מנהגים שונות באמירת ונגינת לכה דודי.
מנהגים וסגולות שונות
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
- Programming
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3152
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm
מנהג אשכנז איז (געווען) עס אפצוזאגן? דוכט זיך אין אלע אשכנזי'שע שולן, ישיבה'ישע און בעל בתי'שע צוגלייך, זינגט מען לכה דודי.
Re: טעמי המנהגים בקהילות קדושות
חסידא ופרישא האט געשריבן:הצעיר באלפי האט געשריבן:א חסיד האט געשריבן: כמעט אין אלע רוסישע חסידות זינגט מען נישט ביי לכה דודי
גערעכט.
קרלין, רוזין, חב’’ד, קאסוב-ויזניץ (לפני גראסווערדיין), טשערנאביל (לענפיה), סלונים, ברסלב, וכו’
אין חב"ד מ'זינגט יא לכה דודי.
(איך וויס נישט צו ס'איז א נייער זאך אדער אזוי איז געווען אלע דורות)
ביים רבי'ן איז דאכט זאך געווען נאר די שפעטערדיקע יארן וואס מען האט געזונגן און דער רבי האט מעודד געווען די נגינה.
אבער ווען דער רבי האט געהאט יארצייט שבת האט דער רבי ניט געזונגן, נאר געזאגט הויך מיט דער שבתדיקע נוסח
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 36560
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: מנהגים שונות באמירת ונגינת לכה דודי.
אין מלאכים זאגט מען נישט, דער מקור איז חב"ד.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- ליבי ובשרי
- שר האלפיים
- תגובות: 2641
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm
Re: מנהגים שונות באמירת ונגינת לכה דודי.
היינט אין חב''ד זינגט מען אויך נישט אייביג, און ווען יא זינגט מען אפ די גאנצע מיט די בעל תפילה.
- ויתן לך
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5363
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
- לאקאציע:ביים סידור'ל פאר הבדלה
Re: טעמי המנהגים בקהילות קדושות
טראכט א מינוט האט געשריבן:גלות איד האט געשריבן:נישטאמת האט געשריבן: נישט געזען אזא אשכול, אויב שוין דא ביטע צו ווייזן און אהין פירן.
אין וויזניץ הייבט מען אן די שנעלע ניגון ביים פיוט פין לכה דודי ביי וְהָיוּ לִמְשִׁסָּה און נישט ביי לא תֵבושִׁי. איז דאס אלץ די שטאטע ניגון וואס מען האט דארט געזינגן אויף לכה דודי האט געהאט נאך א פאל אדער איז דא עפעס טיפער דעראין?
עד שאתה שואל אויף מנהג וויזניץ. מהיכי תיתי אנצוהייבן לעבעדיג ביי לא תבושו??
בקונ' מעלי דשבתא עמ' מ"א הובא טעם על זה בפשטות דעד לא תבושי הוא בקשה על הגאולה לכן מזמרים אותה בניגון התעוררות ומשם ואילך מתחיל בחיזוק ובטחון על הגאולה ע"כ מזמרים ניגון של שמחה
שמעתי פעם תוספת נופך על זה שבפיוט התעוררי אומרים 'עורי עורי שיר דברי', ועל כן מתחילים לאחר מכן בניגון שמחה
- באדראג-קערעסטיר
- שר חמש מאות
- תגובות: 581
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm
Re: מנהגים שונות באמירת ונגינת לכה דודי.
נישטאמת האט געשריבן:באדראג-קערעסטיר האט געשריבן: אין טאהש איז די מנהג אז די חזן וקהל זינגען צוזאמען
איז עס אייביג געווען אזוי? כהאב געזען לעצטענס קהילות ווי מען האט געטוישט צו טין אזוי, סאיז זייער שיין און האלט אפ מענטשן פין שמועסן ביי לכה דודי
געווען דארט תשס"ח
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17836
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: מנהגים שונות באמירת ונגינת לכה דודי.
Programming האט געשריבן: מנהג אשכנז איז (געווען) עס אפצוזאגן? דוכט זיך אין אלע אשכנזי'שע שולן, ישיבה'ישע און בעל בתי'שע צוגלייך, זינגט מען לכה דודי.
געמיינט צו זאגן בצורת פזמון, אז חוץ דער ערשטע שטיקל, זאגט דער קהל יעדע שטיקל פארן חזן.
Re: מנהגים שונות באמירת ונגינת לכה דודי.
דאס וואס מען זינגט נישט אין סקווירא און ראחמיסטריווקא קומט פון טשרנוביל ,עס קומט נישט פון בעלזא ,אויך צו זאגען חו"ק קומט אויך פון טשרנוביל אזוי ווי אין רוזין
Re: מנהגים שונות באמירת ונגינת לכה דודי.
Programming האט געשריבן: מנהג אשכנז איז (געווען) עס אפצוזאגן? דוכט זיך אין אלע אשכנזי'שע שולן, ישיבה'ישע און בעל בתי'שע צוגלייך, זינגט מען לכה דודי.
אין דייטשלאנד האט מען געהאט כלי זמר ביי לכה דודי.
עכ״פ אין ניקלשבורג און אין פראג.
[איידער רמ״ד איז געבוירן]
Re: מנהגים שונות באמירת ונגינת לכה דודי.
איטשע האט געשריבן:Programming האט געשריבן: מנהג אשכנז איז (געווען) עס אפצוזאגן? דוכט זיך אין אלע אשכנזי'שע שולן, ישיבה'ישע און בעל בתי'שע צוגלייך, זינגט מען לכה דודי.
אין דייטשלאנד האט מען געהאט כלי זמר ביי לכה דודי.
עכ״פ אין ניקלשבורג און אין פראג.
[איידער רמ״ד איז געבוירן]
ר׳ איטשע,
א מקור ביטע.
ס׳איז דאך ממש חילול שבת.
Re: מנהגים שונות באמירת ונגינת לכה דודי.
קבלת שבת זאגט מען איידער שבת קודש קומט אריין.
איינמאל ס׳איז שוין שבת, האט נישט קיין זין צו זאגן קבלת שבת.
איינמאל ס׳איז שוין שבת, האט נישט קיין זין צו זאגן קבלת שבת.
- אינטערעסאנט
- שר חמישים
- תגובות: 72
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 31, 2012 3:29 pm
Re: טעמי המנהגים בקהילות קדושות
להגדיל שמו האט געשריבן: אין סקווער זינגט מען בכלל נישט ביי לכה דודי.
אין געוויסע פעלער - וואס מאכט זיכט איינמאל אין אפאר יאר- זינגט מען יא, ווי למשל ווען פורים געפאלט אויס אויף א פרייטאג (ווי די יאר) זינגט מען ביי לכה דודי.
Re: מנהגים שונות באמירת ונגינת לכה דודי.
איטשע האט געשריבן: קבלת שבת זאגט מען איידער שבת קודש קומט אריין.
איינמאל ס׳איז שוין שבת, האט נישט קיין זין צו זאגן קבלת שבת.
מילא. אבער אידן האבן שוין מקבל שבת געווען. שוין געווען די שקיעה. קיין מלאכה טאר מען שוין נישט טאן.
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20250
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: מנהגים שונות באמירת ונגינת לכה דודי.
איטשע האט געשריבן: קבלת שבת זאגט מען איידער שבת קודש קומט אריין.
איינמאל ס׳איז שוין שבת, האט נישט קיין זין צו זאגן קבלת שבת.
דאס איז א הלכה מפורשת? געזעהן אזוי ביי אייערע רבי'ס? נאכן זמן ר"ת האט מען גלייך אנגעהויבן ברכו?
גראדע לכה דודי זאגט מען נאך בואו ונצא.
פנחס שרחם על כ"י שיהיו בעלי עבירות כאלו בעם קדוש.. ראה המגיפה בב"י ורחם מאוד. ומחמת גודל הרחמנות שנתפשט בכל מדותיו לא היה יכול להתאפק.. בזה הרחמנות הגדול לבש קנאה ונקם בהחוטא.. רק מי שהוא ברחמנות גדול כזה, זה האיש יכול להיות קנא ונוקם
זר"ק
זר"ק
Re: מנהגים שונות באמירת ונגינת לכה דודי.
קיסריה האט געשריבן:איטשע האט געשריבן: קבלת שבת זאגט מען איידער שבת קודש קומט אריין.
איינמאל ס׳איז שוין שבת, האט נישט קיין זין צו זאגן קבלת שבת.
מילא. אבער אידן האבן שוין מקבל שבת געווען. שוין געווען די שקיעה. קיין מלאכה טאר מען שוין נישט טאן.
אלא מאי, מען האט מקבל שבת געווען מבעוד יום.
לגבי דיין שקיעה פראבלעם, דאס איז א שמועס פאר זיך אליינס. אבער בימים ההם, האט מען הערשט געצינדען לעכט נאכ׳ן שקיעה.
Re: מנהגים שונות באמירת ונגינת לכה דודי.
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:איטשע האט געשריבן: קבלת שבת זאגט מען איידער שבת קודש קומט אריין.
איינמאל ס׳איז שוין שבת, האט נישט קיין זין צו זאגן קבלת שבת.
דאס איז א הלכה מפורשת? געזעהן אזוי ביי אייערע רבי'ס? נאכן זמן ר"ת האט מען גלייך אנגעהויבן ברכו?
גראדע לכה דודי זאגט מען נאך בואו ונצא.
שלום עליכם ר׳ פיטא!
זאג איר פארט אמאל אפנעמען אייער קרוב פון פלוגהאפן, ווען יענער איז שוין ביי דיר אינדערהיים?
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20250
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: מנהגים שונות באמירת ונגינת לכה דודי.
איטשע האט געשריבן:
שלום עליכם ר׳ פיטא!
זאג איר פארט אמאל אפנעמען אייער קרוב פון פלוגהאפן, ווען יענער איז שוין ביי דיר אינדערהיים?
כ'האב דיר געפרעגט 3 שאלות און האסט געענטפערט עפעס וואס באציהט זיך נישט צי קיין איינס פון זיי.
כ'וועל איבערפרעגן,
דאס איז א הלכה מפורשת? געזעהן אזוי ביי אייערע רבי'ס? נאכן זמן ר"ת האט מען גלייך אנגעהויבן ברכו?
פנחס שרחם על כ"י שיהיו בעלי עבירות כאלו בעם קדוש.. ראה המגיפה בב"י ורחם מאוד. ומחמת גודל הרחמנות שנתפשט בכל מדותיו לא היה יכול להתאפק.. בזה הרחמנות הגדול לבש קנאה ונקם בהחוטא.. רק מי שהוא ברחמנות גדול כזה, זה האיש יכול להיות קנא ונוקם
זר"ק
זר"ק
Re: מנהגים שונות באמירת ונגינת לכה דודי.
אנטשולדיגט, כ׳האב פארגעסן צוצולייגן ״והמב״י״.
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5850
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
Re: מנהגים שונות באמירת ונגינת לכה דודי.
איטשע האט געשריבן:Programming האט געשריבן: מנהג אשכנז איז (געווען) עס אפצוזאגן? דוכט זיך אין אלע אשכנזי'שע שולן, ישיבה'ישע און בעל בתי'שע צוגלייך, זינגט מען לכה דודי.
אין דייטשלאנד האט מען געהאט כלי זמר ביי לכה דודי.
עכ״פ אין ניקלשבורג און אין פראג.
[איידער רמ״ד איז געבוירן]
אזוי? זייער אינטערעסאנט, איך (און כ'גלייב אז אנדערע אויך) האב קיינמאל געהערט דערפון. אפשר ברענגט איר א מקור צו אייערע ווערטער?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
Re: מנהגים שונות באמירת ונגינת לכה דודי.
Think and Thank האט געשריבן:איטשע האט געשריבן:Programming האט געשריבן: מנהג אשכנז איז (געווען) עס אפצוזאגן? דוכט זיך אין אלע אשכנזי'שע שולן, ישיבה'ישע און בעל בתי'שע צוגלייך, זינגט מען לכה דודי.
אין דייטשלאנד האט מען געהאט כלי זמר ביי לכה דודי.
עכ״פ אין ניקלשבורג און אין פראג.
[איידער רמ״ד איז געבוירן]
אזוי? זייער אינטערעסאנט, איך (און כ'גלייב אז אנדערע אויך) האב קיינמאל געהערט דערפון. אפשר ברענגט איר א מקור צו אייערע ווערטער?
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... =&pgnum=84
ער באציעט זיך אויך צו די שאלה פון חילול שבת, ער זאגט אז פארדעם האט מען געזאגט צוויי מאל מזמור שיר ליום השבת, די צווייטע מאל כדי מקבל שבת צו זיין.
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... =&pgnum=33
שטייט אז מען האט געווארט א האלבע שעה ֿנאכ׳ן אויפהערען שפילן ביז מען האט געזאגט ברכו.
- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8773
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע:אין מאה שערים
Re: טעמי המנהגים בקהילות קדושות
אינטערעסאנט האט געשריבן:להגדיל שמו האט געשריבן: אין סקווער זינגט מען בכלל נישט ביי לכה דודי.
אין געוויסע פעלער - וואס מאכט זיכט איינמאל אין אפאר יאר- זינגט מען יא, ווי למשל ווען פורים געפאלט אויס אויף א פרייטאג (ווי די יאר) זינגט מען ביי לכה דודי.
דהיינו, יעדעס מאל וואס יו"ט קומט אויס ער"ש זינגט מען, אדער דוקא פורים?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
- וואנאוויטשער
- שר חמש מאות
- תגובות: 832
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am
Re: מנהגים שונות באמירת ונגינת לכה דודי.
אין לעלוב איז איינגעפירט צו זינגען קביעות'דיגע ניגונים אויף לכה דודי.
כ'מיין אז ר' דוד'ל לעלובער האט דאס איינגעפירט כדי די בעל תפלה זאל זיין רוהיג, און נישט זיין פארנומען במשך די מזמורים מיט'ן פראגע וועלכע ניגונים גייט ער זינגען אויף לכה דודי מיט לא תבושי.
כ'מיין אז ר' דוד'ל לעלובער האט דאס איינגעפירט כדי די בעל תפלה זאל זיין רוהיג, און נישט זיין פארנומען במשך די מזמורים מיט'ן פראגע וועלכע ניגונים גייט ער זינגען אויף לכה דודי מיט לא תבושי.
Re: מנהגים שונות באמירת ונגינת לכה דודי.
בבקשה האט געשריבן:Think and Thank האט געשריבן:איטשע האט געשריבן:Programming האט געשריבן: מנהג אשכנז איז (געווען) עס אפצוזאגן? דוכט זיך אין אלע אשכנזי'שע שולן, ישיבה'ישע און בעל בתי'שע צוגלייך, זינגט מען לכה דודי.
אין דייטשלאנד האט מען געהאט כלי זמר ביי לכה דודי.
עכ״פ אין ניקלשבורג און אין פראג.
[איידער רמ״ד איז געבוירן]
אזוי? זייער אינטערעסאנט, איך (און כ'גלייב אז אנדערע אויך) האב קיינמאל געהערט דערפון. אפשר ברענגט איר א מקור צו אייערע ווערטער?
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... =&pgnum=84
ער באציעט זיך אויך צו די שאלה פון חילול שבת, ער זאגט אז פארדעם האט מען געזאגט צוויי מאל מזמור שיר ליום השבת, די צווייטע מאל כדי מקבל שבת צו זיין.
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... =&pgnum=33
שטייט אז מען האט געווארט א האלבע שעה ֿנאכ׳ן אויפהערען שפילן ביז מען האט געזאגט ברכו.
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... =&pgnum=21
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... =&pgnum=23
איז משמע אז בלויז ווען עס איז געווען א חתן כלה בני עשירים האט מען געשפילט מיט דער ארגעל, און אז מען האט מבטל געווען די מנהג.
- וואנאוויטשער
- שר חמש מאות
- תגובות: 832
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am
Re: מנהגים שונות באמירת ונגינת לכה דודי.
איטשע האט געשריבן: קבלת שבת זאגט מען איידער שבת קודש קומט אריין.
איינמאל ס׳איז שוין שבת, האט נישט קיין זין צו זאגן קבלת שבת.
אזוי שטייט טאקע אין בילגורייע רב'ס כתבים, בשם זיין טאטע'ן מהרי"ד אדער זיין ברודער מהר"א זי"ע.
ער שרייבט צו, אז וועגן דעם האט מען מקפיד געוועזן (בדר"כ) צו אנהייבן קבלת שבת ווען ס'איז נאך געווען עפעס א שייכות מיט'ן טאג.
- shimon7323
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5796
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
- לאקאציע:שיך
- פארבינד זיך:
Re: מנהגים שונות באמירת ונגינת לכה דודי.
דרך אגב, אין וויזשניץ אינדערהיים ביים אהבת ישראל אדער פריער פלעגט מען נישט זונגען נאר אויך זאגן חזן וקהל, אזוי פלעגט דער רבי דער תורת מרדכי זצ"ל נאכזאגן.
און יעצט ווען מען זונגט יא איז און מאנסי דא צוויי אופנים וואס מען טאנצט אויך ווען פורים אדער שמחת תורה געפאלט שבת/ערב שבת איך מיין אז וויזניץ בני ברק טאנצט יעדע וואך
און יעצט ווען מען זונגט יא איז און מאנסי דא צוויי אופנים וואס מען טאנצט אויך ווען פורים אדער שמחת תורה געפאלט שבת/ערב שבת איך מיין אז וויזניץ בני ברק טאנצט יעדע וואך