איך ווייס נישט זיכער אויב דאס איז די סיבה פארוואס די מנהג האט זיך אנגעהויבן, אבער - לכה דודי האט 10 בתים (אריינגערעכנט די פזמון), מיט די ערשטע זיבען כנגד די שבע מידות (חג"ת נהי"מ), און די לעצטע דריי כנגד כתר, חכמה, און בינה. טוישט מען דעם ניגון נאך 7 (די שנעלע/שטייטע קען אויך האבן צוטוהן מיט עלמא דאיתגליא און עלמא דאיתכסיא).
ווער זאגט פאראויס די חזן אדער קהל? וועלעכע וועג דרייט מען זיך אויס בא באי בשלום? כל פינה שאתה פונה לימין? די רעכטע זייט? אדער מיטנעמען מיט זיך די רעכטע זייט בשעת מדרייט זיך צו לינקס...
אין וויזניץ הייבט מען אן די שנעלע ניגון ביים פיוט פין לכה דודי ביי וְהָיוּ לִמְשִׁסָּה און נישט ביי לא תֵבושִׁי. איז דאס אלץ די שטאטע ניגון וואס מען האט דארט געזינגן אויף לכה דודי האט געהאט נאך א פאל אדער איז דא עפעס טיפער דעראין?
עד שאתה שואל אויף מנהג וויזניץ. מהיכי תיתי אנצוהייבן לעבעדיג ביי לא תבושו??
בקונ' מעלי דשבתא עמ' מ"א הובא טעם על זה בפשטות דעד לא תבושי הוא בקשה על הגאולה לכן מזמרים אותה בניגון התעוררות ומשם ואילך מתחיל בחיזוק ובטחון על הגאולה ע"כ מזמרים ניגון של שמחה
איך האב אמאל געמיינט אז... ווער ס'האט שכל טראכט(קרעדיט: מאטי אילאוויטש)
באדראג-קערעסטיר האט געשריבן:
ווער זאגט פאראויס די חזן אדער קהל?
מ'זאגט עס אזוי ווי אונז זאג מיר די "פזמון" ביי סליחות, דער חזן הייבט אן "לכה דודי ... פני שבת נקבלה", דערנאך זאגט קהל "לכה דודי .... " און אויך "שמור וזכור .... פני שבת נקבלה", און דער בעל תפלה זאגט נאך "שמור וזכור ....", און אזוי ווייטער זאגט די ציבור יעדע שטיקל פאראויס, און דערנאך זאגט עס די בעל תפלה. די אינטערסאנטע זאך וואס פאסירט, אז ביי בואי בשלום דרייט זיך דער עולם שוין צוריק ווען מ'האלט ביים סוף שטיקל, און דער בעל תפלה וועלכע זאגט עס שפעטער ווי דער ציבור, שטייט אויסגעדרייט צו מערב, מיטן פנים צום עולם, און אזוי זאגט ער הויך "בואי בשלום". לפי מנהג ראחמיסטריווקא הנ"ל, אז יום טוב וכו' זינגט מען יא, גייט עס אבער אויך אויף דעם סדר אז דער עולם זאגט די שטיקלעך פאראויס, און דער בעל תפלה זינגט עס נאך, קומט אויס אז ביי בואי בשלום שטייט דער בעל תפלה מיטן פנים צום עולם, און גארגלט זיך אויס זיין ניגון ווען יעדער קוקט אים אין די נאז אריין. נישט בא'טעמ'ט...

אוי וויי, א רחמנות אויף אזא בעל תפלה....
זייט מתפלל אזנחמי' צבי בן דינהזאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
באדראג-קערעסטיר האט געשריבן:
ווער זאגט פאראויס די חזן אדער קהל?
מ'זאגט עס אזוי ווי אונז זאג מיר די "פזמון" ביי סליחות, דער חזן הייבט אן "לכה דודי ... פני שבת נקבלה", דערנאך זאגט קהל "לכה דודי .... " און אויך "שמור וזכור .... פני שבת נקבלה", און דער בעל תפלה זאגט נאך "שמור וזכור ....", און אזוי ווייטער זאגט די ציבור יעדע שטיקל פאראויס, און דערנאך זאגט עס די בעל תפלה. די אינטערסאנטע זאך וואס פאסירט, אז ביי בואי בשלום דרייט זיך דער עולם שוין צוריק ווען מ'האלט ביים סוף שטיקל, און דער בעל תפלה וועלכע זאגט עס שפעטער ווי דער ציבור, שטייט אויסגעדרייט צו מערב, מיטן פנים צום עולם, און אזוי זאגט ער הויך "בואי בשלום". לפי מנהג ראחמיסטריווקא הנ"ל, אז יום טוב וכו' זינגט מען יא, גייט עס אבער אויך אויף דעם סדר אז דער עולם זאגט די שטיקלעך פאראויס, און דער בעל תפלה זינגט עס נאך, קומט אויס אז ביי בואי בשלום שטייט דער בעל תפלה מיטן פנים צום עולם, און גארגלט זיך אויס זיין ניגון ווען יעדער קוקט אים אין די נאז אריין. נישט בא'טעמ'ט...
אזוי פירט מען זיך אויך אין בעלזא, נאר היינטיגע צייטן זינגט מען יא יעדע וואך. אין בעלזא פלעגט זיין די מנהג צו זינגען, ביז איינער פון די רבי'ס (כ'געדענק נישט יעצט צו מרן מהר"י זי"ע צו מרן מהרי"ד זי"ע) האט אויף די עלטערע יארן נישט געהאט קיין כח צו שטיין צו לאנג, און היות ס'איז א מנהג צו שטין ביי לכה דודי, כפי המקובל אז דער פייטן האט זיך אזוי אויסגענומען, האט מען אויפגעהערט צו זינגען, וכן נהגו ביי מרן מהר"א זי"ע חוץ אין שיינע שבתים וכנ"ל. און די סדר פון זאגן איז אזוי ווי א פזמון וכנ"ל. (ויש לברר צו די סקווירא'ער מנהג קומט נישט פון בעלזא).
אין ברסלב הייבט מען אויך אן די לעבעדיגע ניגון אויף והיו למשוסה
פנחס שרחם על כ"י שיהיו בעלי עבירות כאלו בעם קדוש.. ראה המגיפה בב"י ורחם מאוד. ומחמת גודל הרחמנות שנתפשט בכל מדותיו לא היה יכול להתאפק.. בזה הרחמנות הגדול לבש קנאה ונקם בהחוטא.. רק מי שהוא ברחמנות גדול כזה, זה האיש יכול להיות קנא ונוקם
די לעצטע 100 יאר בערך זינגט מען יא אין ברסלב לכה דודי