קול מבשר ריקארדינגס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
גדל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3129
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: קול מבשר ריקארדינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

Programming האט געשריבן: אוודאי געווען ביים ברך משה - יענע צייט פלעגט די גאר וויכטיגע בולעטין אפדעיטס פארנעמען די העדליינס פון קול מבשר, במשך די נאכט האט מען געהערט לייוו אפדעיטס און הוק אפ'ס אויף קול מבשר און קול סאטמאר ביידע

די גאנצע נאכט פון די לויה איז שווער געווען צו כאפן א ליין זכרונת...
וויכטיג מאכער האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 2:13 pm
ברענג מיר טשארטס אז עכט איז די עקאנעמי געוואקסן... הו קעירס טשארטס??!! טשעיס נעמט עס נישט אן...
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: קול מבשר ריקארדינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

איך ברענג דא אהער עטליכע קאראנע-צייט נייעס, ווערט צו ווערן אוועק גלייגט.

בד"ה: כ"ק אדמו"ר מ'נאוואמינסק זצ"ל, 90 יאר
: פרטים איבער די לווי' וועט נאכפאלגן. בשורות טובות. :
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/17184

גדולה מיתת צדיקים כשריפת בית אלוקינו: כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/23824

גדולה מיתת צדיקים כשריפת בית אלוקינו: כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג זצ"ל, אין עלטער פון 64 יאר
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/26625

קול נהי נשמע מציון איך שדדנו: זקן ראשי הישיבות הגאון הגדול רבי משולם דוד הלוי סאלאווייטשיק זצ"ל, 99 יאר
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/33376

תורה תורה חגרי שק: הגאון הגדול ר' משה גרין זצ"ל, 87 יאר : פרטים איבער די לווי' וועט נאכפאלגן, בשורות טובות. :
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/17112

שר וגדול נפל בישראל: כ"ק הגה"צ גאב"ד שאפראן זצ"ל, 80 יאר : פרטים איבער די לווי' וועט נאכפאלגן. בשורות טובות. :
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/17070

בד"ה: הגאון הגדול ר' דוד אלעווסקי זצ"ל ר"י גור בארא פארק, 70 יאר אלט : פרטים איבער די לווי' וועט נאכפאלגן. בשורות טובות :
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/17031

תורה תורה חגרי שק והתפלשי באפרים: הגה"צ רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן זצ״ל ראב״ד סאטמאר :
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/30170

תורה תורה חגרי שק - גלה כבוד מישראל: כ"ק הגה"צ רבי יחזקאל ראטה זצ"ל גאב"ד קארלסבורג :
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/35371

שר וגדול נפל בישראל: כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים ב"ב, הגה"צ ר' רפאל אהרן ראטה זצ"ל :
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/23975

שר וגדול נפל בישראל: זקן ראשי הישיבות הגאון רבי יצחק שיינער זצ"ל ראש ישיבת קאמעניץ, 98 יאר :
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/33385

שר וגדול נפל בישראל: הגה"צ רבי חיים מאיר הלוי וואזנער זצ"ל גאב"ד זכרון מאיר ב"ב, 83 יאר :
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/33829

שר וגדול נפל בישראל: הגאון הגדול ר' דוד פיינשטיין זצ"ל ראש ישיבות תפארת ירושלים, 91 יאר :
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/28425

נצחו אראלים את המצוקים: כ"ק אדמו"ר מתולעת יעקב זצ"ל, 74 יאר
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/18133

נצחו אראלים את המצוקים: כ"ק אדמו"ר מווערדאן זצ"ל, 93 יאר
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/16761

נצחו אראלים את המצוקים: כ"ק אדמו"ר מצאנז זצ"ל פון בארא פארק, 96 יאר אלט
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/21697

אידישע נייעס: אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך, שלח רפואה שלימה לחול עמיך, קרע רוע גזר דיננו – שרייט זיך ארויס פון אידישע שטובער איבער די גארער וועלט : מטעם די ביד"ץ עידה החרידות, התאחדות הרבנים, אדמורי"ם, ראשי ישיבה, רבנים און משפיעים אין אלע חרדישע געגענטער איז פאררופן געווארן א געמיינזאמע יום תפילה ווען אידן איבער די גאנצע וועלט וועלן אין די זעלבע צייט זיך צוזאמקומען יעדער אין זייער הויז אדער פלאץ וואו מען געפונט זיך, אנשים, נשים וטף, און איינרייסן ביים הייליגן טאטן ער זאל אראפ נעמען דעם חרון אף און אפשטעלן די שרעקליכע קאראנע-גזירה וואס האט אזוי טיף און ביטער אריין געשניטן אין כלל ישראל • די צייט ווען עס גייט פארקומען איז 11:30 פארמיטאג אין אמעריקא און קאנאדא, 5:30 נאכמיטאג ארץ ישראל צייט, 3:30 נאכמיטאג לאנדאן צייט, 4:30 נאכמיטאג וויען און אנטווערפן, אא"וו יעדע געגענט לויט זייער זייגער. א ספעציעלע סדר התפלה איז געווארן ארויס געשטעלט. מען וועט אנפאנגן מיט פרקי תהילים די קאפיטלעך פון כ', מ"א, קכ"א, ק"ח און קמ"ב. דערנאך וועט מען זאגן ויהי נועם, די גאנצע סדר הקטורת, ד"ה ויאמר, פיטום הקטורת, ה' צבאות, אנא בכוח און א ספעציעלע תפילה פון רבון העולמים. :
https://www.yiddish24.com/news/58/16181

ויו"ט היה עושה בצאתו מן הקודש: דאס זענען אויף די ליפן פון אידן איבעראל איינגעהילט אין א נעילה'דיגע אטמאספערע נאך די הייליגע מינוטן פון די היסטארישע יום תפילה
: איה שוקל ואיה סופר. ווי נעמט מען די ריכטיגע ווערטער אראפ צו מאלן די התעוררת תשובה וואס האט געהערשט אין דעם מינוט אין אידישע שטובער, די פעסער טרערן וועלכע זענען פארגאסן געווארן פון אזויפיל לבבות נשברות, יעדער מיט זיין גלות פרטי וויאזוי די אינטערגאנג האט אים באטראפן • אין די מינוטן בעפאר די יום תפילה האט זיך אנגעפאנגן האבן אידן מיט אן אימה ויראה אפגעשיינט צדקה כפי הוראת הרבנים שליט"א, און דערנאך גענומען די תהילים'לעך אדער די ספעציעלע קונטרתים געדרוקט פאר דעם צוועק און צוזאמען מיט די גאנצע משפחה אנגעפאנגן איינרייסן ביים טאטן אין הימל ער זאל זיך דערבארעמען אויף זיינע אידישע קינדער און אראפ נעמען דעם ביטערן גזירה :
https://www.yiddish24.com/news/58/16374

משוך חסדך ליודעך קל קנא ונוקם, נוטרי ליום השביעי זכור ושמור להקם, שמחם בבנין שלום באור פניך תבהקם : דאס זענען די ווערטער וואס אידן זינגן זיך אינטער מיט'ן הייליגן סקולענעם ניגון ווען מען טרערט אריין אינ'ם דריטן שבת וואס מען ליידער ליידער דארפן דאווענען אין די הייזער אן קיין מנין כדי מקיים צו זיין די הוראה פון גדולי ישראל צו באהיטן זיך און אנדערע פון די שרעקליכע וויירוס וואס בוזשעוועט אזוי ביטער און האט ליידער געקאסט אזויפיל קרבנות. :
https://www.yiddish24.com/news/58/16980
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: קול מבשר ריקארדינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

אידישע נייעס: מיט אראפ געלאזטע קעפ, הערצער צובראכן אויף שברי שברים טרעט כלל ישראל אריין אין שבת אחר הילולא דרבי שמעון נאכ'ן דורכגיין אזא ביטערע גזירה : אוי אוי, עני עני יורדי מים על שבר בת עמי, ווען מען טרעט ארויס פון אזא הייליגע טאג מיט צענדליגער צובראכענע משפחות – א טראגעדיע אין איין קליין ווינקל פון מירון וואס האט רח"ל טיף אריין געשניטן אין אלע עקן וועלט, איבערלאזענדיג אלמנות, יתומים, און עלטערן וועלכע קלאגן און וויינען אויף זייערע קינדער • די שאקירענדע נייעס ארויס פון מירון האט ארום גענומען נישט בלויז די אידישע וועלט, נאר אזוי אויך די אלגעמיינע וועלט, מיט מערערע לענדער וועלכע האבן ארויס געשטעלט טרייסט וואונטשן, צווישן זיי דייטשלאנד, עסטרייך, אוקראינא, אינדיע, רוסלאנד, אמעריקא, באכראין, דזשארדזשע און אונגארין • אריין טרעטענדיג אינ'ם שבת, קענען אידן זיך זייער שווער צוזאמקלויבן אין צייט וואס מען האט נאך ניטאמאל באגריפן וואס דא האט פאסירט ווען פון איין מינוט צום אנדערן איז דער גרויסער יו"ט געווארן איבערגעדרייט צו א תשבה באב • די תשפ"א מירון-געדרענג-טראגעדיע האט דערמאנט וואס עס האט פאסירט פאר 110 יאר צוריק ווען אידן זענען אומגעקומען אינמיטן די הילולא קדישא ווען א צוים אויפ'ן דאך פונ'ם מערה איז אראפ געפאלן • די ניו יארק סיטי פאליציי דיפארטמענט האט פארעפענטליכט א פרישע ווידעא רעקארדירונג פון די פארשוין וועלכע ווערט געזיכט אין פארבינדונג מיט א סעריע שטיינער ווארפערייען אויף שולן און אידישע אינסטיטוציעס אין די בראנקס • וויסקאנסין גאווערנער טאני עווערס האט אינטערגעשריבן א געזעץ וואס גייט פארלאנגן אז שולע סטודענטן זאלן לערנען איבער די האלאקאוסט צוויי מאל צווישן די פיפטע און 12'ט קלאגס :
https://www.yiddish24.com/news/58/38465
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: קול מבשר ריקארדינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

שבת משוש לבנו נהפך לאבל מחולנו - אבל גדול ליהודים: צענליגע זענען טראגיש אומגעקומען ביי די שוידערליכע טראגעדיע אין מירון : כלל ישראל איבער די וועלט איז צעבראכן און ערשיטערט, יעדעס אידיש הארץ וויינט מיט מיט די טראגעדיע פון כלל ישראל, יעדעס אידיש הארץ באשר הוא שם איז צעבראכן אויף שברי שברים, און פילט מיט די צער און טרויער פון די צעבראכענע משפחות. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף השם :
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/38390
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: קול מבשר ריקארדינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

שווערע שבת אריבער אויף כלל ישראל אין שאטן פון ביטערע מירון טראגעדיע מיט 45 נפטרים‎; אלע נעמען פארעפענטליכט
: א גאר שווערע שבת איז אריבער אויף כלל ישראל איבעראל, שטייענדיג אין שאטן פון די ביטערע טראגעדיע אין אתרא קדישא מירון, וואו עס זענען אומגעקומען 45 טייערע נפשות. דער שבת איז באזונדער אריבער מיט שווערע און ווייטאגליכע געפילן אין מירון זעלבסט, וואו עס זענען פארבליבן א גרויסע צאל געסט אויפן שבת נאך ל״ג בעומר. זאל דער באשעפער שיקן א טרייסט פאר אלע משפחות און פאר גאנץ כלל ישראל, און א רפואה שלימה פאר אלע וואס ליגן נאך אין די שפיטעלער פארוואונדעט. :
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/38486
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: קול מבשר ריקארדינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

אידישע נייעס: כלל ישראל פון איין עק וועלט ביז צו די אנדערע איז אונטערן רושם פון די שוידערליכע מירון טראגעדיע, נישט קענענדיג קומען צו זיך פון צער און מיטגעפיל : הימל שפאלטענדע בכיות נוראות האבן געדינערט ביי די הארצרייסענדע לוויות, ווי טויזענטער און טויזענטער יודן פון אלט ביז יונג, פון אלע שיכטן אין קרייזן, האבן יאמערליך געוויינט, אז יונגע טאטעס, בחורים און קינדער זענען אזוי טראגיש פארניטן געווארן פון זייער לעבן • דערווייל איז נישט קלאָר פּונקטליך וויאַזוי די שרעקליכע טראַגעדיע אין אתרא קדישא מירון האָט פּאַסירט, אָבער פון די באַריכטן און בילדער דערווייל דורך עדות, שטעלט זיך אַרויס אַז ס'איז געווען צוליב אַן אָפּגעשפּאַרטע טייל פונעם וועג • אידישע קינדער זענען מאמינים בני מאמינים און מיר ווייסן אַז אַלעס איז באַשערט און אָנגעשריבן פון הימל, אָבער דאָך זענען פאַרבליבן פילע אומפאַרענטפערטע פראַגעס איבער די פאַקטן אַרום וואָס עס האָט פּאַסירט אין מירון • עדות'שאַפט האָט מען געהערט פון יוסי דייטש, דער דעפּיוטי מעיאָר פון ירושלים, וועלכער זאָגט אַז ער האָט זיך געבעטן ביי די פּאָליציי צו מאַכן אַן עפענונג פאַר'ן ציבור וואָס האָט נישט אויפגעהערט שטראָמען • די ספּעציעלע אָפּטיילונג וואָס געבט זיך אָפּ מיט אויספאָרשונגען קעגן פּאָליציי אין מדינת ישראל, האָט געעפנט א באַזונדערע אויספאָרשונג איבער די מירון טראַגעדיע • בחסדי ה' האָט מען געהערט אַז רוב פאַרוואונדעטע אין די מירון טראַגעדיע זענען שוין באַפרייט געוואָרן פון שפּיטאָל בעפאָר און נאך שבת :
https://www.yiddish24.com/news/58/38511
אוועטאר
no way
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:56 pm
לאקאציע:בית המדרש הגדול

Re: קול מבשר ריקארדינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך no way »

לעכטל האט געשריבן:
טיכטיגער האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן: די לעצטע מעסעדש וואס ער האט אריינגעלייגט ער"פ פאריאר, מיט וואסארע הערצער כלל ישראל טרעט אריין אינעם יו"ט.

https://cloudfront.yiddish24.com/KM_N11 ... 376430.mp3

דאס איז שטארקע נייעס! סיי די 'עד' פאר דעם.. און די גאנצע מעסעדש, איך מיין פון דעם מעסעדש קען מען פארשטיין {פאר דעי וואס זענען נישט דארט געווען..} די געפילן און די מצב וואס מיר זענען אריבער..

א דאנק!

wow
נישט מסכים!

SOME PEOPLE ARE SO POOR ALL THEY HAVE IS MONEY
אוועטאר
unit 13
שר שלשת אלפים
תגובות: 3410
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 02, 2021 12:43 am
לאקאציע:Command Center

Re: קול מבשר ריקארדינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך unit 13 »

hi I would like to edit some recordings of kol mevaser. Dos someone have recordings to upload? Thanks
לעצט פארראכטן דורך unit 13 אום דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 12:44 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
UNIT 13 ALWAYS TO THE RESCUE
אוועטאר
unit 13
שר שלשת אלפים
תגובות: 3410
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 02, 2021 12:43 am
לאקאציע:Command Center

Re: קול מבשר ריקארדינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך unit 13 »

והיא שעמדה האט געשריבן: שלום עליכם, קול מבשר איז ווי באקאנט דאס מערסטע אנערקענטע נייעס פלאטפארמע אין די אידישע וועלט.

צוליב דעם טו איך דא עפענען די בלעטעל ווי איך בעיט די עולם זאל אהער לייגן אלע 113 באריכטן ווי ר' זלמן לייגט אראפ א נייעס מיט באק ציין.. א שטייגער ווי ווען עס גייט אוועק א רבי, [ווער געדענקט דין נישט די שיינע אבער טרויערדיגע באריכט אז הרב וואזנער איז אוועק?]

פאריאר אין די ערבי שבתות פאר פסח ווען די מגיפה איז ליידער געווען אין איר שווערסטע שטאפלען, האט ר' זלמן אזוי שיין גערעדט בארט פאר שבת, און נאך אסאך אזאלעכע היסטארישע צייטן.

ווי נישט אויב אויף אייוועלט איז די פאסיגע מקום צו צוזאמענעמען די אלע ריקארדינגס.

איך וויל בעטן די עולם אריין צו קימען קלאר, אבער זיך ביטע האלטען צו די נושא. ישר כוח הצלחה רבה!

קען איינער ביטע אריין קימען מיט אסאך פרישע ריקארדינגס?
UNIT 13 ALWAYS TO THE RESCUE
אוועטאר
א געשעפט האב איך
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
לאקאציע:אין געשעפט

Re: קול מבשר ריקארדינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געשעפט האב איך »

כבין נייגעריג צו זלמן אליין שרייבט די אלע טיטלען מיט די אלע גרויזאמע ווערטער..
ספאסט פאר יצחק שלמה דרעזנער די אלע מליצות..
מסתמא העלפט ער אים ארויס ביי די גוטע שטיקלעך...
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: קול מבשר ריקארדינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

ווי טרעפסטו די אלע אשכולות.....
חינוך האט געזיגט!
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: קול מבשר ריקארדינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש: הגה"ק ר' יצחק טובי' ווייס גאב"ד ירושלים זצוק"ל: אין די לעצטע וואכן איז די מצב געווען בבחינת פון שברי לוחות, און אין די לעצטע טעג איז אנשטאנען א גאר שטארקע פארערגערונג אין די מצב הבריאות, און האט אויסגעהויכט די נשמה שבת 3 אזייגער פארטאגס, במעמד פון די משפחה און מקורבים. אין ירושלים מאכט מען צוגרייטונגען פאר די גרויסע מסע הלווי' וואס וועט פארקומען זונטאג 10:30 צופרי אר"י צייט פון בניני זשופניק ביי ככר השבת אין ירושלים, אויפן וועג צום חלקת הנביאים ביים הר הזיתים. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/66809
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: קול מבשר ריקארדינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש - תורה תורה חגרי שק: הגאון הגדול רבי חיים קאניעווסקי זצ"ל: הגאון האדיר רבי חיים זצ"ל איז היינט אוועקגעפאלן אין שטוב, און ליידער אויסגעהויכט די נשמה לחי עולם הבא אין עלטער פון 94 יאר. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף השם.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/58312
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: קול מבשר ריקארדינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

תורה תורה חגרי שק - גלה כבוד מישראל: כ"ק הגה"צ רבי יחזקאל ראטה זצ"ל גאב"ד קארלסבורג: די רב זצ"ל איז ליידער צוזאמגעפאלן היינט צופרי אין ביהמ"ד און אויסגעהויכט די הייליגע נשמה, אין עלטער פון 85, אויפן פלאץ ווי די רב האט אזויפיל מרביץ תורה געווען און גע'פסק'נט שאלות פאר די גאנצע וועלט. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף השם
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/35371
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: קול מבשר ריקארדינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

ניצחו אראלים את המצוקים - ונשבה ארון הקודש: כ"ק אדמו"ר הגה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל, אין עלטער פון 92 יאר: ויגוע יצחק וימת, ויאסף אל עמיו זקן ושבע ימים, כלל ישראל אבדה כלי חמדתה, איך נפלו גיבורים ויאבדו כלי מלחמה, גדול כים שבריך או מי ירפא לנו, גדולה מיתת צדיקם כשריפת בית אלוקינו. פרטים איבער די לוי' וועט נאכפאלגן. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/89578
אוועטאר
שעווראלעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:36 pm
לאקאציע:אין קווארטל

Re: קול מבשר ריקארדינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעווראלעט »

א געשעפט האב איך האט געשריבן: מאנטאג יוני 20, 2022 9:12 am
כבין נייגעריג צו זלמן אליין שרייבט די אלע טיטלען מיט די אלע גרויזאמע ווערטער..
ספאסט פאר יצחק שלמה דרעזנער די אלע מליצות..
מסתמא העלפט ער אים ארויס ביי די גוטע שטיקלעך...
איינער כץ שרייבט אלע הספדים פין גדולי הדור אין ווי אויך אידישע נייעס
כ'וויל זאלסט דערהערן
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: קול מבשר ריקארדינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

תורה תורה חגרי שק והתפלשי באפרים: הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצ"ל מייסד ורב דקהל אמונת ישראל אין בארא פארק, 99 יאר: דער רב זצ"ל וועלכע איז גערופן געווארן בחיים חיותו ביי זיינע טויזענטער תלמידים ומתפללי ביהמ"ד, וחסידיו, דער משגיח, האט זוכה געווען מעמד צו זיין פילע טויזענטער תלמידים, תלמידי חכמים ויראי השם, וועלכע האבן זיך געקלאמערט תחת דגלו. פרטים איבער די לוי' וועט נאכפאלגן. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף השם
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/108118
שרייב תגובה

צוריק צו “קול מבשר”