בלאט 1פון 1

וועלעכע ציון גייט מען קודם

געשריבן: מאנטאג מארטש 08, 2021 6:19 pm
דורך שאראש-פאטאק
ווען איינער גייט צו א בית החיים למשל אין מאנסי צו וועם גייט מען קודם לויט די עלטער. ווער סאיז קודם אוועק. אדער וועמענס ציון מען באגעגענט קודם?
ביומא דהילולא דארף מען קודם גיין וועמענס יארצייט סאיז דעמאלס אדער נישט?

Re: וועלעכע ציון גייט מען קודם

געשריבן: מאנטאג מארטש 08, 2021 7:18 pm
דורך רעים
ווען די צמח צדיק (ווישניץ) איז געווען און עיר הקדוש מעשבוז איז ער אריבער די אפטע רב און געגאנגען גלייך צום בעל שם טוב און געזאגט אפטע רב ס'איז דא עלטער פון אייך

Re: וועלעכע ציון גייט מען קודם

געשריבן: מאנטאג מארטש 08, 2021 7:26 pm
דורך בפשיטות
געהערט אמאהל בשם די ריבניצ’ע רבי זי”ע דריי זאכן וואס ער האט מקבל געווען פון זיין גרויסן רבי’ן דער הייליגער שטעפינעפטער וואס מ’דארף וויסן ווען מ’גייט צו א ציון פון א צדיק, אויב געדענק איך גוט איז איינס פון די דריי מ’זאל נישט גיין צו מער ווי איין צדיק, ווי אויך נישט בעטן מער ווי איין פרטיות’דיגע בקשה, די דריטע דענק איך נישט.

קאן זיין איך בין זיך טועה. אדרבה אויב איינער קען אויסבעסערן

Re: וועלעכע ציון גייט מען קודם

געשריבן: מאנטאג מארטש 08, 2021 10:18 pm
דורך שאראש-פאטאק
עפעס האב איך געהערט פינקלעך געדענק איך נישט אז די נועם אליעזר האט געשיקט קיין סיגעט האט ער געזאגט מען זאל די מערסטע איינרייסען ביי די עצי חיים וועגען ער איז די נענסטע צו אונזער דור פארשטייט ער די מערסטע אונזער צרות ונסיונות

Re: וועלעכע ציון גייט מען קודם

געשריבן: מיטוואך מארטש 10, 2021 2:56 pm
דורך אייער_קיכל
וויאזוי טוט מען ווען מ'גייט צום קבר פון די עלטערן און מ'וויל אויך צו גיין צום צדיק באותו ביה"ח, איזה מהן קודם?

Re: וועלעכע ציון גייט מען קודם

געשריבן: מיטוואך מארטש 10, 2021 3:00 pm
דורך הילולא דצדיקיא
ראיתי לאדם גדול
שהלך קודם להרבי מויזשניץ ואח"כ להרביים מסקולען ואח"כ להרבי מריבניץ
והבנתי ממנו, שהוא לפי ההתקשרות שהיה לו עם הצדיקים (כלומר את הרבי מריבניץ בקושי ראה, עם אדמור"י סקולען היה מקושר, ובויזשניץ עוד יותר מקושר).

Re: וועלעכע ציון גייט מען קודם

געשריבן: מיטוואך מארטש 10, 2021 8:27 pm
דורך שאראש-פאטאק
אייער_קיכל האט געשריבן: וויאזוי טוט מען ווען מ'גייט צום קבר פון די עלטערן און מ'וויל אויך צו גיין צום צדיק באותו ביה"ח, איזה מהן קודם?

געזען אין די גליון פון רי״מ מארגנשטרן אז קודם גייט מען צו די עלטערן אלץ כיבוד אב ואם

Re: וועלעכע ציון גייט מען קודם

געשריבן: מיטוואך מארטש 10, 2021 8:55 pm
דורך סאפראנאו בעס
בפשיטות האט געשריבן: געהערט אמאהל בשם די ריבניצ’ע רבי זי”ע דריי זאכן וואס ער האט מקבל געווען פון זיין גרויסן רבי’ן דער הייליגער שטעפינעפטער וואס מ’דארף וויסן ווען מ’גייט צו א ציון פון א צדיק, אויב געדענק איך גוט איז איינס פון די דריי מ’זאל נישט גיין צו מער ווי איין צדיק, ווי אויך נישט בעטן מער ווי איין פרטיות’דיגע בקשה, די דריטע דענק איך נישט.

קאן זיין איך בין זיך טועה. אדרבה אויב איינער קען אויסבעסערן

די דריטע איז קומען דירעקט צום צדיק, נישט אז מ'איז ממיילא אין געגענט,

גראדע האב איך געהערט בשם ר' משה לייב רוטנער אז די זאך פון גיין נאר צו איין צדיק איז לאו דווקא, די מכוון איז אז מען זאל גלייבן אז מ'האט געפועלט.

Re: וועלעכע ציון גייט מען קודם

געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 5:04 pm
דורך נישטאמת
ווען איך בין געווען אויף א נסיעה, האט די פירער געזאגט אז מען גייט צום צדיק וואס איז לעצטע אוועק ווייל ער האט (נאך) די מערסטע קשר מיט אונז. איך ווייס נישט קיין מקור דערויף.

Re: וועלעכע ציון גייט מען קודם

געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 5:12 pm
דורך דונש
נישטאמת האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 5:04 pm
ווען איך בין געווען אויף א נסיעה, האט די פירער געזאגט אז מען גייט צום צדיק וואס איז לעצטע אוועק ווייל ער האט (נאך) די מערסטע קשר מיט אונז. איך ווייס נישט קיין מקור דערויף.
אמאל געשטאנען אין זקיניך (שש"ט) בשם ר' חיים הערש אפעל נ"י
אז דער סקולענער רבי' זי"ע האט אים פארציילט אז ער איז אמאל געווען אין סיגעט און זיין פאטער בעל נועם אליעזר זי"ע האט אים געזאגט אז ער זאל גיין קודם צום עצי חיים ווייל ער איז דער לעצטער און ער האט דאס מערסטע קשר מיט אונז

Re: וועלעכע ציון גייט מען קודם

געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 5:46 pm
דורך נישטאמת
דונש האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 5:12 pm
נישטאמת האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 5:04 pm
ווען איך בין געווען אויף א נסיעה, האט די פירער געזאגט אז מען גייט צום צדיק וואס איז לעצטע אוועק ווייל ער האט (נאך) די מערסטע קשר מיט אונז. איך ווייס נישט קיין מקור דערויף.
אמאל געשטאנען אין זקיניך (שש"ט) בשם ר' חיים הערש אפעל נ"י
אז דער סקולענער רבי' זי"ע האט אים פארציילט אז ער איז אמאל געווען אין סיגעט און זיין פאטער בעל נועם אליעזר זי"ע האט אים געזאגט אז ער זאל גיין קודם צום עצי חיים ווייל ער איז דער לעצטער און ער האט דאס מערסטע קשר מיט אונז
אינטערעסאנט, די מעשה געדענק איך איז געווארן דערציילט ביים נסיעה טאקע אין סיגעט. לכאורה האט ער עס נאכגעזאגט פונעם סקולענער רבי.

Re: וועלעכע ציון גייט מען קודם

געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 6:12 pm
דורך נחוניא
הילולא דצדיקיא האט געשריבן: מיטוואך מארטש 10, 2021 3:00 pm
ראיתי לאדם גדול שהלך קודם להרבי מויזשניץ ואח"כ להרביים מסקולען ואח"כ להרבי מריבניץ
והבנתי ממנו, שהוא לפי ההתקשרות שהיה לו עם הצדיקים (כלומר את הרבי מריבניץ בקושי ראה, עם אדמור"י סקולען היה מקושר, ובויזשניץ עוד יותר מקושר).
מעגליך וויבאלד די ביה"ח באלאנגט פאר וויזשניץ, קומט קודם צו גיין צום מרא דאתרא, און דערנאך צו די אנדערע וואס ליגן דארטן.

Re: וועלעכע ציון גייט מען קודם

געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 6:19 pm
דורך הויעך
איך פיר מיר ווען איך גיי קיין מאנסי צו ערשט גיין ארויף די בארג צו די צדיקי בית סקולען, דארט נעם איך א תהלים וואס איז נתנדב געווארן פאר די ריבניצע ציון (סאיז אייביג דא אפאר פון יודן וואס גייען קודם צום ריבניצער און דערנאך ארויף) איך זאג תהלים,
דערנאך מיט די תהלים אין די האנט גיי איך צום הייליגען וויזניצע ציון ווי איז זאג ווייטער תהלים,
פון דארט גיי איך צו ריבניץ ווי איך לאז איבער די תהלים נאכען זיך אויסבעטן אלעס גוטס


פארוואס טוה איך אזוי? ווייל סאיז מיר באקוועם.
אויב איזעס נישט אויסגעהאלטען ביטע מיר לאזן וויסען.

יישר כח פוילט אויס אלעס גוטס

Re: וועלעכע ציון גייט מען קודם

געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 6:29 pm
דורך זאנוויל תנחום
אין קרית יואל גיי איך קודם צום רבין ז"ל און נאכדעם צום ברך משה. פשוט ווייל די ברך משה פלעגט אלעס תולה אינעם כח פונעם פעטער, גיי איך קודם צום פעטער....

Re: וועלעכע ציון גייט מען קודם

געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 8:54 pm
דורך דער אמשינובער חסיד
האדמור מאמשינוב שליט"א ווען ער גייט צום ציון פון זיין זיידע הרה"ק ר' שמעון מאמשינוב זי"ע ביום היארצייט, גייט ער קודם צום ציון פון זיידן און דערנאך על סדר קבורתם פון אלע תלמידי בעל שם אויפן ארט.

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: