Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
א חידוש פון א זאך! א נארמאלע מענטש אויף די גאס גייט מיט א מאסק
היינט בלויזא יאר שפעטער... - קאמענטארן זענען איבריג!!
- אטעטשמענטס
-
- Untitled-2.jpg (187.34 KiB) געזען 5467 מאל
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
קאפעלע האט געשריבן:עומד מן הצד האט געשריבן: בערך די צייט פאריאר, האט מען אנגעהויבן זעהן געציילטע מענטשן טראגן מאסקעס אויפן פנים, בעיקר ביי די ערלים,
ביז דאן האבעך געמיינט אז דאס באלאנגט פאר די דאקטוירים, ס'קומט צוזאמען מיט'ן ווייסן שירצל, כהיום איז עס א חלק פונעם לעבן,
זעמיר געוועהן אין פלארידע ארום א וואך פאר פורים און נישט אויפגעהערט לאכן אין עירפארט פון די נערישע גוים וואס טראגען מאסקעס... אויפן וועג צוריק האט מען שוין איבעראל געזעהן שטרענגע מעלדונגען פאר מענטשען וואס קומען פון אפעקטירטע לענדער, אבער חוץ פון דעם איז אלעס אנגעגאנגען נארמאל.
די גרעסערע חידוש איז אז אפי' ווען די מצב איז געוועהן גאר ערענסט אין די וואכן ציווישען פורים און פסח איז נאכאלטס נישט געוועהן כמעט קיין מאסקעס בנמצא און ספעציעל ביים היימישען עולם, ווען מ'טראכט צוריק קען מען נישט פארשטיין וויאזוי מ'האט פארזעהן אזא פשוט'ע זאך, אבער די סיבה איז אז די רעגירונג האט עס דאן נישט רעקאמענדירט (צוליב די מאנגל)
עירוב תבשילין האט געשריבן: זלמן ווידער האט אין די טעג נאך פורים אנגעהויבן רעדן אויף קול מבשר מיט מוסר דרשות און מעורר געווען כלל ישראל לתשובה ותיקון המעשים, צו איז דאס געווען יעדן ערב שבת ביי 113 ווי ער האט געגעבן א שטיקל סך הכל פונעם וואך באגלייט מיט פסוקים ומדרשי חז"ל (כדרכו) צו ביי 111 ווי ער האט טעגליך מעורר געווען קולו בבכי און אריינגעברענגט אן התעוררות אין די הערצער פון כלל ישראל.
אין די זעלבע צייט האט דרעזנער פרובירט צו הייבן די געמיטער מיט א טעגליכע כי בשמחה תצאון נאר מיט שמחה קען מען ארויסגיין פון די שווערע צייטן פראגראם ארויף ברענגענדיג בדחנים, פרייליך מאכער און גוטזאגער, אזוי אויך מיט פארשידענע אידישע דאקטורים. אזוי אויך מיט א "ועל המדינות בו ייאמר איזו לקאראנע" פראגראם א בליק איבער די מצב אין אלע חרדישע געגענטער איבער די גארע וועלט.
פנחס גלויבער האט שוין דאן אנגעהויבן רעדן און מסביר זיין די חילוק צווישן א פאנדעמיע און אן עפידעמיע....
שמעון ראלניצקי האט שוין דאן געברויזט אויף די אלע וואס פאלגן נישט אויס די קאראנע רעגולאציעס
אא"וו ביז א וואך שפעטער דאכצעך איז געעפענט געווארן א באזונדערע קנעפל איבער די קאראנע...
שלג כצמר האט געשריבן: די מעסעדזש האב איך געסעיווט, פון יענעם שווארצן דינסטאג נאכט ויק"פ - א וואך נאך פורים.
איך געדענק נאך ווי איך בין געווען ווען איך האב עס באקומען...
איך בין געווען דאן אין א פארמאסי, אויפן וועג אהיים פון א חתונה - די לעצטע (כמעט) נארמאלע חתונה פארן קריג, (אמער, א נאכט שפעטער זענען שוין חתונות נישט פארגעקומען, נאר אין בעקיארדס און אין גארדזשעס.) איך האב מיך זיבן מאל געוואשן פיורעל ביי די חתונה, געציטערט צו געבן די הענט, דער חתן דענק איך האט יא געגעבן.
אויפן וועג אהיים בין איך אריין אין א פארמאסי קויפן אלקאהאל פעדס... דאן איז אריינגעקומען די מעסעדזש.
כ'בין גלייך אריבער געלאפן אין מיין שול כאפן מיין טלית ותפלין נישט וואוסנדיג וואס וועט זיין מארגן.
די פאניק איז געווען אויפן העכסטן...
איי צייטן צייטן.....
עומד מן הצד האט געשריבן: געהערט פון א קרוב פון ר' אברהם יהושע ע''ה, אז מ'האט גענומען א קאראנא טעסט לאחר מותו און ס'איז צוריקגעקומען נעגעטיוו,
ווייסעך נישט וויפיל מ'קען איהם גלייבן,
קאפעלע האט געשריבן: איינער זאל ביטע דעקן די דינסטאג נאך פורים (אויב כאניש קיין טעות) ווען די נייעס האט זיך גענומען שטורעמען ווילד, יעדע דריי מינוט נאך א אפדעיט, די קאנפרענס מיט די ווייסע הויז(?), און צום סוף יענע נאכט ווען די גרויסע קהילות האבן איינס נאכן אנדערען געמאלדן אז די בתי מדרשים ווערן פארמעכט און די עולם שפאצירט אהיים מיט טלית ותפילין פארלוירענערהייט.
כ'מיין אז יענע טאג איז געוועהן די טאג ווען אלעס האט זיך געטוישט, מ'האט אנגעהויבן כאפן אז די מצב איז ערענסט, די צומישעניש איז געוועהן אויף די העכסטע שטאפלען, און אידן האבן זיך נישט געקענט איינהאלטן די טרערן זעהנדיג ווי די אונזער שוהלן ווערן פארשלאסן צום ערשטען מאל אין די אמעריקאנע היסטאריע.
moishy56 האט געשריבן: איך מיין אז די ערשטע קאראנע נפטרים זענען געמאלדען געווארן אויף ivelt פרייטאג כ''ד אדר.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... tart=25100
דברי יואל הצלה האט געשריבן: ↑ מאנטאג יוני 03, 2024 8:31 pmיעצט האב איך געכאפט הא הא נישט נארמאל יעצט מעק אויס די תגובה ווי די מאכסט חוזק פון מיר איך שעהם זיך
דברי יואל הצלה האט געשריבן: ↑ מאנטאג יוני 03, 2024 8:31 pmיעצט האב איך געכאפט הא הא נישט נארמאל יעצט מעק אויס די תגובה ווי די מאכסט חוזק פון מיר איך שעהם זיך