ניגון.
און דא לויפט אריין א ניגון " קיימו וקיבלו", געזינגען דורך ר' רולי דיקמאן, וואס לשם 'ונהפוכו' זינגט ער מיטן חסידישן הבערה (תרתי משמע) און אפי' ווערטער אויף אידיש לייגט ער צו... א הערליכע לעבעדיגע ניגון, קאמפאוזט ביים באוואוסטן אלי בערי & איצי קליין שותפים.
דערנאך קומט אריין קלאר דעם שוין-באקאנטן " לבוש מלכות", ווידעראמאל פון בענצי שטיין, וואס מיר אלע קענען שוין גוט דעם לעבעדיגע ניגון פונעם סידי "שיר ציון".
פלוצלינג גייט מען אריבער צום אמאל, א הערליכע " שושנת יעקב" שטיקל, געזינגען דורך שירה קווייער אינאיינעם מיט די יונגערליך קינדער קווייער. מיטן אמאליגן געשמאקן חן.
און מ'קומט צוריק צום היינט, אבער מיטן אמאליגן טעם. א לעבדיגע " להודיע" ניגון, געזינגען דורך ר' מענדי ווייס.
ר' קומזיץ וויל אויך א טייל נעמען אינעם סידי, פליהט אריין דא א באטעמטן ניגון " ותוסף אסתר", א קומזיץ סטייל, געזינגען דורך ר' פסח שלמה שווארץ.
און ווי קעמען שליסן אנעם חן און פלאקער פון ר' יהודה גרין. האבן מיר דא אויך א " ונהפוך הוא", געזינגען און געקלינגען דורך ר' "יודא גרין".
" להתחנן לו" - א פרימישלאנע מעשה. געזינגען דורכן אייגנהארטיגן "אברומי ראט" שטימע, זייער א געשמאקער ניגון, ס'ווערט שנעלער און פלינקער.
א געשמאקע ווארעמע " שער המלך" ניגון, אויפן היינטיגן סטייל, קעמען אויך הערן דא. געזינגען דורך ר' אהרי ברוין.
און ווי קעמען ווייטער לויפן אנעם " חייב איניש" געזינגען דורך ר' יענקי דאסקאל, פונעם וויז'ניצע פורים הויף. וואס די עולעם קען גוט שוין פונעם "ביד היוצר" סידי.
און איינער האט געטראכט אז מ'גייט אויסלאזן ר' יאסי גרין? האמער איהם אויך. מיט אן אינטרעסאנטע " משנכנס אדר". מיט א שמחה'דיגע געפיל.
און צום שלוס דערקוויקן מיר זיך מיטן הערליכן געפלאכטענעם " שושנת יעקב" יצירה, געזינגען דורך ר' שלמה זלמן האראוויטץ מיטן אלעמען באקאנטן ילד-בחור הפלא "אברהם חיים גרין".
דא האט איר, שמעו ותחיינה את הילדים!
'טוב לב המלך' - פורים קאלעקשן
הערט און האט הנאה!
א פרייליכן פורים און לוסטיגן תמיד!!!