מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31440
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

בליץ האט געשריבן: אן די זיפלאק האסטו נישט געעפענט א פתח די האסט נאר צוריסען די בעג
יעצט מאכסטו אויף א שיינע פתח להכניס ולהוציא

וואסיז די טוירם פון להכניס ולהוציא דא? מ'רעדט פון הוצאה? די גאנצע איסור אויף א חבית שלימה, ווייל דאן וועט ער מכוין זיין לעשות נקב יפה לעשות פתח, דא איז דאך די פתח שוין קאי וקימא.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
בליץ
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 5:08 pm
לאקאציע:אמאל דא און אמאל דארט, פלעקסעב״ל בלע״ז

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בליץ »

די פתח איז נישט קאי וקיימא ביז די רייסט אויף די פלעסטיק
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7849
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע:אישי
פארבינד זיך:

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

הגה"צ ר' פישעלע הערשקאוויטש זצ"ל האט געהאלטען אז אלעס וואס מ'לייגט און גארביטש נאכען ניצען האט א דין פון חותלות און ס'מותר.... אבער הרבה חולקים עליו אז ס'איז נאר מותר אויב מ'לייגט עס גלייך און גארביטש (און מ'איז מקלקל די בעק)
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31440
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

בליץ האט געשריבן: די פתח איז נישט קאי וקיימא ביז די רייסט אויף די פלעסטיק

די זאגסט היפך המציאות, כ'לאז יעדן אליינס זען.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31440
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

רעים האט געשריבן: הגה"צ ר' פישעלע הערשקאוויטש זצ"ל האט געהאלטען אז אלעס וואס מ'לייגט און גארביטש נאכען ניצען האט א דין פון חותלות און ס'מותר.... אבער הרבה חולקים עליו אז ס'איז נאר מותר אויב מ'לייגט עס גלייך און גארביטש (און מ'איז מקלקל די בעק)

ווער זענען מחולק אויף פלעסטיגס?

סאכדעס האט געשריבן:

ליתר ביאור, ווען דו קלאפסט ארויף א פלייוואוד אויף א שוועל וואס האט א טיר צו עפענען דערויף, אפילו דו קענסט נישט צוקומען צום טיר אונטער דעם איז די טיר נאך אלץ קאי וקיימא. א פלייוואוד טאר מען טאקע נישט אראפנעמען, אבער נישט וועגן עשיית פתח.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7849
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע:אישי
פארבינד זיך:

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

סאכדעס האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:
בליץ האט געשריבן: די פתח איז נישט קאי וקיימא ביז די רייסט אויף די פלעסטיק

די זאגסט היפך המציאות, כ'לאז יעדן אליינס זען.

ליתר ביאור, ווען דו קלאפסט ארויף א פלייוואוד אויף א שוועל וואס האט א טיר צו עפענען דערויף, אפילו דו קענסט נישט צוקומען צום טיר אונטער דעם איז די טיר נאך אלץ קאי וקיימא. א פלייוואוד טאר מען טאקע נישט אראפנעמען, אבער נישט וועגן עשיית פתח.

ניין די זייט וואס האט די זיפלאק איז צוגעמאכט די זעלבע ווי אלע זייטען גראדע איז דא אינטער דעם א זיפלאק און ביי דיין משל אויך אויב ס'איז געהעריג פארמאכט טאר מען עס נישט עפענען אלטס עשיית פתח א חוץ די איסר פון בונה
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7849
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע:אישי
פארבינד זיך:

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

סאכדעס האט געשריבן:
רעים האט געשריבן: הגה"צ ר' פישעלע הערשקאוויטש זצ"ל האט געהאלטען אז אלעס וואס מ'לייגט און גארביטש נאכען ניצען האט א דין פון חותלות און ס'מותר.... אבער הרבה חולקים עליו אז ס'איז נאר מותר אויב מ'לייגט עס גלייך און גארביטש (און מ'איז מקלקל די בעק)

ווער זענען מחולק אויף פלעסטיגס?

רוב פוסקים (רב פאלק זצ'ל נקט כן להלכה) אז יעדע זאך וואס מ'עסט נישט אויף גלייך נאר מ'לאזט עס אלטס האלטער ביז די זאך גייט אויס הייסט יא א געהעריגע כלי

דאס איז א חוץ די איסר פון עשיית כלי וואס קען זיין ביי סנעקס ווייל די וועג וואס די קאמפעני מאכט עס איז עס קיינמאל נישט געווען א כלי (אבל ר' פישלע היתר גם בזה ווייל א זאך וואס איז גארביטש הייסט נישט א כלי)

אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17415
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

תגובה דורך אוראייניקל »

סאכדעס האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן: מ'רייסט אראפ דעם פלעסטיק אנצוקומען צו די מצות, נישט צו די זיפלאק. און אודאי ווערט א פתח!

נו, וואלטעך אן די זיפ לאק געוועזן הארבער, נאר ס'מותר מדין חותלות. וואס מאכט די זיפ לאק הארבער?

אין חזו"א איז משמע אז אויב ס'האט א צורה פון א פתח איז אסור אפילו מ'נוצט עס אויף איינמאל וכדו', און ס'האט נישט די היתר פון חותלות.

ממילא, עפענען סתם א בעג, קען מען זאגן אז ס'איז נישט מוכרח אז ס'הייסט א צורה פון א פתח, משא"כ אז ס'האט א זיפלאק דערונטער, איז עס מער א צורה פון א פתח.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35859
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

וואו איז דער חזו"א?

פשטות הסוגיא איז ווי ר' פישעלע, וכן נהוג עלמא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9174
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איז יו"ט אנדערש פון שבת?
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31440
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

רעים האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:
בליץ האט געשריבן: די פתח איז נישט קאי וקיימא ביז די רייסט אויף די פלעסטיק

די זאגסט היפך המציאות, כ'לאז יעדן אליינס זען.

ליתר ביאור, ווען דו קלאפסט ארויף א פלייוואוד אויף א שוועל וואס האט א טיר צו עפענען דערויף, אפילו דו קענסט נישט צוקומען צום טיר אונטער דעם איז די טיר נאך אלץ קאי וקיימא. א פלייוואוד טאר מען טאקע נישט אראפנעמען, אבער נישט וועגן עשיית פתח.

ניין די זייט וואס האט די זיפלאק איז צוגעמאכט די זעלבע ווי אלע זייטען גראדע איז דא אינטער דעם א זיפלאק און ביי דיין משל אויך אויב ס'איז געהעריג פארמאכט טאר מען עס נישט עפענען אלטס עשיית פתחא חוץ די איסר פון בונה

מאיפה לך זה? קענסט די סוגיות אין סימן שי"ד? עפעס קוקט מיר עס נישט אזוי.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31440
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

רעים האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:
רעים האט געשריבן: הגה"צ ר' פישעלע הערשקאוויטש זצ"ל האט געהאלטען אז אלעס וואס מ'לייגט און גארביטש נאכען ניצען האט א דין פון חותלות און ס'מותר.... אבער הרבה חולקים עליו אז ס'איז נאר מותר אויב מ'לייגט עס גלייך און גארביטש (און מ'איז מקלקל די בעק)

ווער זענען מחולק אויף פלעסטיגס?

רוב פוסקים (רב פאלק זצ'ל נקט כן להלכה) אז יעדע זאך וואס מ'עסט נישט אויף גלייך נאר מ'לאזט עס אלטס האלטער ביז די זאך גייט אויס הייסט יא א געהעריגע כלי

דאס איז א חוץ די איסר פון עשיית כלי וואס קען זיין ביי סנעקס ווייל די וועג וואס די קאמפעני מאכט עס איז עס קיינמאל נישט געווען א כלי (אבל ר' פישלע היתר גם בזה ווייל א זאך וואס איז גארביטש הייסט נישט א כלי)

רוב פוסקים פון אונזערע דיינים (סאטמאר פאפא צעלים) האלטן נישט אזוי.

אוראייניקל האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן: מ'רייסט אראפ דעם פלעסטיק אנצוקומען צו די מצות, נישט צו די זיפלאק. און אודאי ווערט א פתח!

נו, וואלטעך אן די זיפ לאק געוועזן הארבער, נאר ס'מותר מדין חותלות. וואס מאכט די זיפ לאק הארבער?

אין חזו"א איז משמע אז אויב ס'האט א צורה פון א פתח איז אסור אפילו מ'נוצט עס אויף איינמאל וכדו', און ס'האט נישט די היתר פון חותלות.

ממילא, עפענען סתם א בעג, קען מען זאגן אז ס'איז נישט מוכרח אז ס'הייסט א צורה פון א פתח, משא"כ אז ס'האט א זיפלאק דערונטער, איז עס מער א צורה פון א פתח.

זיפלאק דערונטער איז שוין נישט קיין עשיית פתח.

נאכאמאל לאמיר אביסל אויפרישן, כלי רעועה, ווערסעס כלי שלימה. וואס איז די פראבלעם ביי א כלי שלימה להתיז ראשה 'אפצוהאקן' א קעפל? ווייל איך האב 'מורא' אז ער וועט אנקומען צו מאכן א פתח יפה.
וואס איז דא די חשש? די זיפלאק איז שוין דא איז וואס גייט ער טון? ער גייט מאכן א וואס? ער רייסט און פליקט אראפ דעם פלעסטיק העכער דעם. אויב וואלטעס געהאט א פלעסטיגל מיט וואס צו רייסן א שטייגער ווי א ביי א באקס ציגרעטלעך די גאלדענע סטריפ, דאן וואלט שוין געווען א שאלה פון מחתך במדה. אבער אן דעם, איי דאונט געט איט וואט סאו עווער. ס'קומט אפילו נישט אריין ר' פישעלע דא, דעם חזו"א, מ'רעדט דאך דא פון אפרייסן א פלעסטיג וואס שטערט מיך אנצוקומען צום פתח וואס איז שוין דא.
עפעס איז Wראנג מיט מיר?

און נאכאמאל ווען ס'נישט דא די זיפלאק, קענעך פארשטיין אז מ'רעדט דא פון א חשש, אז ער זאל עס עפענען אויף א וועג אז די גאנצע פלעסטיג זאל זיך נישט אויפרייסן, ווייל ער וויל עס האלטן. נו, יעמאלט זאל זיך ווער עס וויל מחמיר זיין ווי הרב פאלק, דא איז דאך ניטאמאל די חשש דא.

לדעתי לאור כל הנ"ל זאל מען מחמיר זיין און נאר נוצן די פלעסטיג מיט די זיפלאקס.. געשריבן לחידודא.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31440
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יידישע קהילות האט געשריבן: איז יו"ט אנדערש פון שבת?

לכאורה נישט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7849
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע:אישי
פארבינד זיך:

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

סאכדעס האט געשריבן:
רעים האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:
רעים האט געשריבן: הגה"צ ר' פישעלע הערשקאוויטש זצ"ל האט געהאלטען אז אלעס וואס מ'לייגט און גארביטש נאכען ניצען האט א דין פון חותלות און ס'מותר.... אבער הרבה חולקים עליו אז ס'איז נאר מותר אויב מ'לייגט עס גלייך און גארביטש (און מ'איז מקלקל די בעק)

ווער זענען מחולק אויף פלעסטיגס?

רוב פוסקים (רב פאלק זצ'ל נקט כן להלכה) אז יעדע זאך וואס מ'עסט נישט אויף גלייך נאר מ'לאזט עס אלטס האלטער ביז די זאך גייט אויס הייסט יא א געהעריגע כלי

דאס איז א חוץ די איסר פון עשיית כלי וואס קען זיין ביי סנעקס ווייל די וועג וואס די קאמפעני מאכט עס איז עס קיינמאל נישט געווען א כלי (אבל ר' פישלע היתר גם בזה ווייל א זאך וואס איז גארביטש הייסט נישט א כלי)

רוב פוסקים פון אונזערע דיינים (סאטמאר פאפא צעלים) האלטן נישט אזוי.

ווייס איך נישט (בין איך נישט א סאטמארע פאפא) אבער רב פאלק פאסקענט אזוי וכן פסוק באוצר הלכות און נאך כמה פוסקים

און בנוגע די איסר פון עשיית כלי אסרען כמעט יעדער אבער די שאלה איז ווי אזוי די קאמפעני מאכט עס

און לויט אסאך פוסקים איז עפענען א סנעק איז דא נאך א פראבלעים צו עפענען די געהעריגע וועג (במקום הדבק) אלטס קורע
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7849
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע:אישי
פארבינד זיך:

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

סאכדעס האט געשריבן: נאכאמאל לאמיר אביסל אויפרישן, כלי רעועה, ווערסעס כלי שלימה. וואס איז די פראבלעם ביי א כלי שלימה להתיז ראשה 'אפצוהאקן' א קעפל? ווייל איך האב 'מורא' אז ער וועט אנקומען צו מאכן א פתח יפה.
וואס איז דא די חשש? די זיפלאק איז שוין דא איז וואס גייט ער טון? ער גייט מאכן א וואס? ער רייסט און פליקט אראפ דעם פלעסטיק העכער דעם. אויב וואלטעס געהאט א פלעסטיגל מיט וואס צו רייסן א שטייגער ווי א ביי א באקס ציגרעטלעך די גאלדענע סטריפ, דאן וואלט שוין געווען א שאלה פון מחתך במדה. אבער אן דעם, איי דאונט געט איט וואט סאו עווער. ס'קומט אפילו נישט אריין ר' פישעלע דא, דעם חזו"א, מ'רעדט דאך דא פון אפרייסן א פלעסטיג וואס שטערט מיך אנצוקומען צום פתח וואס איז שוין דא.
עפעס איז Wראנג מיט מיר?

און נאכאמאל ווען ס'נישט דא די זיפלאק, קענעך פארשטיין אז מ'רעדט דא פון א חשש, אז ער זאל עס עפענען אויף א וועג אז די גאנצע פלעסטיג זאל זיך נישט אויפרייסן, ווייל ער וויל עס האלטן. נו, יעמאלט זאל זיך ווער עס וויל מחמיר זיין ווי הרב פאלק, דא איז דאך ניטאמאל די חשש דא.

לדעתי לאור כל הנ"ל זאל מען מחמיר זיין און נאר נוצן די פלעסטיג מיט די זיפלאקס.. געשריבן לחידודא.

איך וויל מיך נישט דינגען מיט די דיין אבער רב פאלק זצ"ל וכן בספר פתיחת הכלים רעדן פון די מעשה און זיי שרייבן אז וויבאלט מ'קען נישט עפענען די זיפלאק אן אויפרייסען די פלעסטיק ווערט בטול די פתח וואס איז געווען דארט..... סא האט מען יעצט א בעג וואס איז צו געמאכט פון אלע זייטען (איין זייט האט גראדע א זיפלאק אינטען דעם) איז עס יעצט ווי עפענען א חבית מצדו (ווייל אז אלע זייטען זענען פארמאכט איז נישט דא קיין אויפ'ן און א זיפלאק וואס מ'קען נישט עפענען הייסט נישט קיין פתח נאר ס'איז צוזיימען מיט די סיעל) וואס איז אסור א חוץ אויב די זאגזט אז וויבאלט ס'גייט און גארביטש הייסט עס נישט קיין כלי
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35859
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רעים האט געשריבן: חוץ אויב די זאגזט אז וויבאלט ס'גייט און גארביטש הייסט עס נישט קיין כלי

די חוץ איז די פוינט, ס'איז דאך חותלות, א שוואכע ביליגע זאך וואס גייט בקרוב אין מיסט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7849
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע:אישי
פארבינד זיך:

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

farshlufen האט געשריבן:
רעים האט געשריבן: חוץ אויב די זאגזט אז וויבאלט ס'גייט און גארביטש הייסט עס נישט קיין כלי

די חוץ איז די פוינט, ס'איז דאך חותלות, א שוואכע ביליגע זאך וואס גייט בקרוב אין מיסט.

דאס איז טאקע די היתר אבער ווי געשריבן פריער האלטען כמה פוסקים אז אויב מ'מניצט די בעג ווייטער צו האלטען די זאך וואס איז דא אינדעם האט עס נישט די דין פון חותלות
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

סאכדעס האט געשריבן: כ'פרשטיי נאכנישט די שאלה דא, מ'רייסט דאך נאר אראפ די פלעסטיג אז מ'זאל אנקומען צו די זיפ לאק, די זיפלאק איז דאך שוין דא, ווי איך פארשטיי קעמען אפילו עפענען די זיפפער - נישט טעכניש אפשר - ווען די פלעסטיג העכער דעם איז נאך פארמאכט. ס'ווערט דאך ניטאמאל קיין פתח.

#כ'פרעג ווייל כ'פארשטיי נישט.

זייער א לייטישע סברא! דו זאגסט ס'איז כאילו די מצות ליגן אין צוויי בעגס מ'רייסט אויף די ערשטע, און די צווייטע האט שוין א פתח להכניס ולהוציא וואס איך האב נישט געמאכט.
גלייך געטראכט…

אויב עפעס וואלט הארבער געווען די בעגס אנע זיפ לאק

נישט פארשטאנען די חלק
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17415
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

סאכדעס האט געשריבן: זיפלאק דערונטער איז שוין נישט קיין עשיית פתח.

נאכאמאל לאמיר אביסל אויפרישן, כלי רעועה, ווערסעס כלי שלימה. וואס איז די פראבלעם ביי א כלי שלימה להתיז ראשה 'אפצוהאקן' א קעפל? ווייל איך האב 'מורא' אז ער וועט אנקומען צו מאכן א פתח יפה.
וואס איז דא די חשש? די זיפלאק איז שוין דא איז וואס גייט ער טון? ער גייט מאכן א וואס? ער רייסט און פליקט אראפ דעם פלעסטיק העכער דעם. אויב וואלטעס געהאט א פלעסטיגל מיט וואס צו רייסן א שטייגער ווי א ביי א באקס ציגרעטלעך די גאלדענע סטריפ, דאן וואלט שוין געווען א שאלה פון מחתך במדה. אבער אן דעם, איי דאונט געט איט וואט סאו עווער. ס'קומט אפילו נישט אריין ר' פישעלע דא, דעם חזו"א, מ'רעדט דאך דא פון אפרייסן א פלעסטיג וואס שטערט מיך אנצוקומען צום פתח וואס איז שוין דא.
עפעס איז Wראנג מיט מיר?

און נאכאמאל ווען ס'נישט דא די זיפלאק, קענעך פארשטיין אז מ'רעדט דא פון א חשש, אז ער זאל עס עפענען אויף א וועג אז די גאנצע פלעסטיג זאל זיך נישט אויפרייסן, ווייל ער וויל עס האלטן. נו, יעמאלט זאל זיך ווער עס וויל מחמיר זיין ווי הרב פאלק, דא איז דאך ניטאמאל די חשש דא.

לדעתי לאור כל הנ"ל זאל מען מחמיר זיין און נאר נוצן די פלעסטיג מיט די זיפלאקס.. געשריבן לחידודא.

האסט שוין געזען ווי ס'קוקט אויס?

ס'איז א בעג פארמאכט פון אלע פיר זייטן מיט וועקיום.
אביסל אונטער איין זייט פונעם בעג איז מחובר א זיפלאק, וכנגדו די צווייטע חלק פונעם זיפלאק.

דאס אז ס'האט א פאטענט פון עפענען און פארמאכן אינמיטן, מאכט נאכנישט אז דארט זאל זיין די פתח, היות ס'איז איין שטיק ביז אויבן ווי ס'איז פארמאכט אינגאנצן, אז מ'מוזס אויפשניידן דערונטער.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

מיגו האט געשריבן:
אויב עפעס וואלט הארבער געווען די בעגס אנע זיפ לאק

נישט פארשטאנען די חלק

ער מיינט לויט וואס ער זאגט אז ווען עס איז שוין דא א פתח יפה גייט נישט אהן די חשש שמא יתכוון לעשות פתח יפה.
לכאורה דארף ער א מקור דערצו.
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

סאכדעס האט געשריבן: אויב וואלטעס געהאט א פלעסטיגל מיט וואס צו רייסן א שטייגער ווי א ביי א באקס ציגרעטלעך די גאלדענע סטריפ, דאן וואלט שוין געווען א שאלה פון מחתך במדה. אבער אן דעם, איי דאונט געט איט וואט סאו עווער.

איך ווייס אז די וועלט רופט דאס מחתך במדה אבער יש חולקין אז דאס איז נישט וואס מחתך במדה מיינט וויבאלד ער איז נישט מקפיד על המידה נאר באנוצט זיך מיט די סימנים ווייל דארט איז לייכט צו רייסן.

אבער אין אונזער פאל מיט די זיפ לאק קען יא זיין א מחתך במדה שאלה ווייל איך וויל דאך נישט אריינרייסן צו ווייט כדי צו לאזן די זיפ גאנץ.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

אראפרייסן די פלעסטיק פון א פארמאכטע פלאש וויין איז אויך א שאלה פון מחתך במדה לויט די מחמירים?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: מעג מען עפענען די מצה פלעסטיג בעגס שבת ויו"ט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

נישט דורכגעליינט דעם אשכול. אבער ס'איז בפשטות מותר.

די פלעסטיק איז פון מיין זייט גארבעדזש ווייל ס'דא א באקס.
דער קאמפיין איז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלען זענען נאך מעגליך אקטועל
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות שבת”