די שפאציר אין בארא פארק איז גאר גוט, נישט די לאקאציעס, נאר בעיקר די שפראך איז עפעס געוואלדיג. קורץ און שטעכעדיג. אויך געטראכט אזוי - אבער טיילמאל איז ער שוין אביסל צו קורץ
די אמונת ישראל ארטיקל איז זייער רוי, נישט קיין חידושים, נאר קאלטע פאקטן אן קיין סאך קריעטיוויטי.
בכלל געווענליך ווען מאמענט לייגט א בילד פון איינעם ערווארט איך אן אינטערוויו נישט קיין פלעינע ביישרייבונג.
די לב טהור גרים ארטיקל איז זייער רירנד, א שאד דער גליק האט נישט געמאכט א סטאפ דארט בשעת זיין באזוך. מסתמא פלאנט ער אהינצופארן בקרוב.
איך האב אויך הנאה געהאט ווי אלע פון ענק, איך האב אסאך הערות אבער איך וויל רעדן איבער עפעס וואס קיינער האט נאך נישט ערווענט, די "במחיצתם" קונטרס פון דער וואך איז איינע פון מיינע פעוואריטס, זייענדיג פון די עלטערע אידן דא געדענקט איך ב"ה א ריזיגע חלק פון די רבנים פון לעצטן דור לייוו (און די היינטיגע עלטערע אין די יונגע יאהרן), און די זכרונות קומען ארויף פריש מיט נאסאטאלגיע! אבער די פראבלעם איז אז עס זענען דא אביסל צופיל בילדער און א גרויס חלק פון זיי איז אזוי פיצי אז די אויגען פאלן כמעט ארויס! יא, אפילו ווען איך רוק די ברילן אויף שפיץ נאז!!! פארוואס נישט מאכן אביסל ווייניגער און גרעסער?
אויכעט בין איך נייגעריג ווי אזוי די בילדער זענען געווען אריגינעל. איז דאס געמאכט פון אלטע פילם קעמערעס? דאן ווי אזוי האט מען עס דיזשיטייזט? למאי נפ"מ?? ווייל אסאך בילדער וואלט מען געקענט קלארער מאכן מיט אפאר פשוט'ע קנעפלעך אויף סיי וועלכע PHOTO פראגראם, עס זאל נישט זיין למשל אזוי רויטליך, אדער פארבעסערן די לייטינגס (די ברייטנעס, עקספאוזשער, היילייטס אדער שעדאוס וכו' כידוע ליודעים). ממש א שאד.
איך האב היינט געדאווענט אין איינע פון די גרויסע בתי מדרשים אין וויליאמסבורג, און ביי מיין מנין איז געגאנגן נאך געלט א חתן פון ארץ ישראל, און כ'האב נאכ'קוקט און געזעהן אז א גרויסע חלק פון די עולם האט זיך זייער ווארעם משתתף געווען. נאכ'ן דאווענען האבן עטליכע פון די מתפללים געשמועסט און ממש כולם בפה אחד האבן געזאגט אז די ארטיקל פון 'די וואך' איבער משולחים האט זיי געמאכט טוישן זייער אויפפירנג צו משולחים, און רוב האבן געזאגט אז זיי האבן צוליב דעם מוסף געווען די נתינות. #תזכו למצוות.
איך רעד שוין נישט די דרגא פון קינדישקייט וואס גיסט זיך מיט אן איבערפלוס פון ׳די בליק׳, די הגהה איז שוואך, די שפראך איז ניטאמאל קינדיש, די תוכן איז פריזינג לופטיג, די נידריגסטע לעוול אין שרייבעריי זענען זיי דער העכסטער געווינער.
עס נעמט נישט אוועק פון דעם, אז אין ׳די וואך׳ לדוגמא איז געווען אויסטערלישע שיינע פראיעקטן, באמת שיינע זאכן. און אנדערע אויסגאבעס האבן אויך געהאט גאר גאר גוטע סחורה, די מאמענט, גלאק, אותיות, און נאך, אבער די שאדן וואס די אויסגאבעס טוען איז א ווייטאג.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט.וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא:(שבת קד.) בלאג - מיינע ארכיוון
איך רעד שוין נישט די דרגא פון קינדישקייט וואס גיסט זיך מיט אן איבערפלוס פון ׳די בליק׳, די הגהה איז שוואך, די שפראך איז ניטאמאל קינדיש, די תוכן איז פריזינג לופטיג, די נידריגסטע לעוול אין שרייבעריי זענען זיי דער העכסטער געווינער.
עס נעמט נישט אוועק פון דעם, אז אין ׳די וואך׳ לדוגמא איז געווען אויסטערלישע שיינע פראיעקטן, באמת שיינע זאכן. און אנדערע אויסגאבעס האבן אויך געהאט גאר גאר גוטע סחורה, די מאמענט, גלאק, אותיות, און נאך, אבער די שאדן וואס די אויסגאבעס טוען איז א ווייטאג.
אבער צו זאגן אז "מען דרוקט איבער אלטע ארטיקלן"... פליז... אפשר אמאל א אינטערעסאנטע ארטיקל פון ר' סענדער וכדו' געדרוקט פאר יארן צוריק און האט נישט פארלוירן די ווערט, און עס וועט אלס שטיין אז דאס איז איבערגעדרוקט. איך בין זיך אמאל מחי' מיט עפעס א אלטע זאך מיט די אמאליגע טעם.
די פאקט איז, מיט די אלע עדווערטייזעמענטס, ליגט אויף איין בלאט אין א צייטונג לכאורה מער אותיות פון עטליכע בלעטער אין א מאגאזין. שטייט א צייטונג און באצאלט געלט פאר שרייבער, אסאך אסאך אסאך בלעטער, און איינער מיט א דריי מיט די נאז מאכט פון דעם אויס.
איך נעם זיך נישט אן דירעקט פאר דער איד אדער צייטונגען בכלל. איך גלייך אסאך פון די אויסגאבעס און קויף פון אלע סארטן. און ווי געזאגט, נישט יעדער איז מחיוב ליב צו האבן וואס יענער איינער האט ליב צייטונג סטייל, איינער מאגאזין סטייל, און איינער שטערן-שפאקטיוו-אינטערעסנאט סטייל. אבער אוועקמאכן מיט זאכן וואס זענען אויסגעזויגן פון פינגער, בשעת יענער שטעלט צו אסאך סחורה איז נישט שיין.
אדרבה, כ'גלייב דו האסט נישט די אלטע איד פון פאריאר. אבער איך וואלט געוואלט זעהן אויף וואס אזא ברייטע אונטערייס איז געבויט.
לאמיר איבערגיין שטאטלעך איין נקודה נאכן צווייטען: ערשטענס האב איך שוין קלאר געמאכט אז פאר מיר פירן א דיסקוסיע מוז זיין קלאר אז דו ביזט נישט א בלינדע שטיצער פון איינע פון די גרעסערע קהילות וואס פארטראנאזירן במילא זייער צייטונג וכדו', און פון זיי אויס קען זיין דארט הונדערטער בלענק בלעטער, אדער א קאלעקשאן פון אלע מודעות פון דעם משמש, בית הוראה, התאחדות אברכים וואס הענגט אין די צענטראלע שול פון די קהילה די לעצטע צוויי וואכן... און דאך וועט עס יעדער קויפן מיט שפאנונג... אדער אז די ארבייטסט אין אזא אפיס, דער נושא איז געמאכט צו ווערן אויסגעשמועסט ביי נייטראלע ליינער וואס גליכן א גוט שטיקל ארבייט ליינמאטריאל וואס ליגט אריינגעלייגט דערין לכל הפחות עטוואס מחשבה און געפיל עס זאל זיין אינטערעסאנט און מיט חידושים. נאכדעם לאמיר זיין קלאר אז די ליינסט בכללות היבש אויסגאבעס און צייטונגען און די האסט א חוש צו מבינ'ן און מבחין זיין בין אלו לאלו. צו איך ליין דער איד דער ענטפער איז: יא, שוין עטליכע צענדליג יארן, גראדע אין פאליטישע אנאליזן איז ער גאנץ שטארק און רייך, אבער אונזער שמועס איז איבער "אידישע" ארטיקלען. און נאכדעם לאמיר זיין קלאר וואס מיין פוינט איז, צב"ש: פון דעם אליינס וואס דיין תשובה איז אז די צייטונגען האבן מער טעקסט פער פעיזש אויף איין בלאט וכו' זעה איך אז די האסט בכלל נישט פארשטאנען די נקודה, די נקודה איז דייקא דאס, אז די צייטונגען זוכן אפצודרוקן בלעטער אויף בלעטער מיט מיליאנען קערעקטערס, אבער עס איז נישט אין די אינטערעסע פונעם ליינער, עס ברענגט נישט צום שולחן הקוראים קיין חידושים פון וואס צו הנאה האבן, אויב ביזטו נישט קיין שטארקע ליינער דעמאלטס איז דער נושא בכלל נישט פאר דיר, די צייטונגען קענען זיין ריזיג, מעגא יום טוב פעקעדזש, הערליך גראפירט, ריזן בילדער, אבער נאך אלץ ליידיג פון סיי וועלכע חידושים. קיין סתירה. צו איך האב באהאלטן דער איד פון פאריגן יום טוב איז נישט קיין ענין, ווייל איך האב נישט ארויסגעברענגט דוקא דער איד, נאר סיי ווער עס טוט אזעלכע נערישקייטן פון פארקויפן שטרוי אויסגעלייגט אויף הונדעטער בלעטער. און איך גיי נישט אריינגיין אין קיין ויכוח איבער סיי וועלכע צייטונג מיט א נאמען, ווייל איך האלט נישט ביים מצער זיין אדער שאדן מאכן סיי וועמען. און דערפאר האב איך אויך נישט פארגעשלאגן צו קוקן אין די אויסגאבעס און עס דיסקוסירן דא דעם קומענדיגן יום טוב, ווייל מיר וועלן נישט אריינגיין אין דיטעילס איבער זאכן וואס קען וויי טון פאר סיי וועמען. אבער ווי געשריבן זע איך יעדן יום טוב ארטיקלען וואס איך אליינס האב שוין געליינט אין "להתענג" גליונות, אדער אין "אן אוצר" פון וועלוועל שמעלצער ווי עס ווערט איבערגעקייט אין אויסגאבעס מיט א געשמאק כאילו מען האט דא עפעס אויסגעפינען א נייע אויפדעקונג. וואס איך מעג יא ארויסברענגען איז קרעדיט אין דעם נושא טאקע פאר די רעדאקטארן פון "דער אידישע צייט" אין "די צייטונג" וואס שטעלן צו יעדן וואך ממש א פרישער אוצר פון העכסט אינהאלטסרייכער ליינמאטריאל וואס ברענגט א עונג שבת, און אויף יום טוב דאפעלט, יא, עס האט מסתמא ווייניגער ווי א פערטל עמודים פון אנדערע ענליכע צייטונגען, אבער עס איז ווער יעדע דאללער. יישר כוחכם.
ווי ס'שיינט זענט איר א נייע ליינער. צייטונגען נעמען פון להתענג? ווען האט איר לעצט געזען להתענג האבן עפעס פרישס? 'איז דאך פונקט פארקערט וה"ה לגבי די אידישע צייט, ווי שוין היינט גוט באקאנט אז טאקע וועגן דעם האבן זיי אזעלכע גוטע סחורה ווייל ס'איז גענומע פון פארשידענע פלעצער, ואכמ"ל, ופשוט
יעצט זעה איך אז מיינע טענות 3 יאר צוריק האבען אויפגעטוען ב"ה