ביי אונז רעדן נישט קיין מענער מיט קיינעם וואס עס איז דא ביי זיי איסור יחוד. אריינגערעכנט שוועגערינס און קרובות. אויב איז עס א איסור ערוה. איז גילטיג דער כלל פון כל מקום שאתה מוצא גדר ערוה אתה מוצא קדושה. חוץ פון די הלכה חלק אז זיי האבן א דין פינקט ווי א פרעמדע אשה.
געשטומט קוק אויף מיין תגובה ס'איז דא שוועגערין'ס וואס איך רעדט בכלל נישט מיט זיי מיט די וואס איך רעדט יא איין מאל אין 10 יאר ווענט זיך די עלטערע וואס האבן חתונה געהאט ווען איך בין נאך געווען א קליין יונגעל בין איך יא געווארן היימיש מיט זיי אין איך זאג דו אבער די יונגערע פון מיין בר מצוה אין ווייטער זאג איך נישט דו קאזינעס קומט מיר כמעט נישט אויס צו רעדן מיט זיי
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה? מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אקעי, איך שעם זיך פון מיר אליינס, אבער מ'קען מיך עניוועי נישט דא (אזוי האף איך).
איך האב געשטימט פאר'ן ערשטן אפציע. איז אזוי: בטבע בין איך זייער א פרומער, און דערפאר, נאכ'ן חתונה האב איך קיינמאל נישט גערעדט צו קיינעם! ניטאמאל צו מיינע שוועגערינס בלשון 'אייער', אזוי ווי זיידעניו וכו'. מיט די צייט האט זיך געמאכט אז כ'האב 'געמוזט' רעדן צו זיי, און בהיתר אחד הרבנים הגדולים האב איך גערעדט צו איין שוועגערין בלשון 'דו'. פון דעמאלטס, 'ווען' איך רעד צו איינעם און יענער רעדט 'דו', רעדט איך אויך 'דו'. אבער כ'וועל קיינמאל נישט אנהויבן א שמועס אפילו נישט מיט א שוועגערין (אויסער די דערמאנטע ווען ס'פעלט זיך אויס), און ווען מ'שמועסט וועל איך אודאי זעהן צו ענדיגן וואס פריער.
אויך, כ'בין אמאל איינגעשטאנען ביי א קאזין, און כ'האב נישט גערעדט צו איר 'דו', אבער נאכ'ן זיין דארט 2 מאל האט זי יא גערעדט צו מיר 'דו', האב איך צוריקגענפערט 'דו'. (מ'רעדט נישט פון שמועסן, נאר 'דו ווילסט עפעס עסן'? וכדו').
קוים וואס איך רעד צו מיינע שוואגערס... זאל איך נאך רעדן צו מיינע שוועגערינס?
למעשה, ווען קוזינס-שוועגערינעס הויבן אן רעדן צו מיר 'דו', רעד איך צוריק 'דו' (ווי צו זאגן: אהה ביסט א מחוצף!..), אבער איך פרוביר געווענליך נישט אנצוהויבן. איך רעד אפילו צו פרעמדע נשים 'דו' ווען זיי רעדן צו מיר בלשון 'דו'. (עס קומט מיר אויס אין מיין ארבייט). ווען איך ענדיג זאג איך אפט: 'דו' טראגסט אפ פון דאנעט!
איך שטים נישט, (גענוג געווען היינט.) ווייל איך האב נישט קיין כלל דערינען, איך וועל געווענליך נישט זוכן צו רעדן צו קיין פרויען, אבער א גריס טוהן ווען איינער קומט אן צו מיר אינדערהיים, קענעך מיך ערלויבן, (פארשטייטצעך קרובים.) איך האב באמערקט אז איינע פון די שרייבער האט צוזאם גענומען, 'דו' 'גייסט' 'קומסט', אונטער איין דאך, איך האלט אז ס'איז א שטיקל חילוק, דו, איז מער גראב און אומאיידל א_ווי גייסט אדער קומסט.
ווייסטע וואס, איך גיי יא שטים'ען, אויף די לעצטע אפשען.