Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
סקווירא
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
לויט דעם קומט אייך דאך יעצט א לחיים וואונטש, דער נשמה זאל האבן אן עלי׳ און ער זאל זיין א גוטע בעטער פאר אייער גאנצע משפחה.משה צימערינג האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מארטש 11, 2021 12:22 pmביי מיר ממש די זעלבע שבת ווי ביי דיר אפשר אביסל מער געשלאפן ווי אויף געוועןנא_שכל האט געשריבן:פאריאר אין אזא צייט ערב שבת החודש זעמיר נישט מער געדאכט געלעגן אין בעט מיט פיבער און א הוסט וכו' וכו'. מ'האט גענומען הייסע שאוערס, מ'האט קוים געכאכפט שחרית קודם חצות ביחידות אינדערהיים..
שבת החודש איז געווען דער קלימאקס פונעם וויירוס ביי אונז, ווען א חלק משפחה בעיקר די מענער האבן געהוסט אין געפיבערט.
די סעודות שב"ק איז געבליבן אומגעגעסען, קוים אריינגעשטופט א כזית חלה, און אריינגעפאלן צוריק אין בעט.
שב"ק צופרי האט עס אנגעהויבן ב"ה בעסער ווערן, מ'האט געדאווענט אינדערהיים, אליינס, געליינט ויקהל פקודי" און "פרשת החודש" אין א מקראות גדולות חומש, לכתחלה האט מען עס געוואלט איינטיילן צווישן די אנדערע "גדולים" הכלואים בבית, אבער די מצב פון די בחורים איז געווען ערגער, און זיי זענען נישט געווען בכח צו ליינען די פרשה, קוים אביסל דאווענען פאר זיך.
דערנאך האט מען געבענטש דעם חודש "ניסן", אליינס. פארשטייט זיך די התעוררות והרגשים ביים זאגן די תפלות לברך את החודש פון דעם חודש אשר ישועות בו מקיפות זענען געווען זייער שטארק, די מעיין הדמעות איז נישט געווען פארשלאסן אפילו ביום השבת. מ'האט ארויסגעקוקט אז ס'זאל שוין זיין "לרפואה שלימה" און ס'זאל זיך שנעל ענדיגן די צרות, מ'האט נישט געוואוסט וואס ס'ווארט אויף אונז בפרטיות און אויפן גאנצן ציבור בכלליות. מ'האט געגלייבט אז טאקע אט דעם פסח וועט אליהו הנביא זיך באווייזן ביים טיר, און מ'האט שטארק מתפלל געווען אויף דעם.
די נשים האבן נאך דעמאלטס געהאלטן אז מ'טרייבט אביסל איבער, אבער ליידער א וואך שפעטער ווען מ'האט שוין ב"ה זיך געשפירט כמעט אינגאנצן גוט, האבן עס די נשים געהאט, ס'געווען זייער שווער מיט צוהאלטן וויאזוי זיי הוסן און קענען זיך קוים כאפן דעם אטעם [ובפרט די וואס האט געווארט א שמחה, שברוב רחמיו וחסדיו יתב' האט זיי זיך ארויסגעדרייעט דערפון בשלימות און אלעס איז געווען בעתו ובזמנו (אפשר ברויך מען מאכן א טאגבוך פון די ימי שמחה בעידן קאראנע, דאס קינד האבן אין שפיטאל, דער זכור, דער וואכטנאכט, און דער ברית, און דאס נישט קענען פארן צו אשת חיל].
נאר די נשים האבן יענע שבת אויך נישט גוט געפילט
און ליידער ליידער יענעם מוצ"ש החודש בין איך אינפארמירט געווארן אז מיין אומפארגעסליכן טאטע הכ"מ איז יענע שבת פארטאגס אוועק און............
ריכטיג.
פארפרוירן האט געשריבן: ↑ דינסטאג אפריל 09, 2024 11:57 amריכטיג.
viewtopic.php?p=2137460#p2137460
viewtopic.php?p=2137804#p2137804
https://www.hebcal.com/converter?gd=20& ... 2020&g2h=1
ר' אברהם יושע פריינד ע"ה איז געווען פון די ערשטע, זיין ברודער ר' יצחק חיים ע"ה געווען ביי זיי לויה געזונט און שטארק און מספיד געווען, 4 וואכען שפעטער איז ער ליידער אוועקפארפרוירן האט געשריבן: ↑ דינסטאג אפריל 09, 2024 11:57 amריכטיג.
viewtopic.php?p=2137460#p2137460
viewtopic.php?p=2137804#p2137804
https://www.hebcal.com/converter?gd=20& ... 2020&g2h=1