Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!
פאריגע וואך זונטאג האבן מיר באמערקט ביי איינער פון מיינע קינדער א גאר שרעקעדיגע זאך (עפעס וואס אסאך שרעקעדיגע דיאגנאסעס ל''ע הייבט זיך אן ביי דעם) וואס האט אונז פארשטייט זיך געברענגט צו גיין צום דאקטער וועלכע האט אונז למעשה (נאכן זעהן אז די וויידעל'ס זענען גוט)בארוהיגט אז ס’מוז נישט מיינען גארנישט און ער גלייבט אז ס’איז בלויז א אינפעקשאן אבער ער שיקט ארויס טעסט’ס צו זעהן וואס דאס איז, שוין אז ער איז רוהיג בין אויך געווארן רוהיגער און טאקע אויף דעם ארויף געשריבן די פאריגע תגובה (געשריבן אז איך קען נישט ארויסשרייבן, ווייל נאכן שוין דאנקן דא היבש אפאר מאל איבער געזונטהייט ענינים האב איך געפילט אז ס'איז שוין טא מאטש...) למעשה איז די זאך געווארן ערגער און דערצו איז צו איז צוגעקומען נאך עפעס א פאקטאר, וואס נאך א פאון קאל צום דאקטאר האט ער געהייסן נאכאמאל אריינקומען, און דאסמאל איז ער שוין אויך געווארן היבש דערשראקן און געהייסן מיר זאלן וואס שנעלער אריינפארן צו א געוויסע גרויסע שפיטאל אויסצוטשעקן וואס דאס איז, פארשטייט זיך אז די אינערליכע פחדים זענען ארויף געפארן גאר הויעך, אבער מ’האט פראבירט זיך צו בארוהיגן מיט הרהורי בטחון,
ווען מ’איז אנגעקומען און שפיטאל האט מען קודם געמאכט רעגעלמעסיגע טעסט’ס און אלעס האט אויסגעזעהן פיין אבער וואס פאר גוט יאר איז דאס וואס ער האט? האבן זיי מחליט געווען אז ס’איז גאנץ יתכן אז ס’קומט פון עפעס וואס יענץ מאכט זיך גראדע גאר ווייניג ביי מענטשן וואס דאס איז א זאך מיט וואס מ'ווערט געבוירן וואס ס’איז בעצם נישט קיין סכנה אבער ס'איז גורם צו פראבלעמען קלענערע און גרעסערע (א שטייגער ווי ס’איז דא געווען) ממילא וועלן זיי מאכן קודם א טעסט אויף יענץ וויבאלד יענע טעסט/סקען ארבעט נישט מיט רעדיעשאן און איז ווייניגער סכנה פאר אזא קליין גוף ווי אים און אויב ןןעט עס צוריקומען נעגעטיוו וועט מען דאן מאכן מער טיפערע טעסט’ס ווי קעטסקען (וואס ארבעט מיט רעדיעשאן) און קאלאנאסלאפי (וואס פארלאנגט צו זיך א ענסישער וואס זיי אויך האבן נישט געוואלט לכתחילה)
למעשה צוליב דעם וואס זיי האבן נישט געהאט א געוויסע באשטאנטייל (א מין נוקלער)צו קענען מאכן דעם סקען האט מען ערשט געמאכט די טעסט צוויי טעג שפעטער ווען במשך די גאנצע צייט האפן מיר אז ס'זאל טאקע זיין עפעס וואס איז נישט קיין מסוכן,
און אויף דעם בין איך דא צו דאנקן דעם גרויסן באשעפער אז נאך עטליכע טעג פון אנגעצויגנקייט האט די סקען געוויזן אז ס’איז טאקע די זעלטענע נישט מסוכן'דיגע זאך וואס מ'קען דאס מסדר מיט א קליינע אפאראציע/פעסידשער, וכך הוה פרייטאג נאכמיטאג האט מען בס''ד געמאכט די פעסידשער און נאך אבזערוואציעס פון עטליכע טעג האט מען אים בשעה טובה באפרייט פון שפיטאל אויף מאנטאג נאכמיטאג ווי ער שוין פאלקאם צוריק צו נארמאל ב''ה