כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!
נאכן שרייבן אזויפיל שטותים דארף מען אויך שרייבן עפעס זאכליך און גוטס..
אלץ איינער וואס איז דא צו דערמאנען די עולם צו דאנקן דעם באשעפער, עפען די אשכול קודם צו מעורר זיין צו דאנקן דעם הייליגען בורא אין אויך אויב איינער וויל דאנקן דעם באשעפער ברבים קען ער עס אויסדריקן דא (הגם כ'מיין אז ס'איז שוין דא אנדערע אשכולות פארדעם..)
--
לאמיר אנפאנגען מיט די הייליג ווארט פון צדיקים אז ביי שרה אמינו זאגט רש"י בת ק' כבת כ', אז אפילו זי האט אזויפיל געליטען נישט האבענדיג קיין קינדער ביז די 90 יאר האט זי אנשטאט וויינען און קלאגן פלעגט זי אנשטאטס דעם דאנקן.. - אנשטאטס זאגן די קאפיטל כ' פון יענך ה' ביום צרה פלעגט זי שטענדיג זאגן די קאפיטל ק' פון "מזמור לתודה"..
דעריבער טייערע אידן, לאמיר שטענדיג נעמען אויף אונז צו דאנקן דעם גוטען באשעפער פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט אונז און זיך נישט דערמאנען פון אים נאר ווען מען איז א צרה.
און בכלל העלפט עס אז ווען א איד זוכט די גוטע חלקים צו דאנקן וועט זיין לעבן ווערן אויפגעלאכטן.. אזא איד לעבט אין א פאזעטיווע לעבן און טרעפט די גוטע חלקים אויף יעדע זאך.. אדרבא פרובירט עס אויס....!!!
דעריבער איינס נעמט זיך פאר אז די קאפיטל פון מזמור לתודה זאל זיין שטענדיג שגור בפיו
און אויך לאמיר צוזאמען זאגן יעדן טאג די שיינע תפילת תודה.... עס וועט דיר טוישן אויף שטענדיג.
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער