כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
דעה והשכל
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 2:51 pm
לאקאציע:ס’עכט נישט אינטרעסאנט צו וויסן!

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה והשכל »

א גוט יאר אלע וואס דרייען זיך און דעם אשכול ווי איר זעהט איז מיין לעצטע תגובה שוין מער א וואך צוריק, און דא קומט דער גרויסער דאנק או טאקע מיט א המשך פון די פאריגע תגובה,
פאריגע וואך זונטאג האבן מיר באמערקט ביי איינער פון מיינע קינדער א גאר שרעקעדיגע זאך (עפעס וואס אסאך שרעקעדיגע דיאגנאסעס ל''ע הייבט זיך אן ביי דעם) וואס האט אונז פארשטייט זיך געברענגט צו גיין צום דאקטער וועלכע האט אונז למעשה (נאכן זעהן אז די וויידעל'ס זענען גוט)בארוהיגט אז ס’מוז נישט מיינען גארנישט און ער גלייבט אז ס’איז בלויז א אינפעקשאן אבער ער שיקט ארויס טעסט’ס צו זעהן וואס דאס איז, שוין אז ער איז רוהיג בין אויך געווארן רוהיגער און טאקע אויף דעם ארויף געשריבן די פאריגע תגובה (געשריבן אז איך קען נישט ארויסשרייבן, ווייל נאכן שוין דאנקן דא היבש אפאר מאל איבער געזונטהייט ענינים האב איך געפילט אז ס'איז שוין טא מאטש...) למעשה איז די זאך געווארן ערגער און דערצו איז צו איז צוגעקומען נאך עפעס א פאקטאר, וואס נאך א פאון קאל צום דאקטאר האט ער געהייסן נאכאמאל אריינקומען, און דאסמאל איז ער שוין אויך געווארן היבש דערשראקן און געהייסן מיר זאלן וואס שנעלער אריינפארן צו א געוויסע גרויסע שפיטאל אויסצוטשעקן וואס דאס איז, פארשטייט זיך אז די אינערליכע פחדים זענען ארויף געפארן גאר הויעך, אבער מ’האט פראבירט זיך צו בארוהיגן מיט הרהורי בטחון,
ווען מ’איז אנגעקומען און שפיטאל האט מען קודם געמאכט רעגעלמעסיגע טעסט’ס און אלעס האט אויסגעזעהן פיין אבער וואס פאר גוט יאר איז דאס וואס ער האט? האבן זיי מחליט געווען אז ס’איז גאנץ יתכן אז ס’קומט פון עפעס וואס יענץ מאכט זיך גראדע גאר ווייניג ביי מענטשן וואס דאס איז א זאך מיט וואס מ'ווערט געבוירן וואס ס’איז בעצם נישט קיין סכנה אבער ס'איז גורם צו פראבלעמען קלענערע און גרעסערע (א שטייגער ווי ס’איז דא געווען) ממילא וועלן זיי מאכן קודם א טעסט אויף יענץ וויבאלד יענע טעסט/סקען ארבעט נישט מיט רעדיעשאן און איז ווייניגער סכנה פאר אזא קליין גוף ווי אים און אויב ןןעט עס צוריקומען נעגעטיוו וועט מען דאן מאכן מער טיפערע טעסט’ס ווי קעטסקען (וואס ארבעט מיט רעדיעשאן) און קאלאנאסלאפי (וואס פארלאנגט צו זיך א ענסישער וואס זיי אויך האבן נישט געוואלט לכתחילה)
למעשה צוליב דעם וואס זיי האבן נישט געהאט א געוויסע באשטאנטייל (א מין נוקלער)צו קענען מאכן דעם סקען האט מען ערשט געמאכט די טעסט צוויי טעג שפעטער ווען במשך די גאנצע צייט האפן מיר אז ס'זאל טאקע זיין עפעס וואס איז נישט קיין מסוכן,
און אויף דעם בין איך דא צו דאנקן דעם גרויסן באשעפער אז נאך עטליכע טעג פון אנגעצויגנקייט האט די סקען געוויזן אז ס’איז טאקע די זעלטענע נישט מסוכן'דיגע זאך וואס מ'קען דאס מסדר מיט א קליינע אפאראציע/פעסידשער, וכך הוה פרייטאג נאכמיטאג האט מען בס''ד געמאכט די פעסידשער און נאך אבזערוואציעס פון עטליכע טעג האט מען אים בשעה טובה באפרייט פון שפיטאל אויף מאנטאג נאכמיטאג ווי ער שוין פאלקאם צוריק צו נארמאל ב''ה
די לעבן איז ווי א בילד וואס די קענסט נישט אלס טוישן איר אינהאלט און אויסשטעל,וואס יא,די קענסט אדער אריין zoom'ן און די שיינע חלקים און הנאה האבן פון דעם בילד(דיין לעבן), אדער קענסטו אריין zoom'ן און די נישט שיינע חלקים און זעהן א שלעכט בילד.ובחרת בחיים!
אוועטאר
דעה והשכל
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 2:51 pm
לאקאציע:ס’עכט נישט אינטרעסאנט צו וויסן!

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה והשכל »

איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיין בעבי האט היינט אנגעהויבן קריכען. הודו לה'
(שוין געהערט פון בעבי'ס וואס האבן ל''ע נישט אנגעהויבן אדער געדארפט צוקומען צו טערעפי)
די לעבן איז ווי א בילד וואס די קענסט נישט אלס טוישן איר אינהאלט און אויסשטעל,וואס יא,די קענסט אדער אריין zoom'ן און די שיינע חלקים און הנאה האבן פון דעם בילד(דיין לעבן), אדער קענסטו אריין zoom'ן און די נישט שיינע חלקים און זעהן א שלעכט בילד.ובחרת בחיים!
אוועטאר
דעה והשכל
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 2:51 pm
לאקאציע:ס’עכט נישט אינטרעסאנט צו וויסן!

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה והשכל »

איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיין טאכטער וואס פלעגט קיינמאל נישט געווינען קיין גורלות און לכבוד דעם זיך אנגעקוקט ווי א שלימזל האט לעצטענס געווינען אפאר גורלות צו איר גרויס פרייד. ב''ה
די לעבן איז ווי א בילד וואס די קענסט נישט אלס טוישן איר אינהאלט און אויסשטעל,וואס יא,די קענסט אדער אריין zoom'ן און די שיינע חלקים און הנאה האבן פון דעם בילד(דיין לעבן), אדער קענסטו אריין zoom'ן און די נישט שיינע חלקים און זעהן א שלעכט בילד.ובחרת בחיים!
אוועטאר
דעה והשכל
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 2:51 pm
לאקאציע:ס’עכט נישט אינטרעסאנט צו וויסן!

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה והשכל »

איך דאנק דעם רבוש''ע אז כ'בין די שבת געווען אינדערהיים און געהאט דערהויבענע און געשמאקע סעודות מיט מיין משפחה אנדערש ווי פאריגע וואך וואס כ'האב געדארפט זיין נישט מער געדאכט מיט א קינד און שפיטאל (און ווי אסאך אנדערע ל''ע וואס זענען די וואך און אנדערע וואכן אויך געווען דארט) הודו לה'
די לעבן איז ווי א בילד וואס די קענסט נישט אלס טוישן איר אינהאלט און אויסשטעל,וואס יא,די קענסט אדער אריין zoom'ן און די שיינע חלקים און הנאה האבן פון דעם בילד(דיין לעבן), אדער קענסטו אריין zoom'ן און די נישט שיינע חלקים און זעהן א שלעכט בילד.ובחרת בחיים!
אוועטאר
דעה והשכל
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 2:51 pm
לאקאציע:ס’עכט נישט אינטרעסאנט צו וויסן!

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה והשכל »

בעז''ה
איך דאנק דעם רבוש''ע אז נאכן מיטנעמען א איד פאר א היטש וואס איך האב קודם געמיינט אז עס וועט קאסטן מיין מנוחה אויף די לענגערע וועג, איז עס למעשה געווען גאר א געווינטשענע זאך נאכדעם וואס יענער האט געהאט גאר וויכטיגע אינפראמאציע אויף איבער א געוויסע נושא וואס כ'ווארט שוין א לאנגע צייט אויף דעם און אזוי ארום האב איך געקענט צו קומען צו די איפראמאציע (דאס איז חוץ די עצם מצוה). ברוך השם
די לעבן איז ווי א בילד וואס די קענסט נישט אלס טוישן איר אינהאלט און אויסשטעל,וואס יא,די קענסט אדער אריין zoom'ן און די שיינע חלקים און הנאה האבן פון דעם בילד(דיין לעבן), אדער קענסטו אריין zoom'ן און די נישט שיינע חלקים און זעהן א שלעכט בילד.ובחרת בחיים!
אוועטאר
דעה והשכל
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 2:51 pm
לאקאציע:ס’עכט נישט אינטרעסאנט צו וויסן!

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה והשכל »

גיימיר נאכאמאל דאנקן דעם רבוש''ע אויף די גוטע זאכן וואס ער טוט מיט/פאר/צו מיך כאטש איך בין עס נישט ווערד.
און דאס מאל דאנק איך דעם רבוש''ע אז ער האט מיך געגעבן א חוש גוט אראפצולייגן א מעשה וואס מיט דעם האב איך די מעגליכקייט צו מאכן מיינע סעודות שבת מער געשמאק און מער מיט תוכן פאר מיינע טייערע קינדערליך שיחיו. הודו לה'
די לעבן איז ווי א בילד וואס די קענסט נישט אלס טוישן איר אינהאלט און אויסשטעל,וואס יא,די קענסט אדער אריין zoom'ן און די שיינע חלקים און הנאה האבן פון דעם בילד(דיין לעבן), אדער קענסטו אריין zoom'ן און די נישט שיינע חלקים און זעהן א שלעכט בילד.ובחרת בחיים!
אוועטאר
דעה והשכל
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 2:51 pm
לאקאציע:ס’עכט נישט אינטרעסאנט צו וויסן!

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה והשכל »

היינט דאנק איך דעם אייבערשטן אז נאך יארן פון זיך מוטשענען מיט פארגעסן מיינע לימודים האב איך געטראפן א קנאקעדיגע מהלך וואס ארבעט געוואלדיג. הודו לה'
די לעבן איז ווי א בילד וואס די קענסט נישט אלס טוישן איר אינהאלט און אויסשטעל,וואס יא,די קענסט אדער אריין zoom'ן און די שיינע חלקים און הנאה האבן פון דעם בילד(דיין לעבן), אדער קענסטו אריין zoom'ן און די נישט שיינע חלקים און זעהן א שלעכט בילד.ובחרת בחיים!
אוועטאר
דעה והשכל
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 2:51 pm
לאקאציע:ס’עכט נישט אינטרעסאנט צו וויסן!

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה והשכל »

או חברותא או מיתותא (ח’’ו).
איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך בין נישט קיין איזאלירטער מענטש און איך האב חברים מיט וועם צו שמועסן, זיך אדורך שמועסן, בעטן הילף גרויסע און קליינע, מיטיילן שמחות און געדאנקען וכו’ וכדו’. הודו לה’
לעצט פארראכטן דורך דעה והשכל אום זונטאג יוני 23, 2024 11:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די לעבן איז ווי א בילד וואס די קענסט נישט אלס טוישן איר אינהאלט און אויסשטעל,וואס יא,די קענסט אדער אריין zoom'ן און די שיינע חלקים און הנאה האבן פון דעם בילד(דיין לעבן), אדער קענסטו אריין zoom'ן און די נישט שיינע חלקים און זעהן א שלעכט בילד.ובחרת בחיים!
אוועטאר
דעה והשכל
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 2:51 pm
לאקאציע:ס’עכט נישט אינטרעסאנט צו וויסן!

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה והשכל »

דע לפני מי אתה עומד
איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך האב א געשמאק און דאווענען, איך ווייס אז איך רעדט דעמאלס צו דער קעניג פון דער גאנצער בריאה וועלכע הערט מיך אויס יעדע’ס ווארט, און עס איז ביי מיר א פרעוויליגע אנשטאט א אפקומעניש ווי ביי אסאך (ליידער).
איך ווייס אז דאס אליין אז איך ווייס עס, איז אויך א מתנה פון אים שלא בזכותי. הודו לה’
די לעבן איז ווי א בילד וואס די קענסט נישט אלס טוישן איר אינהאלט און אויסשטעל,וואס יא,די קענסט אדער אריין zoom'ן און די שיינע חלקים און הנאה האבן פון דעם בילד(דיין לעבן), אדער קענסטו אריין zoom'ן און די נישט שיינע חלקים און זעהן א שלעכט בילד.ובחרת בחיים!
אוועטאר
דעה והשכל
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 2:51 pm
לאקאציע:ס’עכט נישט אינטרעסאנט צו וויסן!

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה והשכל »

ותשגר תפלותינו בפינו
היינט צופרי ביי שחרית מ’האלט ביי קר’’ש ס’ווערט שטילער און ביהמ’’ד, און אט הער איך פון איינעם וואס זיצט נישט צו ווייט פון מיר אבי...אבינו.... אבינו מלכינו...אבינו...אבינו... אבינו מלכינו...אבי...אבינו...אבינו...אבינו מלכינו... וחוזר חלילה כמה וכמה פעמים, און נעבעך בערך אזוי איז געגאנגען די איבריגע חלק דאווענען וואס כ’האט געקענט הערן ווען ס’איז געווען עטוואס שטילער, און אויך ביי שמו’’ע האט מען געהערט ווי ער דריקט (הויעך) יעדע כ’ און יעדע ר’ און נאך פארשידענע ווערטער.
איך דאנק דא דעם רבוש’’ע אז איך לייד נישט אויף OCD ( אמאל גראדע יא געליטען עטוואס אויף דעם אבער ב’’ה היינט שוין געענדיגט). הודו להשם
די לעבן איז ווי א בילד וואס די קענסט נישט אלס טוישן איר אינהאלט און אויסשטעל,וואס יא,די קענסט אדער אריין zoom'ן און די שיינע חלקים און הנאה האבן פון דעם בילד(דיין לעבן), אדער קענסטו אריין zoom'ן און די נישט שיינע חלקים און זעהן א שלעכט בילד.ובחרת בחיים!
אוועטאר
קאטשקע פיס
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 08, 2024 4:02 pm
לאקאציע:כולל

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע פיס »

איך דאנק דיר אייבערשטער, על נפלאותך וטובותך שבכל עת!!! ערב, ובוקר, וצהרים!!!
שכח אייבערשטער!!
יונה פון נינוה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 6:51 pm

איין רגע, וואס איז די מוסר השכל ?
אוועטאר
דעה והשכל
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 2:51 pm
לאקאציע:ס’עכט נישט אינטרעסאנט צו וויסן!

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה והשכל »

איך האב לעצטענס געהאט עטליכע קענסעלעישאן’ס אויף דזאב’ס,
איך דאנק דעם אייבערשטען אז די וואך האט נאך קיינער נישט געקענסלט, כן יעזור ה’ הלאה.



נעכטן מיטגעהאלטן ווי מ’האט אריינגעפירט מיין שכן’ס קינד צוליב א עלערדשי ריעקשאן,
איך דאנק דיך רבוש’’ע אז מיינע קינדער ליידן נישט אויף קיין עלערדשי’ס, כן יעזור ה’ הלאה.

הודו לה’
די לעבן איז ווי א בילד וואס די קענסט נישט אלס טוישן איר אינהאלט און אויסשטעל,וואס יא,די קענסט אדער אריין zoom'ן און די שיינע חלקים און הנאה האבן פון דעם בילד(דיין לעבן), אדער קענסטו אריין zoom'ן און די נישט שיינע חלקים און זעהן א שלעכט בילד.ובחרת בחיים!
אוועטאר
דעה והשכל
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 2:51 pm
לאקאציע:ס’עכט נישט אינטרעסאנט צו וויסן!

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה והשכל »

רוח והצלה
איך דאנק דעם אייבערשטן אז כאטש מיין ביזנעס איז יעצט און א שטיקל גרידלאק ווען גרויסע סומעס געלט וואס דארף גיין פאר מיינע ווענדער’ס ליגט נאך ביי עטליכע קליענטן, דאך האב איך עטוואס פלאץ און לופט ארום צו דרייען גאנץ בחסד. ב’’ה פאר דעם

אזוי אויך דאנק איך דעם אייבערשטן אז כאטש כ’ווער נאכגעלאפן דורך מיינע ווענדער’ס וועלכע דארפן דאס געלט האב איך כאטשיג די רעליף אז ס’איז נישט קיין חובות און די געלט איז בעצם דא (נישט ממש דא, אבער ביי מיינע קלייענטס) און ב’’ה איך בין נישט קיין בעל חוב. הודו לה’
די לעבן איז ווי א בילד וואס די קענסט נישט אלס טוישן איר אינהאלט און אויסשטעל,וואס יא,די קענסט אדער אריין zoom'ן און די שיינע חלקים און הנאה האבן פון דעם בילד(דיין לעבן), אדער קענסטו אריין zoom'ן און די נישט שיינע חלקים און זעהן א שלעכט בילד.ובחרת בחיים!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”