Re: ר' אביגדור מילער און אונזערע רבי'ס
סארקאזי האט געשריבן: די נושא ווי אזוי ער לייגט אראפ, אז מקען הנאה האבען פון די וועלט דורעך שפאצירען, און עסן, און זעהן שיינע זאכען, ווייל דאס ווייזט אויף חכמת ה' אין די בריאה, און די אהבה וואס דער אייבירשטער האט צום מענטש, וכו'
איז זייער א ''פיין ליין'' ביזען ווערען א פולשטענדיגע מגושם,
עכ''פ סאיז נישט אויף די זעלבע ליניע פון די לימודים אז די וועלט איז נאר א עולם עובר, און קדש עצמך במותר לך וכדומ'
נישט צו זאגען ח''ו אז ר' אביגדור איז געווען אפילו נאנט צו א מגושם, אבער עס קען ווערן נישט ריכטיג אויסגעטיייטש,
נ''ב איך בין א גרויסער חסיד פון ר' אביגדור סיי פון זיין פרעזענליכקייט און סיי פון זיינע לימודים אבער איך שפיר כסדר אז מיט בעש''ט און אר''י הק' קומט עס נישט צוזאם,
אויסדרוקליך נישט קיין סתירה די ביידע מהלכים.
מ'קען אינזין האבן די חסד ה', און דאנקן דעם אויבערשטן פארן זאפטיגן עפל - וואס מען עסט ממילא..., און איינוועגס אינזין האבן לא להנאת גופי, און פרובירן וואס ווייניגער הנאה האבן פון דעם עולם. נישט אז מיר האלטן ביי אזא מדרידה, אבער קיין סתירה איז עס נישט.
דער באשעפער האט געמאכט א שלימות'דיגע וועלט אז מיר זאלן הנאה האבן, מיר מאכן א ברכה צו דאנקן דערויף, קיינער דינגט זיך נישט מיט דעם, אבער געבן אכטונג נישט צו ווערן מגושם חלילה.
ר' אביגדור'ס מהלך אין נפלאת הבורא איז בעיקר געבויט אויפן חובת הלבבות, וואס איז כידוע די ערשטע חסידיש ספר, אזוי האט ר' נתן יוסף נאכגעזאגט פון הרה"ק מסאטמאר.