מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm

מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל בוימענגארטן »

בית האופה דקיט"ל (מהר"יי) האט היי יאר אנגעפאנגען צו פאקן די מצות אין א נייע מין פלעסטיג בעג, ס'איז אזוי ווי א זיפ-לאק בעג וואס מ'קען שיין עפענען און צוריק צומאכן און ס'האלט ווייטער די מצות פריש אפי' נאכן עפענען די בעג, נאכדעם וואס די בעקערי לייגט אריין די מצות אין די בעג ווערט די פלעסטיג פון אויבן צאמגעקלעבט דורך א מאשין, ס'קומט מיט אזא שניט אריין אז ווען מ'וויל עפענען די בעג רייסט מען אראפ די אויבערשטע חלק ווי ס'איז צאמגעקלעבט און מ'קען צוקומען צו די מצות.

די שאלה הייבט זיך אן צו מ'מעג דעס עפענען אין שבת ויו"ט צו ס'איז א ממש א דאורייתא פון עשיית פתח להכניס ולהוציא, צו ס'איז אעכ"פ א איסור דרבנן צו ס'איז גאר מותר לכתחילה,
הגרזל"פ שליט"א בעל מכלל יופי, הג"ר יהוסף שווארטץ שליט"א מו"ץ ועוד הרבה האלטן אז ס'איז ממש א שאלה דאורייתא אראפצורייסן די אויבערשטע שטיקל פלעסטיג אין שבת ויו"ט, ס'איז א געהעריגע עשיית פתח אין א כלי, און אויב לייגט מען אמאל צוריק מצה וואס איז געבליבן ביי די סעודה איז עס ממש א פתח להכניס ולהוציא.

בבי מדרשא שמעתי אז הגרש"ל וויינבערגער שליט"א, הגר"פ כ"ץ שליט"א דומ"ץ טרופ האלטן אז ס'איז יא מותר ווייל ס'איז שוין געווען א געהעריגע פתח פאר מ'האט געסיעלט די פלעסטיג פון אויבן, קומט אויס אז מ'מאכט נישט יעצט קיין נייע פתח און דעס אז ס'איז צאמגעקלעבט פון אויבן איז נישט מבטל די אלטע פתח.

די אוסרים טענה'ן אז ביי א חביות זעט מען אז כאטש ווען מ'פארשטאפט א נקב פון פאר שבת מעג מען עס צוריק עפענען אין שבת, אויב אבער האט מען עס פארשטאפט מיט אבר וואס ווערט ממש א גוש אחד מיטן חביות איז אסור צוריק צו עפענען דעם פתח אין שבת ווייל ס'הייסט א נייע פתח. מ'קען אבער מחלק זיין אז דא איז די פתח געבליבן א גאנצע צייט א פתח, נאר העכערן פתח איז געווארן די בעג צאנגעקלעבט ווי א גוש אחד ממילא מעג מען יא אראפרייסן די אויבערטע חלק צוצוקומען צום אלטן פתח.

חברי קהלתינו פה אייוועלט וואס האבן א חוות דעת אדער א סברא להיתר או לאיסור ווערן געבעטן אריינצוקומען לברר וללבן את ההלכה להגדיל תורה ולהאדירה, אויף הלכה למעשה זאל יעדער פרעגן א רב אדער א דיין וויאזוי זיך צו פירן.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12242
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

געוויסע בעקערייען שרייבן אז מ'זאל זען צו עפענען בעפאר שבת ויו"ט
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9701
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

וואס אידאס אנדערש פון עפענען א בעג פאטעטא-טשיפס?
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
profit
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 18, 2020 11:36 am

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך profit »

יידישע קהילות האט געשריבן: וואס אידאס אנדערש פון עפענען א בעג פאטעטא-טשיפס?

וויאזוי איך געדענק א גרויסע פאטעטע טשיפ בעג טאר מען נישט עפענען געהעריג וועגגן די מאכסט א כלי משא"כ א קליינע מעג מען
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18055
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

ס'איז דא א מקום להתיר אז ס'האט א דין ווי חותלות, וויבאלד מ'נוצט עס נישט איבער נאכ'ן אויסליידיגן.
און אויף דעם פארלאזן זיך די וואס עפענען בעגס פון זאכן וואס ווערן נישט אויפגעגעסן אויף איינמאל, לדוג' גרויסע טשיפס/פרעצל בעגס.

אבער יש הרבה מחמירים (והרב פאלק בתוכם).
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
Idea
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 08, 2018 1:20 pm

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Idea »

הרח"ד כ"ץ דומ"ץ קיט"ל ב"פ מתיר.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36756
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

וואס איז דא איצט נתחדש געווארן?

ס'איז דאך די זעלבע וועלטס מחלוקה ווי אין אלגעמיין.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

ביז איצט האט זיך עס געהאנדעלט איבער פאטעיטע טשיפס איז עס נישט יעדן נוגע געווען, אצינד איז עס וויכטיג פאר יעדעם.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10325
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע:ערגעץ אנדערש

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

farshlufen האט געשריבן: וואס איז דא איצט נתחדש געווארן?

ס'איז דאך די זעלבע וועלטס מחלוקה ווי אין אלגעמיין.

קען אפשר זיין אז ווען ס'איז זיפ-לאק איז דא א שטערקערע מקום להחמיר.
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

וואס האט ראב"ד סאטמאר געהאלטען ביי די סארט בעגס?
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2706
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן: וואס איז דא איצט נתחדש געווארן?

ס'איז דאך די זעלבע וועלטס מחלוקה ווי אין אלגעמיין.

קען אפשר זיין אז ווען ס'איז זיפ-לאק איז דא א שטערקערע מקום להחמיר.


וואס הייסט? מ'רעדט דאך דא צו מ'מעג אויפרייסן די קאמפעני סיעל, די זיפלאק איז לכאו' לכו"ע מותר איינמאל די סיעל איז אפן פאר שבת/יו"ט, ניין?
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3398
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

פרוביר אויך האט געשריבן: וואס האט ראב"ד סאטמאר געהאלטען ביי די סארט בעגס?

ווי איך פארשטיי, איז עס א פראבלעם וואס האט זיך געשאפן די יאר, ווייל מ'האט אנגעהויבן לייגן די מצות און זיפ-לאק בעג'ס, איז נישט שייך צו וויסן חוות דעתו פונעם ראב''ד ז''ל
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10325
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע:ערגעץ אנדערש

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אייער_קיכל האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן: וואס איז דא איצט נתחדש געווארן?

ס'איז דאך די זעלבע וועלטס מחלוקה ווי אין אלגעמיין.

קען אפשר זיין אז ווען ס'איז זיפ-לאק איז דא א שטערקערע מקום להחמיר.


וואס הייסט? מ'רעדט דאך דא צו מ'מעג אויפרייסן די קאמפעני סיעל, די זיפלאק איז לכאו' לכו"ע מותר איינמאל די סיעל איז אפן פאר שבת/יו"ט, ניין?

אבער דאס אז ס'איז זיפלאק מאכט עס מעגליך ענדערש פאר א געהעריגע כלי נאכ'ן עפענען. (נאר א השערה פון מיין דעת בעה"ב)
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

עומד מן הצד האט געשריבן:
פרוביר אויך האט געשריבן: וואס האט ראב"ד סאטמאר געהאלטען ביי די סארט בעגס?

ווי איך פארשטיי, איז עס א פראבלעם וואס האט זיך געשאפן די יאר, ווייל מ'האט אנגעהויבן לייגן די מצות און זיפ-לאק בעג'ס, איז נישט שייך צו וויסן חוות דעתו פונעם ראב''ד ז''ל

אויב האט איר געליינט די ערשטע אינפאמאטיווע תגובה אין דעם אשכול,
וועט איר פארשטיין אז דאס איז תלוי אין די זעלבע מחלוקה פון עפענען טשיפס, יאגורטס, אא"וו
אז יענער קען קענסטו אויך
profit
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 18, 2020 11:36 am

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך profit »

עומד מן הצד האט געשריבן:
פרוביר אויך האט געשריבן: וואס האט ראב"ד סאטמאר געהאלטען ביי די סארט בעגס?

ווי איך פארשטיי, איז עס א פראבלעם וואס האט זיך געשאפן די יאר, ווייל מ'האט אנגעהויבן לייגן די מצות און זיפ-לאק בעג'ס, איז נישט שייך צו וויסן חוות דעתו פונעם ראב''ד ז''ל

סאיז דא מצה בעקערי'ס וואס האבען עס שוין פין לאנג
דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל בוימענגארטן »

פרוביר אויך האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן:
פרוביר אויך האט געשריבן: וואס האט ראב"ד סאטמאר געהאלטען ביי די סארט בעגס?

ווי איך פארשטיי, איז עס א פראבלעם וואס האט זיך געשאפן די יאר, ווייל מ'האט אנגעהויבן לייגן די מצות און זיפ-לאק בעג'ס, איז נישט שייך צו וויסן חוות דעתו פונעם ראב''ד ז''ל

אויב האט איר געליינט די ערשטע אינפאמאטיווע תגובה אין דעם אשכול,
וועט איר פארשטיין אז דאס איז תלוי אין די זעלבע מחלוקה פון עפענען טשיפס, יאגורטס, אא"וו

כמדומה לי (ויתכן שאני טועה) אז עפענען יאגורטס איז א גרינגערע שאלה צוליב וואס ס'איז שוין געווען אפן פאר מ'קלעבט ארויף דעם סילווער פעיפער דעקל און ס'ווערט נישט ממש א גוף אחד אז ס'זאל מבטל זיין דעם אלטן פתח אזוי ווי ביי א חביות וואס מ'האט צוגעקלעבט א דעקל מיט ליים וואס מ'מעג עפענען אין שבת.

פאטעיטע טשיפ בעגס קען יא זיין הארבער ווייל ס'ווערט יא צאמגעקלעבט אלץ א גוף אחד וואס איז מבטל דעם אלטן פתח אזוי ווי א נקב החביות וואס מ'האט מתיך געווען דארט אבר, עקסטער איז דארט דא פראבלעם אלץ קורע מדרבנן אויפצורייסן א פלאץ ווי 2 דברים רכים זענען געווארן צאמגעקלעבט, אויב שניידט מען אריין מיט א מעסער אראפציר אין די בעג איז עס נישט קיין קורע לשי' השו"ע הרב און אויך די שאלה פון פתח איז לכאורה מותר ביי א אזוי ווי ווי אריינהאקן מיט א סייף אין א מוסתקי להוציא היין.

ביי די זיפ לאק בעגס איז די פתח יא א געהעריגע פתח נאה להכניס ולהוציא אויב פלאנט מען צוריקצולייגן מצה וואס בלייבט איבער פון די סעודה וכדומה, די שאלה איז נאר צו דעס וואס מ'קלעבט צוזאם די פלעסטיג העכער די פלאץ פון די זיפ-לאק איז מבטל די שם פתח פון די זיפ לאק וואס נישט דארט איז עס געווארן צאמגעקלעבט.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2751
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

דניאל בוימענגארטן האט געשריבן: אויך די שאלה פון פתח איז לכאורה מותר

מען מעג אריינלייגן די האנט צו ארויסנעמען טשיפס אדער דאס הייסט א פתח להכניס?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31452
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

כ'פרשטיי נאכנישט די שאלה דא, מ'רייסט דאך נאר אראפ די פלעסטיג אז מ'זאל אנקומען צו די זיפ לאק, די זיפלאק איז דאך שוין דא, ווי איך פארשטיי קעמען אפילו עפענען די זיפפער - נישט טעכניש אפשר - ווען די פלעסטיג העכער דעם איז נאך פארמאכט. ס'ווערט דאך ניטאמאל קיין פתח, אויב עפעס וואלט הארבער געווען די בעגס אנע זיפ לאק.

#כ'פרעג ווייל כ'פארשטיי נישט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10325
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע:ערגעץ אנדערש

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

מ'רייסט אראפ דעם פלעסטיק אנצוקומען צו די מצות, נישט צו די זיפלאק. און אודאי ווערט א פתח!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31452
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן: מ'רייסט אראפ דעם פלעסטיק אנצוקומען צו די מצות, נישט צו די זיפלאק. און אודאי ווערט א פתח!

נו, וואלטעך אן די זיפ לאק געוועזן הארבער, נאר ס'מותר מדין חותלות. וואס מאכט די זיפ לאק הארבער?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31452
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

סאכדעס האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן: מ'רייסט אראפ דעם פלעסטיק אנצוקומען צו די מצות, נישט צו די זיפלאק. און אודאי ווערט א פתח!

נו, וואלטעך אן די זיפ לאק געוועזן הארבער, נאר ס'מותר מדין חותלות. וואס מאכט די זיפ לאק הארבער.

יאך קוק דערויף ווי די היתר פון קורע אדם את העור שעל פי החבית רק שלא יכוין לעשות זינוק.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
בליץ
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 5:08 pm
לאקאציע:אמאל דא און אמאל דארט, פלעקסעב״ל בלע״ז

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בליץ »

אן די זיפלאק האסטו נישט געעפענט א פתח די האסט נאר צוריסען די בעג
יעצט מאכסטו אויף א שיינע פתח להכניס ולהוציא
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31452
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

כ'קוק איצט איבער די ערשטע תגובה זע איך אז ר' שלמה לייב טענה'ט טאקע דאס. ס'דאך במציאות נישט דומה צום חבית ווייל די קלעב איז דאך נישט אויפ'ן פתח, און אפילו דאן איז יש על מה לסמוך להתיר אויב ווארפט מען עס נישט אוועק, על כל פנים אויב האט מען עס נישט געפענט ערב שבת, דהיינו אז קיין דאורייתא איז עס זיכער נישט. ס'גייט מיר עפעס נישט אין קאפ.
וואס איז מען דא דן וועגן צוריקלייגן א מצה?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31452
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

בליץ האט געשריבן: אן די זיפלאק האסטו נישט געעפענט א פתח די האסט נאר צוריסען די בעג
יעצט מאכסטו אויף א שיינע פתח להכניס ולהוציא

מיט'ן אראפרייסן אדער מיט'ן עפענען דעם זיפלאק?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31452
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

בליץ האט געשריבן: אן די זיפלאק האסטו נישט געעפענט א פתח די האסט נאר צוריסען די בעג
יעצט מאכסטו אויף א שיינע פתח להכניס ולהוציא

וואס איז דע גערעדעכץ אן די זיפלאק האבעך צעריסן א פלעסטיג, יעצט טו איך דאך דאס אויך.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות שבת”